בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2014 8:50 pm
דורך נישט
אַבּערוואַס האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:ווי קען מען לערנען פאר אומזינסט בעסיק קאמפיוטער טרעינינג אביסל עקסעל און קוויקבוקס?

לינדא דאט קאם איז לפי ידיעתי די בעסטע אפציע. ס'איז טאקע נישט אומזיסט, אבער זיי האבן גוטע סחורה אויף כמעט יעדע ענין. און די געלט איז א שפיי.

איך האב א לינדע אקאונט אפשר איז שייך זיך צוטיילן דא אפאר אירע מיט די געלט און יעדער וועט נוצן די זעלבע יוזער נעם
די איינציגסטע פראבלעם וועט זיין, אז די היסטארי וועלכע מ'האט שוין געזעהן וועט נישט שטומען, אבער חוץ דאס מיין איך דארף אלעס זיין פיין און וואויל

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2014 11:11 am
דורך נישט
לאמיר דא אנהייבן א שיעור און בוקקיפינג און קוויקבוקס
אלס התחלה וועלן מיר צוטיילן די צוויי זאכן וואס מענטשן מישן אביסל אויס, "בוקקיפינג"און "קוויקבוקס"
צו קענען קוויקבוקס דארף מען קענען צוויי זאכן, איינס מ'דארף פארשטיין די קאנצעפט פון בוקקיפינג, צוויי מ'דארף אויב וויל מען ארבעטן מיט קוויקבוקס דארף מען פארשטיין וויאזוי מען טוט "בוקיפינג" אויף "קוויקבוקס"
יעצט ווען איינער קען "בוקיפינק" איז שוין זייער גרינג זיך אויך אויסצולערענן "קוויקבוקס" אבער ווען איינער קען נאכנישט בוקקיפינק איז בעסער ער זאל נישט אנרירין קיין קוויקבוקס ווייל ס'וועט אים נאר פארמישן.
היינט וועלן מיר אנהייבן מיט בוקקיפינג.
די וויכטיגסטע אנצוהייבן איז מיט זייער א פשוטע קאנצעפ, אבער נאכן דאס פארשטיין פארט שוין אלעס גרינגער,
יעדע ביזנעס, אויכעט יעדע שטוב, דרייען זיך ארום פינך סארט געלט
1. געלט וואס קומט אריין(אינקאם)
2. געלט וואס גייט ארויס (עקספענס)
3. געלט וואס ליגט אין די ביזנעם (וואס די ביזנעס איז יעצט ווערד, דהיינו אלע געלט פון באנק אלע ווערטפולע חפצים א.ד.ג.)
1. געלט וואס געהערט צו די ביזנעס אבער ליגט ביי אנדערע מענטשן (דהיינו די ביזנעס האט געבארגט געלט פאר איינעם)
5. געלט פון אנדערע מענטשן וואס ליגט אין די ביזנעס (דהיינו אז די ביזנעם האט געבארגט געלט פון איינעם)

יעצט, יעדע דאלער וואס איז אריין אין די ביזנעס וויל איך וויסן צוויי זאכן פון וואו די געלט איז געקומען און פארוואס די געלט איז געקמען, דהיינו די געלט איז געקומען פון משה זרח און די סיבה פארוואס ער האט מיר געגעבן די געלט איז ווייל איך האב אים פארקויפט אן אייטעם אדער אים געגעבן א געוויסע סערוויס.
אזוי אויך די זעלבע זאך יעדע דאלער וואס גייט ארויס וויל איך וויסן וואו ס'איז געגאנגען, און פארוואס, דהיינו ס'איז געגאנגען צו יעקל תרח, וויבאלד ער האט מיר געפיקסט א מאשען אין פעקטארי, אדער ווייל ער האט מיר פארקויפט פאר האלסעיל די אייטעם וואס איך גיי שפעטער פארקויפן פאר ריטעיל.
סך הכל יעדע דאלער, האט א "וואו" און ס'האט א "פארוואס"
דער "וואו" איז א נאמען פון וואו די געלט איז געקומען אדער געגאנגען
און ס'איז דא 4 סארטן מענטשן וואס קענען נעמען געלט אדער געבן
1. פארקויפערס-ווענדאר(געווענליך וועלן זיי נעמען געלט)
2. ארבעטערס-עמפלאוי(געווענליך וועלן זיי נעמען געלט)
3. איינקויפערס(געווענליך וועלן זיי געבן געלט)
4. אלע אנדערע וואס גייען נישט אריין אין דעם כלל-אודערס(וואס זיי קענען רוב מאל נעמען און טייל מאל געבן)

יעצט צום "פארוואס"
די פארוואס ווערט צו טיילט אזוי ווי אויבן דערמאנט און פינף שרשים

און די פינף חלקים קען מען צוטיילן אויף נאך אסאך חלקים, וואו למשל אינטער אינקאם קען אריינגיין,
1. סעילס
2. פיעס
און אזוי ווייטער אונטער סעילס

בקיצור א מענשט וואס וויל האלטן חשבון וואו ער האלט אין זיין ביזנעס דארף צו וויסן יעדע דאלער פון וואס ס'קומט און פארוואס

המשך יבוא אי"ה...........

