ווי איך פארשטי איז א וועב דעזיינער דער וואס שטעלט אוס די גאנצע פנים און אויסשטעל פונעם וועבסייט, און נאכן דעזיינען טוהט דער דעוועלאפער בויען די וועבסייט לויט די דעזיין.
איז מיין שאלה יעצט ווען פלאן איך צו ניצן אן אויסלענדעשע דעוועלאפער וואס די קאסטן זענען ארום א צענטל ווי די אמעריקאנע, צו זאלן זיי עס אויך דעזיינען אדער בעסער ניצן איזיגע דעזיינערס ?
און בכלל ווער זענען די היימישע דעזיינערס? און וועם איז גוט צו ניצן ?
וועב דעזיין
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן
-
- שר האלף
- תגובות: 1462
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm
לאלתר לחיים האט געשריבן:ווי איך פארשטי איז א וועב דעזיינער דער וואס שטעלט אוס די גאנצע פנים און אויסשטעל פונעם וועבסייט, און נאכן דעזיינען טוהט דער דעוועלאפער בויען די וועבסייט לויט די דעזיין.
איז מיין שאלה יעצט ווען פלאן איך צו ניצן אן אויסלענדעשע דעוועלאפער וואס די קאסטן זענען ארום א צענטל ווי די אמעריקאנע, צו זאלן זיי עס אויך דעזיינען אדער בעסער ניצן איזיגע דעזיינערס ?
און בכלל ווער זענען די היימישע דעזיינערס? און וועם איז גוט צו ניצן ?
די דיזיין און דעוועלאפמענט טיעמס זענען נישט אנגעוויזן איינע אויפן אנדערע ווער ס'קומט ערשט, אבער זיי דארפן ארבעטן מיט א פארשטענדעניש.
דאס הייסט אזוי. געווענליך וועט איינע פון די צוויי טיעמס נעמען די ליעדינג ראלע און די אנדערע וועט נאכפאלגן די פלאן. ווי אויך קען אמאל די קליענט נעמען די פירערשאפט ראלע. דא האסטו די דריי טיפישע פראיעקט אויסשטעלן:
ארענדזשירונג א': די דיזיינער נעמען די ליעד
נאכן עס אויסשמועסן מיטן קליענט, וועלן די דיזיינערס אוישטעלן א סקעטש וויאזוי די בלעטער סקעלעטן *א) וועלן זיין אויסגעשטעלט, און ווי יעדע פיטשעפקע (feature) ווערט געשטעלט, און די פונקליכע פאזיציע. זיי וועלן דאס ווייזן פאר די דעוועלאפמענט טיעם און אראפשטעלן די ערווארטונג וואס און וויאזוי יעדע פיטשער וועט ארבעטן, און די דעוועלאפמענט טיעם וועט עס נאכפאלגן.
ארענדזשירונג ב': די דעוועלאפמענט נעמט די ליעד
פארקערט ווי פריער, וועלן די דעוועלאפערס עס אויסשמועסן מיטן קליענט, און וועלן אוישטעלן א ליסטע מיט פיטשעפקעס (features), און די דיזיינערס וועלן אויסשטעלן ווי יעדע זאן אוועקגעשטעלט ווערן.
ארענדזשירונג ג': די קליענט נעמט די ליעד
אזא קליענט איז געווענדליך טעק-סעווי (אויסגעקאכט מיט טעכנאלאגיע) (אדער רעדט ער זיך איין אז ער איז), און ער\זיי וועט\וועלן אוועקשטעלן פאר ביידע טיעמס וואס זיי האבן צו טוהן.
-------------
*א) בלעטער סקעלעטן. די טורם "בלעטער סקעלעטן" רעפערירט צו א בכללות'דיגע בחינה (theme) פון די גאנצע וועבזייט. עס איז וויכטיג אז אלע בלעטער זאלן האבן מער-ווייניגער די זעלבע אויסזעהן - די "סקעלעטן". און נאכדעם איז פארהאן א אויסשניט ווי די אינהאַלט פון די ס - די "פלייש" ווערט אריינגעשטעלט - די "פלייש".
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
ווערט געזוכט א גוטער וועב-דעזיינער אויפצושטעלן א זייטל, ביטע שיקט אייערע רעקאמאנדאציעס צו [email protected]
יישר כח!
יישר כח!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4276
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
איך טוה שטארק רעקאמאנדירן א היימישע חסידישע אינגערמאן פון מאנסי.
- ער קען גאר גוט
- ער איז נאך נישט זייער טייער
https://iconstudiosny.com/contact/
- ער קען גאר גוט
- ער איז נאך נישט זייער טייער
https://iconstudiosny.com/contact/
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!