וויפיל איז א ביזנעס ווערט?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:01 pm

וויפיל איז א ביזנעס ווערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטסמאן »

די שאלה איז אזוי, וויפיל איז ווערט צו צאלן פאר א ביזנעס וואס מאכט פראפיט א יאר $80,000?
כ'פארשטיי אז מ'דארך אריין נעמען נאך זאכן אין די בילד חוץ די פראפיט, אבער איך וויל הערן פין די עולם דא, און בפרט פין מענטשן וואס האבן עקספיריענס אין ביזנעס, לגבי די פרט אליינס, וויפיל א מענטש זאל צאלן פאר אזא ביזנעס.

יישר כח.
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!
שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלישעי »

צווישן 2 אין 3 מאל די ריוח
שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטסמאן »

שמואלישעי האט געשריבן:צווישן 2 אין 3 מאל די ריוח


קודם, יישר כח פארן נעמען די מיה צו ענטפערן.

יעצט לאמיך צולייגן אפאר פרטים.
וואס איז ווען מ'רעדט פין א ביזנעס וואס האט נישט און דארף נישט קיין עקוויפמענט, וואס מ'קען זייער גרינג טון אליין? דאס הייסט אז בעיסיקלי פארקויפט ער די נאמען.
איי וועסטו פרעגן, נו פארוואס גייסטו נישט אליין אריין אין דעם?
ווייל ס'איז שווערער זיך אריין צי ברעכן אין די מארקעט בכלל, און בפרט קעגן אן עסטעבלישד קאמפעני, ממילא לוינט זיך אפשר אפצוקויפן די נאמען.
נאך א פוינט, ס'דא א צווייטע קאמפעני, א גרעסערע, וואס האט לעצטענס אנגעהויבן צו מאכן די פראדאקט אויף א קליינע פארנעם, און איך גלייב אז ס'גייט נישט נעמען לאנג און נאך אפאר גרויסע קאמפעניס גייען עס אנהויבן צו מאכן.

איז די שאלה וויפיל צאלט מען פאר אזאנס,
די סיבה פארוואס עס צו קויפן איז ווייל ס'איז א גוטע ביזנעס און ס'האט פאטענציעל צו עקספענדן.

פון די אנדערע זייט, קען קומען א צווייטע גרויסע קאמפעני און אוועקלייגן די גאנצע זאך.

וויפיל לוינט זיך צו צאלן פאר דעם?

לוינט זיך עס נאך אלץ פאר די פרייז פין צוויי דריי מאל די פראפיט?
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

די קורצע ענטפער איז אז די ביזנעס איז צו ווייניג ווערט אז ס'זאל זיך לוינען צו נעמען די ריסק.

האסט זייער קלאר אראפגעשריבן די וועירעיבלס. (האט נישט קיין טענזיבל עסעטס, האט קאפעטישן, וכו') און דאס איז די ערשטע זאך. קודם מוז מען האבן אפענע אויגן...

יעצט, ביזנעס וועליעשן איז נישט גרינג (פאר א סיבה טשארזשן קאמפעניס ממון ודמים דערפאר!) אבער א פאר יסודות.

1. א ביזנעס ערשטע פרייז איז זיינע עסעטס וואס מ'קען פארקויפן עקסטער, (עקוויפמענט, קארס, טראקס, בילדינגס, ליסעס, קאנטראקטס)
2. דאן קומט די זאכן וואס מ'קען נישט ממש פארקויפן, אבער בצירוף מיט די ביזנעס איז עס אינטערעסאנט (די ברענד, קאסטומער ליסט, סופלייער ליסט און רילעשנשיפ וכו')
3. הערשט דאן קומט די "גודוויל" וואס מענטשן רופן בטעות די "נאמען". דאס איז בעצם גארנישט ווערט פאר זיך כמובן נאר טוט פארטרעטן די וועליו וויפל די גאנצע פעקל איז מער ווערט ווי יעדע איינציגע פארט. (קענסט די אויסדרוק, "סה"כ איז מער ווי יעדע איינציגע שורה"? דאס מיינט עס)

מענטשן זענען זיך טועה צווישן די גודוויל מיט די ברענד. די ברענד מיינט למשל קאקע קאלע, זינגער סוטס, וכהנה. ס'איז די וועליו פון די נאמען וואס קען ווערן פארקויפט עקסטער אדער געלייסנסד. למשל איך קען עפענען א סוט סטאר, און מר זינגער וועט באשלוסן צו לייסענסן זיין נאמען פאר געלט (נאכן זיכער מאכן אז זיינע סטענדערדס ווערן אויסגעפאלגט).

