אדווערטייזמענט: האסטו א 'ביזנעס', און דו וואוינסט אין 'ניו יארק'?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

ivelt אדווערטייזמענט
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: האסטו א 'ביזנעס', און דו וואוינסט אין 'ניו יארק'?

תגובהדורך ivelt אדווערטייזמענט » דינסטאג מארטש 07, 2017 10:24 pm

אמת'דיג?! - דער 'אשכול' איז ממש פאַר דיר!


אויב דו ביזט בלויז אן ארבייטער אין א ביזנעס, אדער די וואוינסט אינדערויסן פון די גבולות ניו יארק, דעמאלטס איז דער ארטיקל פאר דיר א רעגולער 'איי-וועלט-ארטיקל', און ס'וואלט לכאורה געווען ראטזאם אז דו זאלסט גיין אויסטשעקן אן אנדערן אשכול.

אבער אויב 1) דו וואוינסט יא אין ניו יארק, און 2) דו ביזט דער אייגנטומער פון אן אייגענע ביזנעס 3) אדער דו ווילסט יעצט עפענען איינס, דעמאלטס איז דער ארטיקל ממש ווי געגאסן פאר דיר. זעץ זיך אוועק, ווייל ס'איז דא א שאנס אז דיין ביזנעס גייט אויפגעראכטן ווערן!

ומעשה שהי' כך הי'.

מערערע פון מיינע ידידים - וואס האלטן מיט אז איך מאך אנאליזן און באשרייבונגען דא-און-דארט איבער אינטערעסאנטע פירמעס, וועלכע זענען בייהילפיג פאר'ן ציבור – האבן מיר געפרעגט לעצטענס: "פארוואס מאכסטו נישט קיין עסק פון BBG? ס'איז ממש א ביזנעס-סעיווער, א מאני-סעיווער, א טיים-סעיווער, און די ליסטע איז געווארן לענגער און לענגער..."

BBG ?! – האב איך געטראכט צו מיר – אפשר רעדן זיי פון BFG וואס האט לעצטענס געמאכט העדליינס אין די נייעס. אבער ס'האט מיר אוודאי נישט געפאסט צו זאגן אז איך – דער גרויסער זאך-קענער און אלץ-ווייסער - ווייסט נישט צוזאגן פון BBG.

האב איך געמאכט מיין אייגענעם ריסורטש, כ'האב אנגעפרעגט דעם בארימטן 'גוגל-הדור', און נאך א קורצע וויילע האב איך באקומען מיין תשובה.

בוקקיפינג + פיל מער...

די רעדע איז פון http://bbgnewyork.com ברוקלין-בוקקיפינג-גרופ [אין קורצן: BBG] וואס קען באמת טראנספארמירן א ביזנעס פון א פרעשור-הויז צו א מנוחה-צענטער און געשמאקע אטמאספערע.

איר פרעגט: וויאזוי?

די זעלבע פראגע האב איך אויך געפרעגט.

ס'שטעלט זיך ארויס אז BBG – וואס טוט זיך ספעציאליזירן אין אלע אספעקטן פון "בוקקיפינג" – לייגט זיך אריין ראשם ורובם אין ארויסהעלפן א ביזנעס, אזוי ווייט אז זיי העלפן אויטאמאטיש גאר אסאך ארויס די ביזנעס מיט אוקאונטינג ;פעיראול ; סעקרעטארי און פאון-סערוויס; א.א.וו.

אבער לאמיר נישט סתם ווארפן פענסי-ווערטער, לאמיר זעהן וואס דאס מיינט אין 'מאמע-לשון'?

א בוק-קיפער ~ א ביזנעס-קאַלעגע!

BBG האט א געוואלדיגע מעלה, וואס דאס איז:

זי לייגט זיך אריין אין דיין ביזנעס מיט א מורא'דיגע געטריישאפט, עד כדי כך אז זי ווערט ממש ווי א ביזנעס-קאלעגע וואס שטייט צו די רעכטע האנט מיט פארשידענע ביזנעס-סערוויסעס, און קאנסולטינג, וכדו'.

לאמיר גיין שטאפל ביי שטאפל:

יעדע ביזנעס פארברענגט א ים מיט צייט צו 'קאלעקטן געלט', אבער באמת האסטו דען געעפנט א ביזנעס צו טון 'קאלעקשאנס'? דו ווילסט טון דיין דזשאב, צושטעלן דיין סערוויס, און גיין צום נעקסטן קאסטומער. נישט אזוי?!

קאסטומערס וואס טוען זייער בוקקיפינג ביי BBG דערציילן, אז זיי האבן א זייטיגע סערוויס אין וועלכן 'זיי' טוען הענדלען דיינע קאלעקשאנס אזוי ווי ס'ברויך צו זיין... זיי נעמען איבער אייער אינפארמאציע, און זיי גייען נאך דאס געלט פראפעסיאנאל און גוט, אן דעם וואס דו זאלסט זיין ביזי נאכצולויפן דעם קאסטומער און זיין ביזי מיט לעיט-פעימענטס.

