גערעכט, אבי! פיין געשריבן
די מקור פון די טערמינען דעביט און קרעדיט, איז פון עפעס צעדרייטע לאטיינישע ווערטער. אבער טעקניקנלי איז דעביט די לינקע זייט פונעם אקאונט, און קרעדיט איז די רעכטע זייט. אמאל א פלאס און אמאל א מיינעס ווענדט זיך וואו דער חמר שטייט איין.
ביי עססעט אקאונטס צב"ש קעש, אינווענטארי און אקאונטס רעסיוועבל איז דעביט א פלאס, און קרעדיט א מיינעס.
ביי לייעביליטי אקאונטס צב"ש אקאונטס פעיעבל, און עקוויטי אקאונטס איז דעביט א מיינעס (הוצאות) און קרעדיט א פלאס (הכנסות).
איך מיין אז עס וועט זיין גרינגער צו פארשטיין מיט נאך צוויי הקדמות.
יעדע ביזנעס פארמאגט נכסים (עססעטס) צב"ש קעש, אקאונטס רעסיוועבל, אינווענטארי, פארניטשור און עקוויפמענט. די נכסים קענען קומען פון צוויי מקורות.
1) וואס די קאמפעני האט איינגעקויפט פון אייגענע געלטער, אדער וואס די אינוועסטירער האבן אינוועסטעט.
2) וואס די קאמפעני האט געבארגט און דארף שפעטער באצאלן. צב"ש די קאמפעני האט ארויס גענומען א לאון, געקויפט אויף בארג אדער א מארטגעדזש.
קומט אויס אז פאר יעדע עססעט וואס די קאמפעני פארמאגט, איז דא אקעגן דעם אדער א חוב (לייעביליטי) אדער די ווערט פון דעם געהער אינגאנצן פאר די קאמפעני (עקוויטי).
דאס איז א באקאנטע אקאונטינג איקוועישאן (Accounting Equation) וואס מוז אלעמאל זיין אין באלאנס.
עססעטס = לייעביליטיס +עקוויטי.
דהיינו די ווערט פון די נכסים דארפן אלעמאל אויסקומען פונקט וויפיל די קאמפעניס חובות פלאס די איבריגע ווערט וואס געהער פאר די קאמפעני.
(אביסעלע פשוטע חשבון) ביי אן איקוועישען, כדי עס זאל אלעמאל בלייבן אין באלאנס, מוז מען אכטונג געבן אז וואס מען טוט אויף איין זייט פונעם = זאל געטון ווערן אויף די צווייטע זייט אויך.
למשל 2+2=4. אויב וויל איך צולייגן צו דעם 4 נאך 2 עס זאל אויסקומען 6, מוז איך צולייגן 2 צו די אנדערע זייט אויך עס זאל אויסקומען 2+2+2=6 אזוי בלייבט שטענדיג דער באלאנס.
קומט אויס אז יעדע פלאס אדער מיינעס וואס געשעט מיט א עססעט אקאונט מוז געשען די זעלבע זאך מיט א לייעבליטי אדער עקוויטי אקאונט.
אדער געשעט די פארקערטע אין אן אנדערע עססעט אקאונט וואס דעמאלטס בלייבט די עססעט זייט מיט די זעלבע באלאנס.
די זעלבע זאך איז טאמער איז דא למשל א פלאס אין לייעבילטי (די קאמפעני האט גענומען א לאון) מוז זיין א פלאס אין עססעטס (די געלט איז ארין אין באנק, פלאס אין קעש), אדער א מיינעס אין אן אנדערע לייעביליטי (באצאלט א ווענדאר), אדער א מיינעס אין עקוויטי (באצאלט רענט).
(עקספענסעס דיקריעסן עקוויטי, און אינקאם אינקריעסט עקוויטי).
איך קום שוין באלד צום שפיץ.
א דעביט אין עססעטס מאכט א קרעדיט אין לייעביליטי/עקוויטי, און ווייס ווערסא. וויבאלד דער דעביט האט אינקריעסט עססעטס, און אן אינקריעס אין עססעטס מאכט אויך א אינקריעס אין לייעביליטי/עקוויטי קומט אויס אז ביי לייעביליטי/עקוויטי איז א קרעדיט אן אינקריעס.
דיין געלט וואס דו האלסט אין באנק איז א לייעביליטי פאר די באנק. דערפאר, פון זייער פערספעקטיוו, ווען דאס ווערט אינקריעסט איז עס א קרעדיט און ווען דאס ווערט דיקריעסט איז עס א דעביט.