אדווערטייזמענט: די טראָמפ-אַפעקט: פאַרוואס שמייכלען אַלע סטאַק-האָלדערס נאָכ'ן טראָמפּ-זיג?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

אדווערטייזמענט: די טראָמפ-אַפעקט: פאַרוואס שמייכלען אַלע סטאַק-האָלדערס נאָכ'ן טראָמפּ-זיג?

תגובהדורך arender » דינסטאג ינואר 10, 2017 2:30 pm

די טראָמפ-אַפעקט: פאַרוואס שמייכלען אַלע סטאַק-האָלדערס נאָכ'ן טראָמפּ-זיג?


אויב דו וואלסט געפרעגט דער מיינונג פון רוב פירנדע עקאנאמיסטן אין נאוועמבער 7 למס' – איין טאג בעפאר די אמעריקאנער וואלן – וויאזוי דער סטאק-מארקעט וועט אפעקטירט ווערן אויב טראמפ וועט געווינען די וואלן, וואלט זייער ענטפער געווען קלאר: שלעכטע-נייעס פאר'ן סטאק-מארקעט...

*

אדרבה, לאמיר געבן א קוק וואס זיי האבן פאקטיש פאראויסגעשאצט:

• סיטי-בענק האט געשאצט אז מיט א טראמפ-זיג וועט דער מארקעט טראסקען צווישן 3-5 פראצענט.
• עריק זיצעוויטץ, א בארימטער עקאנאמיקס-פראפעסאר אין דארטמאונט-קאלעדזש, האט געשאצט א 10 פראצענט טראסק אין גלאובל-מארקעטס.
• סיימאן דזשאנסאן, פראפעסאר אין MIT און געוועזענער טשיף-עקאנאמיסט אין IMF, האט געשאצט אז עס וועט זיין א "קראך אין די ברייטע מארקעט".

ניין! זיי זענען נישט קיין בטלנים, זיי האבן געווענטליך גאנץ א גוט'ן חוש צו עקאנאמיקס, זיי האבן געקוקט אויף די היסטאריע וואס צייגט אז די מארקעט האט געווענטליך א נעגאטיווע רעאקציע ווען עס קומען פאר 'דראמאטישע טוישונגען'.
לאמיר נעמען עטליכע ביישפילן:

• "ברעקזיט-רעפערענדום" אין ענגלאנד. ווען ענגלאנד האט זיך ארויסגעצויגן פון די EU, האט דער ענגלענדישער 'פונט' געטראסקעט צו די נידעריגסטע ציפערן אין 31 יאר!
• ממש לעצטענס - ווען דער איטאליענישער פרעימיער מיניסטער רענזי האט געמאלדן זיין רעזיגנאציע נאכ'ן פארלירן א געוויסער לעגאלער קאמף – האט די יוראו געטראסקעט 1.5 פראצענט.

דער שכל הישר האט טאקע געזאגט אז אזוי וועט פאסירן דאהי אין אמעריקע אויך, אבער יעדער וואס האלט מיט די סטאק-מארקעט ווייסט צו זאגן אז עס האט זיך ארויסגעשטעלט פונקט פארקערט: די סטאק-מארקעט לעבט אויף אלע באקן! "פארפאלן, ווען ס'קומט צו טראמפ איז יעדער 'ראנג', די פרעסע, די עקאנאמיסטן, און ווער נישט?" – האט זיך אויסגעדרוקט מיט וואונדער און איבערראשונג איינע פון די פירנדע עקאנאמיסטן.

*

זייט זיין זיג-רעדע איז דאנעלד טראמפ געווארן די סטאק-מארקעט'ס בעסטע חבר. יעדע 'טוויט' וואס ער שיקט ארויס ווערט 'דורגעלערנט' בעיון דורך אלע פירנדע פינאנציעלע עקספערטן, און דער אפעקט איז אויסטערליש.

צום ביישפיל:
ווען טראמפ האט ארויסגעשיקט א 'טוויט' אז ער וויל קענסלען דעם קאנטראקט פאר'ן נייעם 'עיר-פאורס-וואן', האט ער אפגעווישט א ביליאן טאלער פון באאינג'ס מארקעט-וועליו.

ווען ער האט געמאלדן אז Softbank גייט אינוועסטירן $50B צו ערמעגליכן 50,000 דזשאבס אין אמעריקע, האט עס געהעכערט די סטאקס פון 'ספרינט' און 'טי-מאביל'.

און אזוי ווייטער - ברצותו מרחיב ומקצר, כחומר ביד היוצר.

*
אבער עס שטעלט זיך ארויס אז די גרעסטע געווינערס פונעם טראמפ-זיג זענען די חברה וואס שפילן די סטאקס-אנליין!

דער CEO פון טרעיד-24, דזשעק א'קאננאר, זאגט: "רוב מענטשן כאפן נישט. יעדעס מאל ווען טראמפ עפנט זיין מויל זענען זיי ביזי דערמיט, אבער מיינע קליענטן ווערן געוואויר וויאזוי מ'קען מאכן געלט דערויף אין די פיינענשאל-מארקעטס! יא, יעדע איינציגע מאל!"

"רוב פון אונזערע קליענטן" – זאגט מר. א'קאננאר – "האבן אנגעהויבן מיט זייער ווייניג געלט, אבער נאכ'ן טרעידן די מארקעט איז זייער פארמעגן געוואקסן אין א היבשע חודש'ליכע געהאלט".

ער ענדיגט מיט א שמייכל: "ס'איז נישט ווי אין די אמאליגע צייטן, ווען מ'האט געדארפט האבן א מיליאן, אנצוקומען צו א ביליאן... אונזערע קליענטן הייבן אן מיט גאר קליינע געלט-סומעס".

די נעקסטע מאל וואס טראמפ שיקט ארויס א טוויטער-מעסעדזש, זיי נישט בלויז פון די לייענער... מאך געלט דערפון! דורכ'ן זיך אנצושליסן אינעם אנליין-טרענד "טרעיד-24" און שפאצירן מיט א גראדן רוקן ביז צו די באנק.

לינק

צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט