עמעזאן ריוויוס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
לעמעלע
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

עמעזאן ריוויוס

תגובהדורך לעמעלע » מאנטאג מארטש 20, 2017 11:50 am

ווי באקאנט איז עמעזאן לעצטענס זייער שטרענג מיט ריוויא'ס, פאלטשע, דיסקאונטעד פרייס, אדער אויב עס דאכט זיך זיי אז די קאסטומער האט דאס מינדעסטע שייכות מיטן סעללער. אבער פון די בעסטע וועגן צו זיין סוקסעספול מיט א נייע אייטעם איז נאך אלץ, צו האבן וועריפייד ריוויאס
אויב איינער האט א גוטע וועג וויאזוי צו באקומען ריוויאס, צו איז דאס דורך א ספעציעלע מעטאד, מעסעדזש, וויאזוי ער בעט פון די קאסטומער פאר א ריוויא, אדער אויב האט ער איינעם ווער עס קען לאזן ריוויאס 100% secure and safely, אדער עני אנדערע איידיע, זאל זיך ביטע מעלדן. איך גלייב אז א גרויסער עולם דא קען נהנה זיין פון די אינפארמאציע
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

שםטוב
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:23 pm

תגובהדורך שםטוב » מאנטאג מארטש 20, 2017 12:55 pm

אין די גוישע גאס האט זיך אויסגעשטעלט
אז דער ריוויער שיקט זיין פעיפעל אקאונט פארן סעלער
אין נאכדעם וואס יענער שיקט די ארדער נאמבער אדער לייגט די ריוויו שיקט מען א ריפאנד

אוועטאר
לעמעלע
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובהדורך לעמעלע » מאנטאג מארטש 20, 2017 1:52 pm

ווי טרעפט מען אבער די ריוויאער? איך רעדט דאך נישט פון איין סינגל ריוויא, איך רעדט פון צענדליגער אדער הונדערטער, פארדעם ברויך מען א פרא וואס קען גוט אלע עמעזאן ראלס, און מען קען אים טראסטן אז מען וועט נישט האבן קיין אישאס מיט עמעזאן
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

שםטוב
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:23 pm

תגובהדורך שםטוב » מאנטאג מארטש 20, 2017 2:54 pm

אויב יענער קויפט מיט זיין ק''ק אין עמעזאן זעהט נישט אויב ער צאלט עס צירוק,
דארף נישט זיין קיין שום אישו נארמאלערהייט
איינער קען למשל פראבירן צו מאכען א מבצע דא אויף אייוועלט אין זאגען פארן עולם אז ער וועט נעמען כך וכך וואס ווענדן זיך פריוואט
אין די וועט נאר צירוקגעבן די געלט נאכען צושטעלן א ריוויו

אוועטאר
יא איך
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » מאנטאג מארטש 20, 2017 3:05 pm

איך מיין אז דעס וואס מען בעט חבירים זאלען קויפען אין געבען א ריוויא איז נאריש זיי קענען איין טאג כאפען אז יעדער וואס האט א אקאונט אין די געגענט פין מאנסי מאנרא ווילי ב"ב באקומט אסאך ריוויאס פין די פאר געגענטער מאנסי מאנרא ווילי ב"ב איך מיין אז מען מען דארף זיך אויף פירן ווי א נארמאלע מענטש

צום פוינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 2:34 pm

תגובהדורך צום פוינט » מאנטאג מארטש 20, 2017 7:32 pm

נו אדרבה זאל איינער אויפקומען מיט עפעס
וואס טוט זיך מיט FEEDBECK FIVE ברענגט עס עפעס
מיין חבר האט מיר געזאגט אז נאר אכט %
האט איינער בעסערע עקספיריענס ???

אוועטאר
לעמעלע
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובהדורך לעמעלע » מאנטאג מארטש 20, 2017 8:25 pm

איך ניץ פידבעק פיוו אבער די רעזולטאטן זענען נישט עפעס מורא'דיג. איינע פון מיינע אייטעמס האב איך פארקויפט ארום 5000 שטיק און איך האב בלויז עטוואס מער ווי 100 ריוויאס און איך חלק פון דעם זענען אויך ריוויאס פאר דיסקאונטעד פרייז. אפשר איז דא א בעסערע ניסוח וואס צו שרייבן אין די אימעיל אז עס זאל האבן מער קאנווערזשענס
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

צום פוינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 2:34 pm

תגובהדורך צום פוינט » דינסטאג מארטש 21, 2017 5:04 pm

לאמיר זאגן מיין פלאן
עס זענען נאך דא אסאך וועבסייטס וואו מקען אוועקגעבן אייטעמס פאר ריוויוערס די פראבלעם איז אבער אז די אלע זייטלעך האבן געטוישט זייער פאליסי און געמאלדן אז מען מוז מער נישט געבן קיין ריוויו עס איז נאר OPTIONAL
די רעזולטאטן דערפון זענען אז די ריויוערס געבן מער נישט קיין ריווויוס
לכאורה וואלט געווען א גוטע פלאן אז איינער זאל עפענען א וועבסייט וואו מזאל קענען ריוויוען די ריוויוערס דהיינו אויב מזעט אז ביז א געוויסע צייט באקומט מען נישט קיין ריוויו פון פלוני זאל מען אים לייגן א שלעכטע ריוויו
דאס וואלט לכאורה געדארפט זיין א גוטע סעלושען

אוועטאר
לעמעלע
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובהדורך לעמעלע » דינסטאג מארטש 21, 2017 7:36 pm

א גרויסע חלק פון די וועבסייטס האבן זיך געטוישט אז אנשטאט לאזן א ריוויא זאל מען עס פאוסטען אויף סאוישעל מידיע.
און אפילו זיי לאזן יא א ריוויא וועט עס עמעזאן און רוב פעלער רימאווען. זיי רימאווען טעגליך ריוויאס פון פראדוקט'ס וואס זעזען געקויפט געווארן פאר דיסקאונטעד פרייזן
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

חלהדעקל
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דינסטאג מארטש 21, 2017 8:28 pm

צום פוינט האט געשריבן:לאמיר זאגן מיין פלאן
עס זענען נאך דא אסאך וועבסייטס וואו מקען אוועקגעבן אייטעמס פאר ריוויוערס די פראבלעם איז אבער אז די אלע זייטלעך האבן געטוישט זייער פאליסי און געמאלדן אז מען מוז מער נישט געבן קיין ריוויו עס איז נאר OPTIONAL
די רעזולטאטן דערפון זענען אז די ריויוערס געבן מער נישט קיין ריווויוס
לכאורה וואלט געווען א גוטע פלאן אז איינער זאל עפענען א וועבסייט וואו מזאל קענען ריוויוען די ריוויוערס דהיינו אויב מזעט אז ביז א געוויסע צייט באקומט מען נישט קיין ריוויו פון פלוני זאל מען אים לייגן א שלעכטע ריוויו
דאס וואלט לכאורה געדארפט זיין א גוטע סעלושען


איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען האלטן חשבון ווער ס'לייגט א ריוויו היינטצוטאגס אז די אלע סייטס טארן נישט בעטן קיין URL פון די קויפער.
1 + 1 = חלה דעקל...

בלי לחץ
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 25, 2012 10:17 am

תגובהדורך בלי לחץ » דינסטאג מארטש 21, 2017 9:30 pm

צום פוינט האט געשריבן:נו אדרבה זאל איינער אויפקומען מיט עפעס
וואס טוט זיך מיט FEEDBECK FIVE ברענגט עס עפעס
מיין חבר האט מיר געזאגט אז נאר אכט %
האט איינער בעסערע עקספיריענס ???


נאר???


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט