בלאט 2 פון 3
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 12, 2010 7:58 am
דורך שמן זית
איך דארף קעש,
פעי פאל PayPal
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 18, 2012 2:43 pm
דורך קארן
איך וויל פארקויפן זאכן אויף eBay אבער איך מוז עפענען א PayPal account, אויב איינער קען מיך מסביר זיין וויאזוי PayPal ארבעט וויזוי גיי איך באקומען די געלט און און אויב זיי נעמען אראפ א פראצענט מיט דאנק פון פאראויס.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 18, 2012 2:51 pm
דורך קעניגזאן
פע פעל, איז א קאמפעני וואס איז א פארמיטלער צווישען די קונה און די סוחר, אז ביידע זאלן זיין פארזיכערט, הן די סוחר אז ער באקומט די געלט,
און הן די קןנה אז ער באקומט די חפץ, זיי נעמען נישט אראפ קיין פראצענט
עס דויערט איין צוויי דריי צו עפענען אן אקאונט, עס איז זייער גרינג און פשוט
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 18, 2012 2:54 pm
דורך היימישער איד
זיי נעמען געווענטליך יא אראפ א פראצענט פארשטייט זיך, קיינער ארבעט נישט אומזינס.
פון זיי ארויסצונעמען געלט איז דא אפאר אופנים, אדער קענען זיי דיר שיקן א טשעק פאר א מינימאלע אפצאל. אדער קענען זיי עס אריינטון אין דיין קאנטע. אדער קענן זיי דיר געבן א קארטל וואס די קענסט מיט דעם ארויס נעמען דאס געלט.
(אגב די אשכול קומט אין ביזנעס אפטיילונג, דא איז דא אפטיילונגן הכל על מקומו יבא בשלום)
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 18, 2012 3:27 pm
דורך thefact
גערוקט, שכח היימישער יוד פאר מעורר זיין.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 18, 2012 3:47 pm
דורך מידער
קארן האט געשריבן:איך וויל פארקויפן זאכן אויף eBay אבער איך מוז עפענען א PayPal account, אויב איינער קען מיך מסביר זיין וויאזוי PayPal ארבעט וויזוי גיי איך באקומען די געלט און און אויב זיי נעמען אראפ א פראצענט מיט דאנק פון פאראויס.
זיי גנב'ענען אראפ 3-4 פראצענט (געוואנדן מיט וועלכע קארטל דער צאלער צאלט).
היימישער איד האט געשריבן:פון זיי ארויסצונעמען געלט איז דא אפאר אופנים, אדער קענען זיי דיר שיקן א טשעק פאר א מינימאלע אפצאל. אדער קענען זיי עס אריינטון אין דיין קאנטע. אדער קענן זיי דיר געבן א קארטל וואס די קענסט מיט דעם ארויס נעמען דאס געלט.
די ערשטע צוויי אפציעס איז דאכצעך לימיטעד צו $500 א מאנאט, פאר זייער קרעדיט קארטל געבן זיי איין פראצענט קעש-בעק.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 18, 2012 3:57 pm
דורך יוראפ
היימישער איד האט געשריבן:פון זיי ארויסצונעמען געלט איז דא אפאר אופנים, אדער קענען זיי דיר שיקן א טשעק פאר א מינימאלע אפצאל. אדער קענען זיי עס אריינטון אין דיין קאנטע. אדער קענן זיי דיר געבן א קארטל וואס די קענסט מיט דעם ארויס נעמען דאס געלט.
פון מיין עקספערטיז האב איך שוין געדארפט באקומען פון זיי אפאר הונדערט דאלער במשך די יארן, און כ'האב נאכנישט געזעהן קיין פעני פון זיי, אנפאנג האבן זיי געהאט פוילע תירוצים דערנאך איז שוין נישט געווען צו וועם צו רעדן.
אלזא מאך זיכער פון אנפאנג אז אלעס גייט ווי עס בעדארף צו זיין
הצלחה רבה!
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 18, 2012 4:13 pm
דורך היימישער איד
ס'איז ריכטיג אז אסאך האבן מיט זיי פראבלעם'ן ובמקום אחר על סייט זה הארכנו בס"ד.
איך האב ב"ה אלעמאל באקומען פון זיי אלעס וואס פעלט אויס.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 18, 2012 4:36 pm
דורך שנאפס
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 18, 2012 4:47 pm
דורך דעת זקנים
להערה בעלמא, ווען דו ווילסט סתם שיקן געלט פאר א צווייטן, אויב גייט עס דורך דיין דעביט קארטל קאסט עס א פראצענט (דו קענסט באשליסן ווער ס'זאל עס צאלן די שולח אדער מקבל), משא"כ אויב האסטו צוגעלייגט דיין באנק אקאונט אינפארמאציע און זיי נעמען ארויס די געלט גלייך פון דיין באנק אקאונט, איז עס בחנם (אבער ס'קען נעמען אסאך לענגער ביז יענער באקומט די געלט).
איז אבער כדאי צו וויסן, אז דעס אלעס איז נאר ווען די שיקסט געלט פאר פריוואטע צוועקן, ווען דו עקסעפסט אבער פעיפאל אויף דיין וועבסייט אלץ א טשעקאוט אפשען, דאן איז נישט קיין נפק"מ וויאזוי דער קונה צאלט, אפי' ער וועלט אויס צו צאלן גלייך פון זיין באנק אקאונט און נישט דורך זיין קארטל וועלן זיי נאכאלץ טשארדזשן פונעם מוכר די fee כאילו יענער האט געצאלט מיט זיין קארטל.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 18, 2012 5:10 pm
דורך קארן
יוראפ האט געשריבן:היימישער איד האט געשריבן:פון זיי ארויסצונעמען געלט איז דא אפאר אופנים, אדער קענען זיי דיר שיקן א טשעק פאר א מינימאלע אפצאל. אדער קענען זיי עס אריינטון אין דיין קאנטע. אדער קענן זיי דיר געבן א קארטל וואס די קענסט מיט דעם ארויס נעמען דאס געלט.
פון מיין עקספערטיז האב איך שוין געדארפט באקומען פון זיי אפאר הונדערט דאלער במשך די יארן, און כ'האב נאכנישט געזעהן קיין פעני פון זיי, אנפאנג האבן זיי געהאט פוילע תירוצים דערנאך איז שוין נישט געווען צו וועם צו רעדן.
אלזא מאך זיכער פון אנפאנג אז אלעס גייט ווי עס בעדארף צו זיין
הצלחה רבה!
וואס הייסט? דו האסט פארקויפט זאכן און נישט געזעהן די געלט פון זיי?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 18, 2012 5:16 pm
דורך יוראפ
קארן האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:היימישער איד האט געשריבן:פון זיי ארויסצונעמען געלט איז דא אפאר אופנים, אדער קענען זיי דיר שיקן א טשעק פאר א מינימאלע אפצאל. אדער קענען זיי עס אריינטון אין דיין קאנטע. אדער קענן זיי דיר געבן א קארטל וואס די קענסט מיט דעם ארויס נעמען דאס געלט.
פון מיין עקספערטיז האב איך שוין געדארפט באקומען פון זיי אפאר הונדערט דאלער במשך די יארן, און
כ'האב נאכנישט געזעהן קיין פעני פון זיי, אנפאנג האבן זיי געהאט פוילע תירוצים דערנאך איז שוין נישט געווען צו וועם צו רעדן.
אלזא מאך זיכער פון אנפאנג אז אלעס גייט ווי עס בעדארף צו זיין
הצלחה רבה!
וואס הייסט? דו האסט פארקויפט זאכן און נישט געזעהן די געלט פון זיי?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 18, 2012 6:14 pm
דורך שנאפס
זיי נעמען בערך צוויי פראצענט
באצאלן דורך צוויי קארטלעך.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 10:23 am
דורך קנאפער ידען
איך וויל עפעס קויפן און באצאלן דורך פעי-פאל.
איך וויל וויסן צו איינער ווייסט אויב ס'איז דא א אופן וויאזוי צאמצושטעלן א פעימענט צעטיללט צווישן צוויי קרעדיט קארטלעך.
למשל איך וויל פון איין קארטל טשארזשען $10 און די איבריגע $50 פון א צווייטן קארטל.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 5:35 pm
דורך שנאפס
דער סעלער דארף דיר שיקן צוויי פעיפאל אינוואויסעס עקסטער פאר צען און פאר 50, און דו דארפסט סעלעקטן ביים באצאלן וועלכע קרעדיט קארטל דו ווילסט נוצן
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 10:39 pm
דורך קנאפער ידען
שנאפס האט געשריבן:דער סעלער דארף דיר שיקן צוויי פעיפאל אינוואויסעס עקסטער פאר צען און פאר 50, און דו דארפסט סעלעקטן ביים באצאלן וועלכע קרעדיט קארטל דו ווילסט נוצן
אבער אויב איך קען נישט בעטן פונעם סעלער [עס איז עמעזאן און איך סיין אויס מיט פעיפאל] איז נישט דא קיין וועג?
