אדווערטייזמענט: וויאזוי אַ היימישע טראָקינג-קאָמפאַני ברענגט אוצרות פאַר 'עמעזאן-סעלערס'

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: וויאזוי אַ היימישע טראָקינג-קאָמפאַני ברענגט אוצרות פאַר 'עמעזאן-סעלערס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »

~ אנאליז איבער AF TRUCKING, און וואס זי שטעלט צו פאר פילצאליגע היימישע עמעזאן-סעלערס ~

געווענטליך אז מ'הערט פון א "טראקינג-קאמפאני" משל'ט מען זיך אויס א LTL פירמע – וואס פירן קלענערע און צומאל גרעסערע שיפמענטס און באקסעס פון איין ארט צום צווייטן - אבער א "עמעזאן-ביזנעס" שווימט נישט באלד ארויף אויף די מחשבה.

פארוואס? ווייל עמעזאן ווערט דאך אויפגעפיקט/דעליווערט דורך UPS/FEDEX - ווער דארף א טראקינג-קאמפאני?

אבער דא אויף איי-וועלט פארלאזט זיך נישט בלויז וואס דער מח זאגט בהשקפה ראשונה, מ'גרובט טיפער... און – ווי דער כלל לויטעט - אז מ'קריכט און מ'גריבלט ווערט מען אלעמאל געוואויר חידושים!

לאמיר אייך פרעזענטירן אונזער פרישער חידוש: AF TRUCKING!

*

גראדע איז AF TRUCKING אויך אCompany LTL, וואס פירט קלענערע און גרעסערע שיפמענטס פון איין ארט צום צווייטן פאר ביזנעסער פון אלע סייזעס, אבער אין די לעצטע עטליכע יאר האט זי זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א אויסטערלישע ישועה פאר "עמעזאן ביזנעסער", און האט שוין געברענגט א הון תועפות פאר פילצאליגע היימישע ביזנעסלייט.

אט איז וויאזוי:

(פאר די וואס קענען נישט דעם עמעזאן-סיסטעם קען עס פשוט זיין אינטערעסאנט, און פאר די וואס קענען יא דעם סיסטעם איז עס אוודאי אקטועל!)

עמעזאן פארמאגט ספעציעלע FBA צענטערן (Fulfillment by Amazon) - וואו עמעזאן-סעללערס שיקן אהין זייערע פראדוקטן – דארט ווערן אלע סארטירט און דעליווערט פאר די קליענטן.

וויאזוי קומען די פראדוקטן אן צום FBA צענטער?

    * רוב עמעזאן-סעללערס סקעדזשול'ען א פיק-אפ פון UPS/FEDEX, מ'מעלדט זיי: איך האב עטליכע Pallets, קומט עס אויפפיקן.

    * UPS/FEDEX קומען געווענטליך אויפפיקן ביז 1-2 טעג, און טראגן עס אין זייער טערמינאל.

    * ביז ס'קומט אן אין זייער טערמינאל, און פון דארט צו עמעזאן, געדויערט נאכאמאל בערך 3 טעג.

דאס איז א פראצעדור פון בערך 5 טעג – אויב מ'איז מזל'דיג געדויערט עס אביסל שנעלער.

*
מיט עטליכע יאר צוריק איז AF TRUCKING אריינגעקומען אין בילד מיט א אָפפער צו עמעזאן-סעללערס:

עפנט אן אקאונט ביי AF TRUCKING / סקעדזשולט א דעליווערי ביז 1:00 נאכמיטאג / און עס וועט דעליווערט ווערן גלייך צום FBA צענטער!

וויפיל טעג האסטו זיך איינגעשפארט דורכדעם? 5 טעג!

א חידוש פון א גמרא-קאפ!...

זינט דאן – שוין 3 יאר נאכאנאנד - האבן פילצאליגע עמעזאן-סעללערס זיך באנוצט מיט דעם היימישן-מעטאד וואס AF TRUCKING האט צוגעשטעלט; די עמעזאן-סעללערס האבן פארדינט א מורא'דיגן צוטרוי ביי זייערע קליענטן; זיך איינגעשפארט עגמת נפש; און געמאכט געלט!...

*

גאר אסאך עמעזאן-ביזנעסער האבן פארדינט דערפון ביז היינט, ווייל מ'קען מאכן געלט אויפ'ן פראדוקט נאך בו ביום! אינעם זעלבן טאג וואס עס איז נאך געלעגן ביי אים אין געשעפט, קען ער עס שוין האבן פארקויפט פאר'ן קליענט.

והשנית, צומאל איז שווער פאראויסצורעכענען ווען מ'דארף ארויסשיקן דעם שיפמענט, און מ'באמערקט אז ס'וועט נעמען נעמען צופיל צייט ביז יענער וועט עס באקומען. הייבט מען שנעל אויף א טעלעפאן מ'רופט 845-492-8782 ביז 1:00, און דער Pallet ווערט דעליווערט בעתו ובזמנו: יענעם טאג!

גרעסערע פירמעס, קליענטן פון AF Trucking – וועלכע פלעגן אויסרעכענען זייערע שיפמענטס גענוג פרי – פלעגן נישט שפירן אזא קריטישע וויכטיגקייט זיך צו באנוצן מיט דעם סערוויס פון Same Day Delivery, ווייל זיי פלעגן ארויסשיקן זייער סחורה היבש In Advance, אן קיין לחץ און קיין זארג.

אבער לעצטענס האט זיך געמאכט א פרישער דעוועלאפמענט אין עמעזאן, וואס איז גורם אז AF TRUCKING איז ממש א ישועה פאר יעדע עמעזאן-ביזנעס: מקטן ועד גדול.
וואס האט פאסירט? עמעזאן איז קלוג געווארן!...

זיי האבן געהעכערט זייער טשארדזש פאר'ן האלטן פראדוקטן ביי זיי אינעם FBA צענטער! (וויאזוי האט יענער געזאגט? אויב קומסטו נישט היינט אויפפיקן דיין טשעק, וועל איך אנהויבן בעטן 'רענט' פאר'ן האלטן דיין טשעק אזוי לאנג...).

יא, עמעזאן האט אנגעהויבן בעטן מער געלט פאר פראדוקטן וואס ליגן ביי זיי אין ווערהאוז, דאס מיינט אז אפילו עמיצער איז אויסגערעכנט און פראפעסיאנאל לוינט זיך נאך אלץ נישט אפצושיקן עטליכע טעג פריער אינעם FBA צענטער, ווייל אויב ליגט עס דארט צו לאנג קאסט עס יעדן טאג מער געלט.

דא קומט ווידעראמאל AF TRUCKING צוהילף!

עמעזאן-סעללערס וועלכע פארמאגן אקאונטס ביי AF TRUCKING פארדינען דערפון זייער שטארק – איך אליינס האב א חבר וואס נוצט זייערע סערוויסעס, און איז מורא'דיג צופרידן – וואוסענדיג אז יעדער פיק-אפ ווערט דעליווערט גלייך צום FBA צענטער!

ביז היינט פלעגן AF TRUCKING דעליווערן בלויז צו צוויי הויפטFBA צענטערן, אבער יעצט טוען זיי אויסברייטערן זייערע דעליוועריס אויך צו אנדערע FBA צענטערן, כדי צו קעיטערן סיי אפסטעיט, קרית יואל, מאנסי, און סיי ניו דזשערסי, ברוקלין, א.א.וו.

אויב ווילט איר עפענען א אקאונט, אדער הערן אינפארמאציע וויאזוי זיי קענען ארויסהעלפן דיין ביזנעס, רופט: 845-492-8782

נ.ב. זייער סערוויס, פונקטליכקייט, און קאסטומער-סערוויס איז געוואלדיג. דזשאסט סעיאינג#




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
jbl
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jbl »

;l;p-
פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטא קוגל »

איך בין א צופרידענע קאסטומער
פוטער
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2010 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוטער »

איך בין א שטארק צופרידענע קוסטעמער. איך קען די owner פערזענדליך, געדענקט ווען ער האט אנגעהויבען מיט איין טרעקל און עס האט זיך צו וואקסען צו א גרויסע פראפעשענאל טראקינג קאמפעני.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”