אקאונטינג #3 - Double Entry Bookkeping
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 20, 2008 10:15 pm
[align=center]ס'איז אסור צו מעתיק זיין די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארמאט. ס'איז נאר פאר פערזענליכע באנוץ. ס'איז נישט ערלויבט צו ארויסנעמען שטיקלעך דערפון, און אודאי נישט די גאנצע ארטיקל, און דאס פארטיילן אדער איבערגעבן פאר אנדערע. ס'איז אויסדריקליך נאר פאר די ליינער פון היימישע קרעטשמע.
Copyright[/align]
אין די פאריגע קאפיטל האבן מיר ערקלערט דעם 'טשארט אף אקאונטס' – די פארשידענע קאטעגאריעס אין וואס מיר האלטן חשבון אלע הוצאות און הכנסות. לאמיר צוזאמשטעלן די פלטאזעל און ערקלערן וואסערע שייכות עס האבן די אקאונטס צווישן זיך.
פונקט ווי נחמי' פונעם ערשטן קאפיטל (איר געדענקט אים נאך?), אזוי איז געווען די סדר פון האלטן חשבון פאר לאנגע יארן. פארשטייט זיך, דער ביזנעס אייגנטומער ביי זיך האט געוואוסט (אויב ער האט געליינט די ארטיקלען...) וויאזוי צו אפטיילן די פארשידערנארטיגער הוצאות והכנסות, אבער אויפ'ן פאפיר איז געווען א מיש-מאש, אלע הוצאות אויף איין פאפיר, און אלע הכנסות אויפ'ן צווייטן.
צוריק גייענדיג מיט בערך 550 יאר איז אויפגעשטאנען אן איטאליענער גוי און אויפגעקומען מיט א ניי סארט בוכהאלטעריי, דאס ווערט גערופן 'דאבל ענטרי בוקקיפינג'. 'ענטרי' איז טייטש יעדער טרענזעקשאן וואס ווערט אריינגעשריבן אינעם בוקקיפינג סיסטעם. יעדער ענטרי ווערט רעקארדירט צום ווייניגסטענס צוויי מאל מיט די זעלבע סכום, אמאל איז דאס א פלאס און אמאל א מיינוס*.
מיר וועלן אנהויבן מיט מסביר זיין די הכנסות און דערנאך וועט מען גייט צו די הוצאות.
ווען מרדכי רופט אריין צו שמעונ'ען און רופט עם צו פארעכטן די לעקטער וואס האט געקראכט ביי מרדכי'ן אין אפיס, שמעון פאררעכט די לעקטער און רעכנט דערפאר 100$, ווערן אפעקטירט די פאלגענדע קאטעגאריעס פון שמעון'ס בוקקיפינג סיסטעם:
די 'סעילס' קאטעגאריע שטייגט מיט 100$, ווארום ער האט געמאכט א סעיל פון דעם סכום.
די 'אקאונטס רעסיוועבל' קאטעגאריע, (וואס האלט חשבון פון קאסטומערס וואס זענען שולדיג) איז אויך געשטיגן מיט 100$ - פון יעצט און ווייטער איז דא נאך 100$ אינדרויסן, וואס דארף ווערן איינקאסירט.
ווען מרדכי באצאלט די חוב פאר שמעון, טוט דאס אויך אפעקטירן צוויי קאטעגאריעס:
די 'אקאונטס רעסיוועבל' איז רעדוצירט געווארן מיט 100$, א מאה'לע ווייניגער צו איינקאסירן.
און די 'באנק אקאונט' האט מרויח געווען 100$ פון די געלט וואס מרדכי האט באצאלט.
אויב וואלט מרדכי באצאלט פאר שמעונ'ען תיכף נאכ'ן ארבייט, וואלטן אפעקטירט געווארן בלויז די 'סעילס' קאטעגאריע און די 'באנק אקאונט'.