נ"ב כדי מיר זאלן וויסן וואו צו גיין ווייטער איז זייער וויכטיג צו הערן דעם ריפאנס פון ברייטען ציבור

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2014 2:24 pm
דורך חיים צבי
נישט:
א גרויסן דאנק אייך, עס איז זייער קלאר געשריבען. דאך בין מחולק מיט דעם אז מען קען זיך נישט אויסלערנען די bookkeeping concept אויף quickbooks, ווי איך פארשטיי איז יא געשמאקער זיך צו לערנען די למעשה'דיגע חלק אויף קוויקבוקס נאכן הערן א קורצע שיעור אויף אויסעווייניג אזוינס ווי דו האסט יעצט געגעבען, אמווייניגסטענס ביי מיר איז אזוי געווען דער פאל.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2014 2:55 pm
דורך נישט
חיים צבי האט געשריבן:נישט:
א גרויסן דאנק אייך, עס איז זייער קלאר געשריבען. דאך בין מחולק מיט דעם אז מען קען זיך נישט אויסלערנען די bookkeeping concept אויף quickbooks, ווי איך פארשטיי איז יא געשמאקער זיך צו לערנען די למעשה'דיגע חלק אויף קוויקבוקס נאכן הערן א קורצע שיעור אויף אויסעווייניג אזוינס ווי דו האסט יעצט געגעבען, אמווייניגסטענס ביי מיר איז אזוי געווען דער פאל.

דאנקע שיין
כ'האב נישט געזאגט אז מען קען נישט, נאר "אז ס'איז פילפאכיק שווערער"
כ'מיין אז צו דעם וועסטו מודה זיין אז אויב מ'האט ארויס די קאנצעפט, פארט אלעס געשמירט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2014 3:23 pm
דורך חיים צבי
זעמיר אויף איין פעידש (כמעט)!
------

נישט האט געשריבן:כ'האב נישט געזאגט אז מען קען נישט, נאר "אז ס'איז פילפאכיק שווערער"
וויבאלד דו געפונסט זיך
אין אן ערבוביא פון נישט און יא
בין איך געווארן אביסעל צומישט

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:59 pm
דורך יוחנן
נישט האט געשריבן:לאמיר דא אנהייבן א שיעור און בוקקיפינג און קוויקבוקס
אלס התחלה וועלן מיר צוטיילן די צוויי זאכן וואס מענטשן מישן אביסל אויס, "בוקקיפינג"און "קוויקבוקס"
צו קענען קוויקבוקס דארף מען קענען צוויי זאכן, איינס מ'דארף פארשטיין די קאנצעפט פון בוקקיפינג, צוויי מ'דארף אויב וויל מען ארבעטן מיט קוויקבוקס דארף מען פארשטיין וויאזוי מען טוט "בוקיפינג" אויף "קוויקבוקס"
יעצט ווען איינער קען "בוקיפינק" איז שוין זייער גרינג זיך אויך אויסצולערענן "קוויקבוקס" אבער ווען איינער קען נאכנישט בוקקיפינק איז בעסער ער זאל נישט אנרירין קיין קוויקבוקס ווייל ס'וועט אים נאר פארמישן.
היינט וועלן מיר אנהייבן מיט בוקקיפינג.
די וויכטיגסטע אנצוהייבן איז מיט זייער א פשוטע קאנצעפ, אבער נאכן דאס פארשטיין פארט שוין אלעס גרינגער,
יעדע ביזנעס, אויכעט יעדע שטוב, דרייען זיך ארום פינך סארט געלט
1. געלט וואס קומט אריין(אינקאם)
2. געלט וואס גייט ארויס (עקספענס)
3. געלט וואס ליגט אין די ביזנעם (וואס די ביזנעס איז יעצט ווערד, דהיינו אלע געלט פון באנק אלע ווערטפולע חפצים א.ד.ג.)
1. געלט וואס געהערט צו די ביזנעס אבער ליגט ביי אנדערע מענטשן (דהיינו די ביזנעס האט געבארגט געלט פאר איינעם)
5. געלט פון אנדערע מענטשן וואס ליגט אין די ביזנעס (דהיינו אז די ביזנעם האט געבארגט געלט פון איינעם)