האלטסט מיט ביז דא? לאמיר למשל גיבן פאר מר זינגער א 100K ווערט פאר זיין נאמען אליין, (דהיינו, דאס איז וואס ס'קאסט האבן די רעכט צו זיין נאמען אליין), דאן באצאל אים א מיליאן פאר זיין אינווענטארי, נאך א מיליאן פאר אלע זיינע עסעטס (ווי געשריבן אויבן אין נומער איינס צוויי) איז טאטעל 2.1M. ריכטיג? טעכניש קענסטו יעדע שטיקל עקסטער פארקויפן אדער צוזאמען מיט אנדערע שטיקלעך.

יעצט זאגט דיר מר זינגער, קוק אהער, וואס טוט זיך מיט די ארבייטער דא? איך האב געבויט אין געטרעינט וויאזוי צו מעסטן סוטס, באקום איך נישט פאר דעם? און וואס טוט זיך סתם אזוי מיט די פאקט אז די ביזנעס שטייט גרייט צו גיין ווייטער און דו דארפסט נישט אליין אסעמבלען די פיסעס? איך דארף פאר דעם נאך א מיליאן. אט די מיליאן הייסט גודוויל.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

וויאזוי מעסט מען גודוויל? זייער שווער. געווענליך איז די פראפעשענעל וועג אז מנעמט די פראפיטס ביז יעצט, מ'נעמט אראפ אלע זאכן וואס זענען נישט רעגולער (למשל, די ביז יעצטיגע בעה"ב ווייב'ס סעלערי... ס'דאך נישט קיין עכטע עקספענס. אדער די לעקסוס קאר...). טאמער איז עס וואלעטייל (נישט סטאבילע פראפיטס) נעמט מען א עווריזש פון די לעצטע 2 יאר.

פארשטייט זיך מ'דארף האבן א וועג זיכער צו מאכן אז דאס איז אמת. נישט גלייבן אויפן ווארט.

דאן מאכט מען אפ וויפל געלט איך וויל באצאלן פאר די גודוויל. עפ"י רוב איז די הנחה אז די גודוויל אינוועסטמענט איז זייער ריסקי, און ממילא וויל מען צוריקמאכן די געלט ווי שנעלער, סא זאגט מען אזוי. דיינע עסעטס איז ווערט 2 מיליאן, פאר די צוויי מילאן וויל איך מאכן למשל 10% א יאר ווייל ס'גאנץ סעיף און העכטסטנס קען איך עס פארקויפן ווייטער עקסטערע שטיקלעך. משא"כ די אנדערע מיליאן, מוז איך מאכן למשל 30% א יאר, ווייל איך ווייס נישט וויפל ס'ווערט און איך קען עס נישט פארקויפן, סא נאר פאר אזא הויכע ריווח טו איך עס.

דארף איך מאכן יעצט 500K א יאר אז די געשעפט זאל זיך לוינען. 200K איז די 10% רעטוירן אויף די 2 מיליאן רעלאטיוו סעיף עסעטס, און 300K אויף די מיליאן גוד וויל.

איז דאס קאמפליצירט? דאס איז די זייער זייער סימפליסטיג ווערסיע פון א ביזנעס וועליעשן!
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

יעצט צו דיין פאל.

עסעטס איז נישט דא לדבריך, סה"כ וויל ער נאר גוד וויל. דאס איז פאר זיך זייער ריסקי, טראכט אליין, וואס איז די ווערט? באקומסטו ארבייטערס מיט עקספיריענס? באקומסטו דעם אלטן בעה"ב אלס ארבייטער פאר די נעקסטע 3 יאר? איז דא רילעשנשיפס וואס דו גייסט נישט דארפן אויפבויען? טריי צו טראכטן וויפל די ווערט איז דערפון.

דאן איז דאך דא די ריסק אז קאמפעטישן קומט אריין. גייט די גודוויל דיר העלפן מיט דיין קאמפעטישן? גייט עס ערגער מאכן?

אויבערפלעכליך וואלט איך געזאגט אז די ביזנעס איז ווייט נישט ווערט אין גודוויל צו סאך. כמובן אן וויסן פאקטן איז נישט שייך, און מיט פאקטן איז אויך שווער... נאר געוואלט לתועלת הציבור שרייבן די אלף בית נאכן זעהן צופיל מאל מענטשן מאכן דעם טעות ווי כאלו יעדע ביזנעס איז ווערט 2-3 מאל פארדינסטן. דאס איז נאר אין זייער ספעציפישע פעלער.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

העי, איך ויל נאר פארשטיין, אויב טשארדזשט א קאמפאני ממון ודמים, פארוואס גיבסטו אזא שרייב אפ אזוי כלאחר יד די ווערטפולע אינפארמאציע?...