איז נישט דא קיין וועג צו טרענספערן פאנדס פונעם קארטל צום פעיפאל בעלענס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 30, 2014 11:35 am
דורך שנאפס
איך האב מורא אז דו האסט א טעות, מען קען נישט באצאלן אויף עמעזאן מיט פעיפאל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 30, 2014 2:14 pm
דורך קנאפער ידען
שנאפס האט געשריבן:איך האב מורא אז דו האסט א טעות, מען קען נישט באצאלן אויף עמעזאן מיט פעיפאל
קען זיין ביסט גערעכט, איך קויף נישט אזוי סאך דארטן.
סאו [קומט עכט נישט דא אבער כ'וועל פרעגן] אויף עמעזאן איז דא א וועג צו צעטיילן דער צאלונג אין צוויי קרעדיט קארדס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 30, 2014 2:32 pm
דורך שנאפס
קוקט אויס אז נישט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 30, 2014 11:03 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד,
לויט מיין באקאנטשאפט אין פעיפאל - וואס איז אגב א דיוויזיע פון איבעי, אפשר שוין מער ווי א דיוויזיע, א האלבע קאמפאני - קען מען "נישט" נעמען געלט פון די פעיפאל אקאונט צום באנק אקאונט.
זיי שיקן א דעביט קארטל, וואס ארבייט א מחי' ב"ה מיט א קעש בעק באנוס.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2014 7:48 pm
דורך ליינער
ווי אזוי קען איך מאכן אז ווען איינער שיקט מיר געלט אויף פעיפעל זאל זיי מיר נישט אראפנעמען די פראצענט?
איך פארקויף/קויף נישט מיט זיי נאר מענטשען שיקען מיר געלט וואס זיי זענען מיר שולדיג
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2014 7:55 pm
דורך קנאפער ידען
ליינער האט געשריבן:ווי אזוי קען איך מאכן אז ווען איינער שיקט מיר געלט אויף פעיפעל זאל זיי מיר נישט אראפנעמען די פראצענט?
איך פארקויף/קויף נישט מיט זיי נאר מענטשען שיקען מיר געלט וואס זיי זענען מיר שולדיג
מיט פעי-פאל איז עס נישט שייך, אבער עס זענען דא אנדערע וואס זענען בחינם.
סקווער-קעש [
קוק אין דעם אשכול איבער זיי] איז בחינם.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2014 8:02 pm
דורך פאמיליעמירעלס
ליינער האט געשריבן:ווי אזוי קען איך מאכן אז ווען איינער שיקט מיר געלט אויף פעיפעל זאל זיי מיר נישט אראפנעמען די פראצענט?
איך פארקויף/קויף נישט מיט זיי נאר מענטשען שיקען מיר געלט וואס זיי זענען מיר שולדיג
אויב איז עס נישט אינטערנעשאנעל און סגייט ארויס פון א באנק אקאונט קאסט עס נישט
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2014 9:25 pm
דורך Silent
יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד,
לויט מיין באקאנטשאפט אין פעיפאל - וואס איז אגב א דיוויזיע פון איבעי, אפשר שוין מער ווי א דיוויזיע, א האלבע קאמפאני - קען מען "נישט" נעמען געלט פון די פעיפאל אקאונט צום באנק אקאונט.
זיי שיקן א דעביט קארטל, וואס ארבייט א מחי' ב"ה מיט א קעש בעק באנוס.
מ'קען יא
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2014 9:28 pm
דורך Silent
פאמיליעמירעלס האט געשריבן:ליינער האט געשריבן:ווי אזוי קען איך מאכן אז ווען איינער שיקט מיר געלט אויף פעיפעל זאל זיי מיר נישט אראפנעמען די פראצענט?
איך פארקויף/קויף נישט מיט זיי נאר מענטשען שיקען מיר געלט וואס זיי זענען מיר שולדיג
אויב איז עס נישט אינטערנעשאנעל און סגייט ארויס פון א באנק אקאונט קאסט עס נישט
דער וואס שיקט דארף סעלעקטן "I'm sending money to family or friends"