יעצט, יעדע דאלער וואס איז אריין אין די ביזנעס וויל איך וויסן צוויי זאכן פון וואו די געלט איז געקומען און פארוואס די געלט איז געקמען, דהיינו די געלט איז געקומען פון משה זרח און די סיבה פארוואס ער האט מיר געגעבן די געלט איז ווייל איך האב אים פארקויפט אן אייטעם אדער אים געגעבן א געוויסע סערוויס.
אזוי אויך די זעלבע זאך יעדע דאלער וואס גייט ארויס וויל איך וויסן וואו ס'איז געגאנגען, און פארוואס, דהיינו ס'איז געגאנגען צו יעקל תרח, וויבאלד ער האט מיר געפיקסט א מאשען אין פעקטארי, אדער ווייל ער האט מיר פארקויפט פאר האלסעיל די אייטעם וואס איך גיי שפעטער פארקויפן פאר ריטעיל.
סך הכל יעדע דאלער, האט א "וואו" און ס'האט א "פארוואס"
דער "וואו" איז א נאמען פון וואו די געלט איז געקומען אדער געגאנגען
און ס'איז דא 4 סארטן מענטשן וואס קענען נעמען געלט אדער געבן
1. פארקויפערס-ווענדאר(געווענליך וועלן זיי נעמען געלט)
2. ארבעטערס-עמפלאוי(געווענליך וועלן זיי נעמען געלט)
3. איינקויפערס(געווענליך וועלן זיי געבן געלט)
4. אלע אנדערע וואס גייען נישט אריין אין דעם כלל-אודערס(וואס זיי קענען רוב מאל נעמען און טייל מאל געבן)

יעצט צום "פארוואס"
די פארוואס ווערט צו טיילט אזוי ווי אויבן דערמאנט און פינף שרשים
1. געלט וואס קומט אריין(אינקאם)
2. געלט וואס גייט ארויס (עקספענס)
3. געלט וואס ליגט אין די ביזנעם (וואס די ביזנעס איז יעצט ווערד, דהיינו אלע געלט פון באנק אלע ווערטפולע חפצים א.ד.ג.)
1. געלט וואס געהערט צו די ביזנעס אבער ליגט ביי אנדערע מענטשן (דהיינו די ביזנעס האט געבארגט געלט פאר איינעם)
5. געלט פון אנדערע מענטשן וואס ליגט אין די ביזנעס (דהיינו אז די ביזנעם האט געבארגט געלט פון איינעם)

און די פינף חלקים קען מען צוטיילן אויף נאך אסאך חלקים, וואו למשל אינטער אינקאם קען אריינגיין,
1. סעילס
2. פיעס
און אזוי ווייטער אונטער סעילס

בקיצור א מענשט וואס וויל האלטן חשבון וואו ער האלט אין זיין ביזנעס דארף צו וויסן יעדע דאלער פון וואס ס'קומט און פארוואס

המשך יבוא אי"ה...........

נ"ב כדי מיר זאלן וויסן וואו צו גיין ווייטער איז זייער וויכטיג צו הערן דעם ריפאנס פון ברייטען ציבור

thanks , waiting for more , very nice and clear

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 5:06 pm
דורך נישט
אקעי יוחנן ס'האט נישט אויסגעקוקט וואו מען איז אינטערעסירט
אי"ה נעקסטע וואך זונטאג וועל איך ממשיך זיין

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 5:10 pm
דורך תרנגול
נישט האט געשריבן:אקעי יוחנן ס'האט נישט אויסגעקוקט וואו מען איז אינטערעסירט
אי"ה נעקסטע וואך זונטאג וועל איך ממשיך זיין

אוודאי אוודאי איז מען אינטרעסירט! אבער וויפיל אידן קומען דען אריין אינמיטן אן אשכול וואס איז באשאפן געווארן נאך בעפאר פארגאנגענעם שמיטה? איך וואלט דיר געראטן צו עפענען א נייע אשכול און שטעלן דארט דיינע ווערק, וועסטע זעהן צו דער עולם איז אינטרעסירט צו נישט (עי' אשכול קורס בגרפולוגיה).