יישר, כח, זייער הנאה געהאט!
געשטימט פאר ראשעק הול
שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטסמאן »

Wow! מילכיגער, אזעלכע גוטע און ווערטפולע אינפארמאציע! כ'האב נאכנישט דורך געליינט די גאנצע, כ'האב אבער געמוזט שרייבן א ש'כח קודם.
יישר כח גדול, מילכיגער! אין מילים
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!
שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטסמאן »

כ'האב שנעל געכאפט סקרין שאטס פון די גאנצע זאך, פאר די מאכט אפ עס אויסצומעקן.
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!
שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטסמאן »

מילכיגער האט געשריבן:יעצט צו דיין פאל.

עסעטס איז נישט דא לדבריך, סה"כ וויל ער נאר גוד וויל. דאס איז פאר זיך זייער ריסקי, טראכט אליין, וואס איז די ווערט? באקומסטו ארבייטערס מיט עקספיריענס? באקומסטו דעם אלטן בעה"ב אלס ארבייטער פאר די נעקסטע 3 יאר? איז דא רילעשנשיפס וואס דו גייסט נישט דארפן אויפבויען? טריי צו טראכטן וויפל די ווערט איז דערפון.

דאן איז דאך דא די ריסק אז קאמפעטישן קומט אריין. גייט די גודוויל דיר העלפן מיט דיין קאמפעטישן? גייט עס ערגער מאכן?

אויבערפלעכליך וואלט איך געזאגט אז די ביזנעס איז ווייט נישט ווערט אין גודוויל צו סאך. כמובן אן וויסן פאקטן איז נישט שייך, און מיט פאקטן איז אויך שווער... נאר געוואלט לתועלת הציבור שרייבן די אלף בית נאכן זעהן צופיל מאל מענטשן מאכן דעם טעות ווי כאלו יעדע ביזנעס איז ווערט 2-3 מאל פארדינסטן. דאס איז נאר אין זייער ספעציפישע פעלער.


מילכיגער, super job!

דא באקומט מען אפאר ארבעטערס, די פלאץ ווי מ'מאכט עס,(וואס איז גערענט)און א ביזנעס וואס גייט ווייטער פארן אזוי ווי ביז יעצט. (און ס'איז זייער גרינג צו גיין אין קאמפעטישן מיט די ביזנעס). בקיצור, א שוואכע גודוויל.

די ריוח איז $80,000 פער יאר, וויפיל וואלסטו געצאלט דערפאר? (לויט די אינפארמאציע וואס דו ווייסט. גראדע האסטו עס גוט ארויס.)
וויפיל דארף מען צוריק מאכן אויף א שוואכע גודוויל?
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

מילכיגער געוואלדיק
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

וועלקאם בעק מילכיגער, הערליך קלאר געענטפערט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

'ריווח' מיינסטו שוין נאכן אפרעכענען די צייט וואס דער אייגנטומער דארף אריינלייגן אין געשעפט? אויב למשל איז עס א פול טיים דזאב פארן אייגנטומער און ער בלייבט מיט בלויז אכציג אלפים א יאר איז עס שוואך פארדינט. אלץ פשוט'ע ארבייטער קען ער שוין מאכן אזויפיל אויב נישט מער אן די דאגות פון די ביזנעס
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

ווי לאנג קלערסטו וועט נעמען פאר א קאמפעטישאן אריינצוקומען גאר שטארק אין די ליין? וויפיל יאר?

א געשמאק שטיקל מילעכיגע טשיז-קעיק אין א גרינעם דינסטיג איז נישט אוועקצומאכן. מילכיגער נאדיר ;l;p-
שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטסמאן »

יונה האט געשריבן:'ריווח' מיינסטו שוין נאכן אפרעכענען די צייט וואס דער אייגנטומער דארף אריינלייגן אין געשעפט? אויב למשל איז עס א פול טיים דזאב פארן אייגנטומער און ער בלייבט מיט בלויז אכציג אלפים א יאר איז עס שוואך פארדינט. אלץ פשוט'ע ארבייטער קען ער שוין מאכן אזויפיל אויב נישט מער אן די דאגות פון די ביזנעס


ריוח איז נאך די צייט פין די אייגענטומער, וואס דארף נישט טון קיין סאך.

אי-רעלעווענט האט געשריבן:ווי לאנג קלערסטו וועט נעמען פאר א קאמפעטישאן אריינצוקומען גאר שטארק אין די ליין? וויפיל יאר? ;l;p-


א קאמפעטישן קען אריינקומען שטארק אין די ליין פון איין וואך ביז מקסימום אפאר חדשים.
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

יונה האט געשריבן:'ריווח' מיינסטו שוין נאכן אפרעכענען די צייט וואס דער אייגנטומער דארף אריינלייגן אין געשעפט? אויב למשל איז עס א פול טיים דזאב פארן אייגנטומער און ער בלייבט מיט בלויז אכציג אלפים א יאר איז עס שוואך פארדינט. אלץ פשוט'ע ארבייטער קען ער שוין מאכן אזויפיל אויב נישט מער אן די דאגות פון די ביזנעס