און אמאל טוט אפעקטירט ווערן דריי קאטעגאריעס:
ווען מרדכי רופט ווען אריין צום לאקאלן גראסערי און באשטעלט א באקס שפרענג וואסער (ספרינג וואטער) פאר 20$, וועט די 'סעילס' קאטעגאריע שטייגן מיט 20$, דער 'אינוועטארי' קאטעגאריע (דאס איז די חשבון אויף די וועירהאוז – וויפיל פון יעדן אייטעם דער גראסערי פארמאגט) איז רעדוצירט געווארן מיט 20$ (ס'איז ארויסגעגאנגען פונעם אינוועטארי אין ווערד פון 20$), און דער באנק אקאונט האט פארדינט 20$.
אויב האט מרדכי נישט באצאלט תיכף, נאר אויפגעשריבן, איז דער אקאונטס רעסיוועבעל געשטיגן מיט 20$ אנשטאט די באנק אקאונט.
דאבל ענטרי ביי הוצאות
אין די זעלבע משל, לאמיר אריבערגיין צו מרדכי'ן אין אפיס. ביי מרדכי איז אויך אפעקטירט געווארן זיינע אקאונטס פון די צוויי דערמאנטע משלים.
ווען שמעון טוט אן ארבייט פאר מרדכי, האט מרדכי'ס 'אפיס מעינטענענס' קאטעגאריע אויסגעגעבן 100$, וואס דארף רעקאדירט ווערן כדי צו געדענקען אויף וואס מרדכי האט אויסגעגעבן 100$.
פון די אנדערע זייט, איז מרדכי'ס 'אקאונטס פעיעבעל' קאטעגאריע (וואס האלט חשבון אויף בילס וואס דארף באצאלט ווערן), געשטיגן מיט 100$, ער האט יעצט א 'לייעביליטי' וואס ער איז שולדיג 100$ פאר שמעון.
אויב האט מרדכי באצאלט פאר שמעון תיכף נאכ'ן ענדיגן די ארבייט, האט ער נישט די 'לייעביליטי' פון 100$, ער איז נישט שולדיג 100$ פאר שמעון, אבער פונעם 'באנק אקאונט' איז ארויסגעגאנגען 100$ וואס ווערט רעקאדירט אינעם רעדזשיסטער פון מרדכי'ס טשעק ביכל.
האט איר ווייטער ביי מרדכי'ס זייט, טוט רעקאדירט ווערן צוויי מאל די זעלבע סכום פאר די זעלבע טרענזעקשאן.
ביי די צווייטע משל פון קויפן די וואסער אין גראסערי, איז אין מרדכי'ס בוקקיפינג סיסטעם אפעקטירט געווארן בלויז צוויי קאטעגאריעס, 'אפיס עקספענס' (די נאמען איז כלליות'דיג, איר קענט זיך אויסוועלן א פרטיות'דיגע נאמען פאר די סארט הוצאות) און 'אקאונטס פעיעבל' (אויב ער האט אויפגעשריבן אין גראסערי) אדער די 'באנק אקאונט' (אויב ער האט תיכף באצאלט). דאס איז ווייל דער גראסערי מאן האלט חשבון אויף זיינע אייטעמס וואס ער האט אין סטאק, ווייל ער האט געצאלט פאר די אייטעמס, און ער וויל וויסן וויפיל ער האט שוין פארקויפט, צו עס איז דא ריוח אדער ח"ו שאדן. אבער מרדכי דארף נישט האלטן חשבון וויפיל וואסער ער קויפט איין אין גראסערי, דאס טוט בכלל נישט אפעקטירן זיין ביזנעס.
מיר האבן אויסגעשמועסט די אויבנדערמאנטע אויפ'ן שפיץ גאפל, ס'איז נאך דא אסאך וואס צו רעדן וועגן דעם ענין. אבער מיר פארלאזן זיך אז איר וועט אלע פארשטיין וואס מיר האבן געשריבן. אויב נישט, ביטע לאזט אונז וויסן, מיר וועלן דאס בל"נ מער אויסברייטערן אין די נעקסטע געלעגנהייט.
