בלאט 3 פון 3

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2014 5:53 pm
דורך אריין געטראכט
ווייסט איינער וואס איז געווארען מיט ר' נחמי'ס ביזנעס ?
עס שוין דורך 6 יאר זייט ער האט עס געפענט, האט ער מצליח געווען ?
אין א זייט געלייגט די ליצונת, איז דא ערגעץ דא אין וועלטעל ווי מען איז ווייטער געגאנגען מיט די שיעורים ?
איך זיץ שוין אפאר טעג אויף די שיעורים, אין עס איז מאיר עיני אין אסאך זאכען אין ביזנעס, איך זיך נאך אזלכע שיעורים.
''יא יא ער איז אנגעקומען אינז האבען שוין געפענט די ביזנעס אין 2008 אין יעצט קומט ער זיך אן '' אזוי וועלען זאגען געוויסע וואס זענען געווען אקיטוו פאר 6 יאר צירוק.
זאג נישט אזוי,
איך הייב יעצט אן צי ארייבטען, אין די קענסט ארויס העלפען, טריי וואס די קענסט, מאך נישט חוזק פין דעם קליינעם ראצער וואס האט יעצט הערשט געטראפען א טשאב

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 29, 2014 12:34 pm
דורך ניק ניק
שמיי_דריי האט געשריבן:די טענה פון לחיים איבער די דעביטס איז א ריכטיגע טענה ווייל אפילו מיט די תירוצים פון אבי אידיש מיט שטרויזאק שטימט זייער גוט פארוואס אלעס דארף האבן א קרעדיט, ווייל די פלאס איז אויף די דעביט איז אייביג אויף די לינקע זייט און די קרעדיט איז אייביג אויף די רעכטע זייט. עס מוז אבער נישט זיין אז די קרעדיט איז די מיינעס און די דעביט איז די פלאס צו פארקערט. אבער פארוואס האט ער געמוזט מאכן אז ביי עסעטס זאך די דעביט זיין די פלאס ער וואלט ווען געדארפט מאכן אז די קרעדיט די פלאס און איבעראל אויסדרייען לויט דעם... אויף דעם האב איך נישט קיין ענטפער

די ענטפער דארף צו זיין פשוט ווייל מ'נוצט די טערמינען לויט זייער ריכטיגע באדייט, נאר די פראבלעם איז אז רוב מענטשן האבן א באנק אקונט אסאך פאר זיי טראכטן פון ביזנעס, און די באנק נוצט די טערמינען פון זייער זייט טיש און דאס צעמישט די מענטשהייט, אויב זאל מען טוישן די כללים פון קרעדיט'ס און דעביט'ס וועט עס די באנק אויך טוישן און די קומענדיגע דור וועט האבן דעם זעלבן פראבלעם....