און דאס זעלבע פארקערט אויך. דער פאקט איז אז פונקט ווי ס'איז וויכטיג אז דער קאסטומער זאל 'דיר' באצאלן פונקטליך, אזוי אויך איז וויכטיג פאר א ביזנעס אז דו זאלסט באצאלן פונקטליך פאר 'דיינע' ווענדארס, ווייל דאס איז גורם 'טראסט' און פארשטערקערט דיין קאמיוניקאציע לאורך הדרך. BBG – בשעת'ן טון די בוקקיפינג פאר א ביזנעס - לייגן זיי זיך אריין מיט א מורא'דיגע געטריישאפט, עד כדי כך אז זיי טוען צומאל אויך קעיר נעמען פון דיינע בילס, און זיכער מאכן אז די וויכטיגע מענטשן/פירמעס זאלן באצאלט ווערן צייטליך, זיי נעמען אראפ דעם עול פון דיר, און בויען אויף דיין רעפוטאציע ביי דיינע ווענדארס, אז עמיצער וואס 'צאלט אין צייט'. – א פאקט וואס קליענטן זענען אויסטערליש דאנקבאר.

BBG – און איר געטרייע שטאב פון איבערגעגעבענע מומחים - העלפן אייך זיכער מאכן אז אייער קוויקבוקס שטימט מיט'ן באנק-אקאונט, אן דעם וואס דו זאלסט זיך דארפן זארגן צי די קרעדיט-קארדס און דעביט-קארדס שטימען טאקע. און אזוי אויך שטעלן זיי צו קלארע 'רעפארטס' צו וויסן וואו דיין ביזנעס האלט אויף דר'וועלט.

אזוי אויך האבן זיי א ברייטע אויסוואל פון אופנים וויאזוי צו באצאלן פעיראל פאר אייערע ארבייטער, דורך א אויטאמאטישן סיסטעם לויט אייער סקעדזשול וואס איז פראקטיש און גרינג צו נוצן. איר דארפט אייך בלויז אויפסיינען, און איר קענט אייך אויפהערן צו דאגה'ענען וועגן אייער פעיראל...

נאך א חידוש... - ס'קען זיין זייער שווער זיכער צו מאכן אז יעדע טעלעפאן ווערט געענטפערט. אבער מיט BBG דארף עס נישט זיין שווער בכלל. זיי האבן א ספעציעלער סיסטעם וואס זיי סעטן אויף מיט זייערע קליענטן וואס מאכט זיכער אז די פאון-קאלס ווערן געענטפערט פראפעסיאנאל און בא'טעמ'ט, א גאנצן טאג.

אזוי אויך זענען פארהאן נאך זייטיגע סערוויסעס וואס BBG שטעלט צו פאר אירע קוויקבוקס-קליענטן, צב"ש: זאג דעם אמת. וויפיל מאל האסטו זיך שוין געמוטשעט צוצוגרייטן א פראפעסיאנאלן דאקומענט פאר א נייע קליענט?... BBG קען אייך העלפן צוגרייטן שיינע פרעזענטעישאנס סיי אין PDF און סיי Power point presentations.

איר קענט אויך זעהן אז אייער פאסט זאל אנקומען צו BBG, און זיי וועלן אייך אינפארמירן אויב ס'איז דא וויכטיגע דאקומענטן, און די דזשאנק-מעיל ווערט ארויסגעשליידערט.

'וויאזוי' זיי טוען עס...

אבער – ווי אנגעהויבן - דער גרעסטער חידוש איז לכאורה נישט 'וואס' BBG טוט, נאר 'וויאזוי' זיי טוען עס. און דאס וועט איר שוין נישט טרעפן אויף זייער סייט, נאר דאס וועט איר הערן לעבעדיג פון זייערע צופרידענע קליענטן, מיט וועמען איך האב אליינס גערעדט, און כ'גלייב אז BBG וועט אייך אויך געבן עטליכע נעמען צו וועמען צו כאפן א שמועס'ל...

BBG שטעלט זיך ארויס צו ווערן מורא'דיג 'קאנעקטעד' מיט יעדן פון זייערע קליענטן, און זיי ארבעטן ממש ווי זיי וואלטן געווען 'איינגעשטעלט' אין אייער ביזנעס.

איינע פון די צויבער-קנעפלעך אויפ'ן סייט איז דער גרינער קנעפל. וואס גיבט די מעגליכקייט צו האבן פערסאנאל-קנעפל מיטצוהאלטן און זיין אפ-טו-דעיט מיט אלע אקטיוויטעטן אין דיין ביזנעס. צו זעהן מה לפנים ומה לאחור.

סיי פאר אלטע און סיי פאר נייע ביזנעסער איז BBG בלי ספק ווי א מלאך המושיע. זיי העלפן אויפסעטן ריכטיג גאר וויכטיגע ביזנעס-פונקציעס, ווי: צושטעלן סעקרעטעריס, פאון-סיסטעם'ס, וועבסייטס, און צו סטרוקטשורן נייע ביזנעסער.