*די קומענדיגע פאר שורות קענט איר ליינען, אבער דאס קען אייך צומישן, איך שרייב דאס נאר ווייל איך וויל הערן א הסבר פון די יודעי דבר פון צווישן אונז:
די צוויי ענטריס פון דאבל ענטרי בוקקיפינג ווערט גערופן אין די גוי'אישע וועלט 'דעביט' און 'קרעדיט'. איך בין זיכער אז איר ווייסט וואס דאס טייטש, 'דעביט' איז א מיינוס, ס'איז ארויסגענומען געווארן געלט פון אייער באנק אקאונט. 'קרעדיט' איז א פלאס, איר האט אריינגעלייגט געלט אין באנק. אין קורצן – דעביט=וויזדעראל (Debit=Withdrawal), קרעדיט=דעפאזיט.
אבער, ווען עס קומט צו בוקקיפינג טוט זיך די זאך טוישן. 'דעביט' איז טייטש "די קאטעגאריע איז 'דעביטעד' פאר די קאמפאני – שולדיג פאר די קאמפאני". 'קרעדיט' איז טייטש "דער קאטעגאריע האט קרעדיט ביי אונז". אלץ רעזולטאט קומט ארויס דאס פארקערטער וואס מיר זענען געוואוינט צו הערן און פארשטיין:
ווען דער 'אקאונטס רעסיוועבעל' איז 1000$, וואס מיינט אז קאסטומערס זענען שולדיג פאר די קאמפאני אין ווערד פון 1000$, איז דער אקאונטס רעסיוועבעל א 'דעביט באלאנס', ווארום דער אקאונטס רעסיוועבעל איז 'שולדיג' (דעביטעד) פאר די קאמפאני.
ווען דער 'אקאונטס פעיעבעל' איז 500$, וואס מיינט אז דער ביזנעס איז שולדיג פאר אנדערע אין ווערד פון 500$, איז דער 'אקאונטס פעיעבעל' א 'קרעדיט באלאנס', ווארום דער קאטערגאריע האט ביי מיר קרעדיט, איך בין עם שולדיג 500$.
דאס זעלבע איז אקאוראט מיט א באנק אקאונט, ווען ס'איז דא 2000$ אין באנק, ווערט דאס גערופן אין די בוקקיפינג סיסטעם א 'דעביט באלאנס', ווארום דער באנק איז שולדיג געלט פאר די ביזנעס.
קען מיר איינער מסביר זיין פאר א גוט יאר פארוואס מוזן זיי זיין אזוי פארדרייט? איך פארשטיי זייער גוט פארוואס דאס איז אזוי, אבער מאך נישט משוגע די וועלט מיט דיינע אויפטרעפענישן.... פארגעס נישט, אינעם בוקקיפינג סיסטעם איז ווייטער א פלאס און א נעגעטיוו באלאנס אזוי ווי מיר האבן געמיינט ביז היינט, דהיינו, דער באנק סטעיטמענט וועט ווייזן 'דעפאזיטס' פון 4000$, און די 'דעביטס' וועלן זיין 2000$, וואס וועט פירן צום באלאנס פון 2000$. ס'וועט נישט בייפאלן פאר קיין שום באנק צו שרייבן ביי דער דעביט סעקשאן (די ארויסגענומען געלט) 'קרעדיטס', און ביי די דעפאזיט סעקשאן 'דעביטס'.
און טאקע דערפאר וועט איר זעהן אין יעדער ביכל וואס רעדט פון בוקקיפינג און אקאונטינג, אזעלכע ווערטער ווי: 'מיר ווילן אייך נישט צומישן.....' אדער 'פארגעסט וואס איר האט געוואוסט ביז יעצט....' ווייל.... די ריכטיגע אפטייטש איז כנ"ל.