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 5:16 pm
דורך יוחנן
נישט האט געשריבן:אקעי יוחנן ס'האט נישט אויסגעקוקט וואו מען איז אינטערעסירט
אי"ה נעקסטע וואך זונטאג וועל איך ממשיך זיין

thanks much

its appriciated

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 1:18 pm
דורך FREEDOM
thefact האט געשריבן:איך שרייב מיך אויך צו צום שיעור
יישר כח למפרע

איך אויך מיט הצלחה בעז"ה

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 8:01 pm
דורך האניג
יישר כחכם ר' נישט פאר'ן שיעור! איך בין א גרינער (ליין: ;l;p-) אין קוויקבוקס, און כ'האב עטליכע שאלות כ'וואלט הנאה געהאט צו פרעגן בין עמידי דגירסאי (ליין: כ'ווייס נישט פונקליך, אבער ס'איז א שיין מליצה, דאכציך). אבער קודם: איך קום פון א בעקראונד אין גראפיקס, און אויב האבן די צוויי עפעס א שייכות קען איך זאגן אז רוב היימישע און גוטע גראפיקערס האבן זיך קודם געשפילט מיט'ן פראגראם, און הערשט דערנאך זיך אויסגעלערענט גראפיקס...

לאמיר אנהייבן מיט שאלה נומער איינס:
דאס איז מסתם מער א לימיטעישן ווי איידער א שאלה (לויט וויפיל כ'האב רעסערטשד דער נושא), אבער מעגליך האט איינער עפעס אן אויסוועג. וגופא דעובדא הכי הוי: קומט אריין א איד צו דיר אין געשעפט, ס'איז א קליינטשיק ביזנעס'ל וואס דו האסט גע'עפענט, האסט נישט קיין סאפיסטיקירטע POS סיסטעם, בלויז דאס פשוט'ע קוויקבוקס כדרך אבותינו ורבותינו נבג"מ, און ער שטעלט צאם א ארדער אחת למעלה ושבע למטה, ס'רינט פון דיר שפייעכץ צו זען וואס דאס גייט דיר ברענגן, גייט מען גלייך צו Create Sales Receipt אזוי ווי געווענליך ווען איינער קויפט און צאלט דערפאר אויפ'ן פלאץ, און מ'האקט אריין שורה ע"ג שורה, צענדליגע אזוי. קומט צו באצאלן, כאפט זיך דער קליענט אז ער האט נישט ס'גאנצע געלט אויף זיך, ביזט אבער א פיינע, נעמסט פון אים וואס ער האט און ער קען מארגן קומען און צוצאלן. אלעס שטימט, ניין?

ניין.

דו האסט יעצט נישט קיין שום וועג מודיע צו זיין פאר קוויקבוקס אז ער האט בלויז געצאלט א טייל פונ'ם טאטעל. פארוואס? ווייל Create Sales Receipt איז נאר געמאכט ווען מ'צאלט אויפ'ן פלאץ. אבער דו האסט דאך נישט געוואוסט אז ער גייט נישט אלעס צאלן יעצט!

ווי ווייט איך ווייס, איז נישט דא דערפאר קיין עצה. דארפסט אויסמעקן דער ריסיט, און אנהייבן פון פריש אויף א סעילס ארדער אדער אן אינוואוס (וועלכער? און וואס איז די חילוק? און ווען ניצט מען וואס? קיין השגה...).

מיט א שווער הארץ טרונקסטו אויס דאס קאלטע קאווע און דו זאגסט פאר'ן מייליכען מער נישט צו טון אזאנס.

האט איינער עפעס אן עצה דערפאר?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 1:25 am
דורך geek
מאך אן אינוואוס. אויסער אויב די האסט עס נישט אין סטאק מאך א סעילס ארדער דערנאך (ווען די האסט עס שוין) אינוואוס די סעילס ארדער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 9:11 am
דורך האניג
שכוח גיק פאר'ן ענטפער בנוגע ווען צו נוצן א סעילס ארדער און ווען אן אינוואס. למעשה בדיעבד אויב האט מען געניצט א סעילס ריסיט, האסטו נישט קיין עצה, הא?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 2:14 pm
דורך רוסישער
תרנגול האט געשריבן:
נישט האט געשריבן:אקעי יוחנן ס'האט נישט אויסגעקוקט וואו מען איז אינטערעסירט
אי"ה נעקסטע וואך זונטאג וועל איך ממשיך זיין

אוודאי אוודאי איז מען אינטרעסירט! אבער וויפיל אידן קומען דען אריין אינמיטן אן אשכול וואס איז באשאפן געווארן נאך בעפאר פארגאנגענעם שמיטה? איך וואלט דיר געראטן צו עפענען א נייע אשכול און שטעלן דארט דיינע ווערק, וועסטע זעהן צו דער עולם איז אינטרעסירט צו נישט (עי' אשכול קורס בגרפולוגיה).

א גרויסן דאנק אייך, עס איז זייער קלאר געשריבען.
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוודאי אוודאי איז מען אינטרעסירט!

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 7:58 pm
דורך ניק ניק
ווער ס'איז אונטערסירט צו נעמען אן אקאונטינג קורס פאר האלב פרייז צוזאמען מיט מיר, ביטע פרטי'ען.