אין איין ווארט: אנגעהויבן פון אויפסעטן א נייע קארפארעישאן, ביז דעם לעצטן דעטאל פון אקאונטינג – און אלעס אינדערמיט – ווערט געטון דורך BBG אונטער איין דאך.

*

לאמיר אייך זאגן: נאכ'ן ענדיגן מיין ריסורטש, האב איך געפאלגט מיינע ידידים, און כ'האב שנעל געמאכט אן אנאליז איבער די קאמפאני, ווייל ס'איז באמת דא פון וואס נתפעל צו ווערן.

אה, זייער קאנטאקט-אינפא דארפסטו? אוודאי! זייער גערן, דא האט איר:

Email: info@bbgnewyork.com

Phone: 718.650.6099




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.

אוועטאר
דברים נפלאים
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 5:49 pm

איך שטים צו..

תגובהדורך דברים נפלאים » מיטוואך מארטש 08, 2017 11:53 am

איך בין נישט קיין געווענליכע שרייבער אבער אלץ הכרות הטוב פאר די קאמפעני האב איך מיר נישט געקאנט אנהאלטען!

ומעשה שהיה כך היה!

איך קום שוין פין אנדערע 2 קאמפעניס וואס איך האב מיר אפגעבריעט לדוגמא איך האב געוואלט נעמען א שיתוף פאר מין ביזנעס אבער קיינער האט נישט געוואלט אינוועסטירן ווייל די ריפארטס זענען געווען אינגאנצן צומישט, מ'האט נישט געקענט זעהן די פונקטליכע נומבערס, סיי סעילס אדער גראס פראפיט צו ס'זאל זיין נעט פראפיט..
בקיצור ס'איז געווען א גאנצע צומישעניש בין איך געגאנגען זיך דורך רעדן צו מיינס א קליגע חבר האט ער מיר געזאגט איך זאל סוויטשען צו דעם קאמפעני BBG, וואס ער איז שוין דארט א קנאפע צווי יאר און ער איז זייער צופרידן דארטן....
האב איך אים געפרעגט אז איך קום שוין פין צוויי אנדערע קאמפעניס פארוואס זאלן זיי זיין בעסער? האט ער מיר ערקלערט אז ביי די קאמפעני ווי איך בין איצט האב איך נאר מיט די ארבעטער אין קיינער נעמט נישט געהעריג ריספאנסעבילעטי, אבער דא וועל איך שפירן ווי איינער ארבעט ביי מיר אליין + וואס עס קומט אויס אסאך ביליגער ווי א רעגאלער ארבעטער אדער סעקראטערי און זיי זענען מיט דיר צו העלפן מיט וואס זיי קענען... וכך הוה איך האב געסוויטשט צו BBG און איך קען נישט אופהערן זיי צו באדאנקען אלץ וואס זיי האבען מיר געהאלפן, חוץ פין די רעגאלער סערוועסעס וואס זיי שטעלן צו האבן זייי זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו מיר צו שטעלן אויפן פיס...
היינט צוטאגס געניס איך פון זייער סעקרעטארי סערוויס אין דאס האט אוועקגענומען פין מיר סיי גרויסע פעיראל + טעקסעס פאר אן ארבייטער + אפיס עקספענסעס + נאך אנדערע פרעשור וואס קומט צו ווען מען האט ביי זיך אן ארבייטער....

ווי אויך לערנען זיי אליין אויס די בעסיק פין בוקקיפונג/קוויקבאקס אזוי איר זאלט קענען וואוסן ווי אן ווי אויס..


בקוצר היינט צוטאגס בין איך פארנומען צו מאכן סעילס און פארדינען לכבוד דעים אסאך מער ווייל זיי טוען אלע מיינע אופיס ארבעט...

ממנו ילמדו וכן יעשו.... ;l;p-
לעצט פאראכטן דורך דברים נפלאים אום דינסטאג מארטש 14, 2017 10:36 am, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.
טראכט פאר די רעדסט ווייל -
פארן רעדן ביסטו ב"ב אויף דיין ווארט נאכן רעדן איז דיין ווארט ב"ב אויף דיר!

אוועטאר
פריילעך אידל
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך מארטש 08, 2017 5:10 pm

;l;p- איך בין א צופרידענע קאסטומער!!

זיי האבן ממש געראטעוועט מיין ביזנעס פון אינטערגיין פון די אלע לעכער וואס מאכן זיך ווען מען האלט נישט געהעריג קאנטראל אויף די הוצאות והכנסות...
גראמאטיק! - דדא ביה כולא ביה, דלא דא ביה, מה ביה.

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך מארטש 15, 2017 5:45 pm

איך בין נישט קיין קאסטומער פון די קאמפעני. אבער איך מוז זאגן אז זיי זענען עמעעיזינג.
געשיקט, פראפעסינאל, און ראפינירט.

איך וועל דיר אישי'ן מיין מעילינג אדרעס ווי דו קענסט שיקן די פעימענט פאר די דאזיגע תגובה....


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט