בלאט 1 פון 2

טרעינינג אין אקאונטינג - בוקיפינג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 20, 2007 6:51 pm
דורך zamel
ווייסט אפשר איינער ווי מ'קען זיך לערנען קוויקבאקס אויפן אינטערוועש פאר אימזינסט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 20, 2007 9:47 pm
דורך לחיים ולברכה
נעם די טוטערעלס פון קוויקבוקס, דארט האבעך זיך געלערנט. און אודאי פון עקספיריענס. הייב אן, וועסטו זעהן אז פאר א אידישע קאפ איז נישטא וואס זיך צו לערנען.....

ס'איז פשוט'ער ווי פשוט.

עני שאלה, פרעג דא, און מיר וועלן אי"ה פרובירן צו ענטפערן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 20, 2007 10:06 pm
דורך יאנאש
גאמני מעצארעף, עס איז נישטא וואס זיך צו לערנען.

אביסל די פיטשעווקעס קען מען דא אנפרעגן.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 21, 2007 11:30 am
דורך zamel
אנטשולדיג איך האבעס נישט גיט ארויסגעברענגט איך וויל מיך לערנען אכאונטינג חלק די עיקר

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 21, 2007 11:56 am
דורך לחיים ולברכה
ר'לעדיגט. קענסט אויך פרעגן איבער דעם. כ'מיין אז די מנהלים זאלן טוישן די נאמען פונעם אשכול צו "אקאונטינג - בוקיפינג".

אז כ'על האבן צייט מוצ"ש עלעך דיר אי"ה געבן א קורצע שיעור איבער אקאונטינג.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 21, 2007 1:24 pm
דורך zamel
אקעי א גרויסן שעכויח איי ראאלי עפפרישיעט דעט

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 21, 2007 1:43 pm
דורך thefact
איך שרייב מיך אויך צו צום שיעור
יישר כח למפרע

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2007 2:10 pm
דורך פאטאקי08
גאנץ פשוט
איך וועל אנהייבן מיט א האום אקאונט
די האסט הוצאות און הכנסות אין ענגליש הייסט דאס טראנזעקשענס אין מאמע לשון פלאס און מיינוס
דענאך האסטו חובות מיט פארמעגן אין ענליש הייסט דאס עססעטס און לייעביליטיס דאס איז א כולל פון זייער אסאך זאכען למשל עססעטס מיינט אלע דיינע אוצרות צום ביישפיל טאשן געלט באנק אקאונט דיין הויז וואס איז ווערט 350.000 דיין קאר ועוד ועוד לייעביליטיס איז פונקט פארקערט למשל אלע דיינע חובות מארגעטש אויפן דירה אויפן קאר

המשך יבא...

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2007 4:18 pm
דורך zamel
we all say together more more more more h|-

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2007 5:43 pm
דורך לחיים ולברכה
אז פאטאקי וויל אדרבה, אבער איך וועל מסתם עניוועי פארלערנען מיין שיעור, כ'דארף נאר קודם פינישן מיינע זאכן. ס'וועט נאך נעמען אפאר טאג.

מיט אנטשולדיגונג.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2007 5:53 pm
דורך לאז געמאכט
עס איז נישט קיין סתירה עס איז דא אזויפיל צו לערנען אז יעדער קען פארלערנן אין מען זאל נאך אלץ הערן חידושים
סא סנישט קיין קאמפעטישען

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2007 9:09 pm
דורך zamel
נא ווען הייבט זיך אן די שעור

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2007 10:01 pm
דורך לחיים ולברכה
ב"ה, (נישט מאכן קיין עין הרע....) כאמעך היבש פאראויס געריקט מיט מיין ארבייט, כ'האף אויף מיטוואך צו אנהייבן. מערצאשעם.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2007 1:15 am
דורך zamel
thank you any way but I'm very despert so if you can give me more time I wikk really appriciate

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2007 3:25 pm
דורך פאטאקי08
פאטאקי08 האט געשריבן:גאנץ פשוט
איך וועל אנהייבן מיט א האום אקאונט
די האסט הוצאות און הכנסות אין ענגליש הייסט דאס טראנזעקשענס אין מאמע לשון פלאס און מיינוס
דענאך האסטו חובות מיט פארמעגן אין ענליש הייסט דאס עססעטס און לייעביליטיס דאס איז א כולל פון זייער אסאך זאכען למשל עססעטס מיינט אלע דיינע אוצרות צום ביישפיל טאשן געלט באנק אקאונט דיין הויז וואס איז ווערט 350.000 דיין קאר ועוד ועוד לייעביליטיס איז פונקט פארקערט למשל אלע דיינע חובות מארגעטש אויפן דירה אויפן קאר

המשך יבא...