גוטע פוינט. אפילו ווען ס'נישט קיין פול טיים זשאב איז נאך אלס דא א קאסט צו האבן איינער וואס פירט די ביזנעס. אלמלא דער אינוועסטער/אונער וויל "גארנישט" טון פאר די ביזנעס, וויפל וואלט געקאסט צו הייערן א מענעזשער? אט דאס מוז מען צולייגן צו די קאסטן פארן אנקומען צום ריווח
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

שטאטסמאן, לויט וואס דו שרייבסט איז די גודוויל גארנישט ווערט. מ'קען נישט קויפן נאר גודוויל, די דעפינישן (און נאכן לייענען די פריעריגע פארשטייסטו פארוואס) פון גודוויל איז די יתרון פון די פרייז איבער די נעט עסעטס. אז ס'נישט דא קיין עסעטס איז נישט דא קיין גודוויל.

איך בין אנגעקומען צו די לימיט וואס איך קען ענטפערן מיט די אינפארמאציע וואס איך האב. ביטע נישט צולייגן מער אינפארמאציע ווייל איך קען נישט מער ענטפערן פרטיות'דיג איבער די פאל. תן לחכם ויחכם עוד.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

אזוי שיין און קלאר
יישר כח

---
וועלקאם בעק ביטע באזוכן אפטער דא יישר כח
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטסמאן »

מילכיגער האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:'ריווח' מיינסטו שוין נאכן אפרעכענען די צייט וואס דער אייגנטומער דארף אריינלייגן אין געשעפט? אויב למשל איז עס א פול טיים דזאב פארן אייגנטומער און ער בלייבט מיט בלויז אכציג אלפים א יאר איז עס שוואך פארדינט. אלץ פשוט'ע ארבייטער קען ער שוין מאכן אזויפיל אויב נישט מער אן די דאגות פון די ביזנעס

גוטע פוינט. אפילו ווען ס'נישט קיין פול טיים זשאב איז נאך אלס דא א קאסט צו האבן איינער וואס פירט די ביזנעס. אלמלא דער אינוועסטער/אונער וויל "גארנישט" טון פאר די ביזנעס, וויפל וואלט געקאסט צו הייערן א מענעזשער? אט דאס מוז מען צולייגן צו די קאסטן פארן אנקומען צום ריווח


די בעל הבית מאכט $80,000, פארן קעיר נעמען פין די ביזנעס און ער טוט כמעט גארנישט.

עניוועיס, יישר כח מילכיגער, ס'איז געווען אן eye opener!
יישר כח, יונה, שמואל ישעי, און אירעלעווענט, עטץ האטס אסאך ארויסגעהאלפן אויסקלארן די נושא און צוגעגעבן צום שמועס.
ס2'דא ענק אלע זיין לזכות.
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

מילכיגער זייער זייער שיין אין קלאר.!!!
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

שטאטסמאן האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:'ריווח' מיינסטו שוין נאכן אפרעכענען די צייט וואס דער אייגנטומער דארף אריינלייגן אין געשעפט? אויב למשל איז עס א פול טיים דזאב פארן אייגנטומער און ער בלייבט מיט בלויז אכציג אלפים א יאר איז עס שוואך פארדינט. אלץ פשוט'ע ארבייטער קען ער שוין מאכן אזויפיל אויב נישט מער אן די דאגות פון די ביזנעס

גוטע פוינט. אפילו ווען ס'נישט קיין פול טיים זשאב איז נאך אלס דא א קאסט צו האבן איינער וואס פירט די ביזנעס. אלמלא דער אינוועסטער/אונער וויל "גארנישט" טון פאר די ביזנעס, וויפל וואלט געקאסט צו הייערן א מענעזשער? אט דאס מוז מען צולייגן צו די קאסטן פארן אנקומען צום ריווח


די בעל הבית מאכט $80,000, פארן קעיר נעמען פין די ביזנעס און ער טוט כמעט גארנישט.


איך מיין אז די מאכסט דא א שרעקליכע טעות, עס איז כמעט נישט דא אזא זאך. אויב גייסטו מיט דעים חשבון you are in for a big surprise. קען זיין אז 80 טויזענט איז טאקע א שיינע אינקאם פאר דיר, אבער פארדעם וועסטו דארפן ארבייטן, און עס איז דיין salary, ממילא רעכן נישט אז די ביזנעס מאכט פראפיט 80 טויזענט.
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

האט איינער אפשר עקפיריענס מיט א גוטן אקאונטענט וואס קעו עוועליאעיטן א ביזנעס (לכתחלה מאנסי געגנט אבער נישט לעיכובא)

ייש"כ!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
שיין
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 12:16 pm

Re: וויפיל איז א ביזנעס ווערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיין »

Hi
For some reason I want [have] to sell my business [probably for my workers]
So I would like to know who can help me with the whole process.
And To analyze the value of the business etc.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”