איצט העמער גיין צי אקאונטס פעיעבל און אקאונטס רעסיוועבל

אקאונטס פעיעבל מיינט אלע זאכען וואס די דארפסט באצאלען למשל בילס וכדומה
אקאונטס רעסיוועבל מיינט אלע זאכן וואס מען דארף מיר באצאלען למשל אינוואויסעס וכדומה

המשך יבא...אי"ה

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2007 8:45 pm
דורך פאטאקי08
פאטאקי08 האט געשריבן:
איצט העמער גיין צי אקאונטס פעיעבל און אקאונטס רעסיוועבל

אקאונטס פעיעבל מיינט אלע זאכען וואס די דארפסט באצאלען למשל בילס וכדומה
אקאונטס רעסיוועבל מיינט אלע זאכן וואס מען דארף מיר באצאלען למשל אינוואויסעס וכדומה

המשך יבא...אי"ה


ווען די שיקסט איינעם אן אינוואויס הייסט עס ביי דיר א אינוואויס און ביי יענעם א ביל

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2007 9:41 pm
דורך zamel
potaki its too short I'll never finish that way

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2007 10:29 pm
דורך לחיים ולברכה
מארגן אי"ה. האב געדולט, זעמל.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2007 11:35 pm
דורך zamel
ok I'll try

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2007 10:15 pm
דורך לחיים ולברכה
זעמל, קוק דא:
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=3336

זיי מתפלל...

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2007 10:27 pm
דורך איך_הער
איי עם סארי איך פארקריך, אבער ס'איז מענין לענין.

כ'האב אמאל געהערט פון איינעם אז ער האט געהאט א ראש ישיבה וואס פון צייט צו צייט, פלעגט ער פארהערן, איז געווען איינמאל ביי א פארהער, האט ער געפרעגט עפעס איינעם, און דער בחור'ל האט זיך גענומען ענטפערן פאר פייער און פאר וואסער, אבער דער ר"י האט אים צוגעשאקעלט מיטן קאפ, כאילו ער זאגט דאס בעסטע וואסי שייך, אז דער בחור האט געזען אז דער ר"י שאקעלט אים אזוי מיטן קאפ, האט ער גערעדט מיט מער אייפער, און נאכמער שטותים אויך, ווען עריז שוין פיניש, רופט זיך אן דער ר"י מיט א ירושלמי עקצענט, זעעהר גוט זעעהר פיין, אבער נישט דאהס איז פשט אין די גמאהרא, איך ברויך ענק נישט זאגן ווי אזוי יענער (אלטער)בחור האט געפילט.

פארוואס דערצייל איך אייך דאס, און וואו קומטעס דא אריין, ווייל איך וויל מיך ווענדן צו לחיים'ען מיט די זעלבע ווערטער.

לחיים, זעעהר גוט זעעהר פיין, אבער נישט דאס איז פשט אין די אקאונטינג-בוקקיפינג טרעינינג.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2014 4:16 pm
דורך מצב כללי
ווי קען מען לערנען פאר אומזינסט בעסיק קאמפיוטער טרעינינג אביסל עקסעל און קוויקבוקס?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2014 7:27 pm
דורך אַבּערוואַס
מצב כללי האט געשריבן:ווי קען מען לערנען פאר אומזינסט בעסיק קאמפיוטער טרעינינג אביסל עקסעל און קוויקבוקס?

לינדא דאט קאם איז לפי ידיעתי די בעסטע אפציע. ס'איז טאקע נישט אומזיסט, אבער זיי האבן גוטע סחורה אויף כמעט יעדע ענין. און די געלט איז א שפיי.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2014 8:26 pm
דורך מצב כללי
יישר כח פאר דיין הילף.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2014 8:28 pm
דורך אַבּערוואַס
עניטיים.