ווי אזוי אויפציסעטן א שותפות

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

קארן טשיפ
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 17, 2014 8:20 am

ווי אזוי אויפציסעטן א שותפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן טשיפ »

וואס זענען די סטענדערט כללים ווען סקומט צי געלט שותפים


ווען א געלט שיתוף לייגט אריין די גאנצע געלט וואס די ביזנעס דארף, אבער האט גארנישט מיט די דעילי אקטיוויטיס, זענען ביידע 50/50?

די געלט שיתוף נעמט צוריק זיין געלט ווען די ביזנעס הייבט אן מאכן געלט?

קען די געלט שיתוף פארלאנגען 10% ריטערן יערליך אויף זיין געלט, אויב יא איז ער אויך א 50/50 שיתוף?

איך ווייס אז יעדע ביזנעס איז אנדערש אבער ס'איז זעכער דא סטענדערט כללים
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

עס האט נישט קיין כללים. עס ווענדט זיך ווי desperate מען איז פאר די געלט, וויפיעהל expreince אין די ליין די ארבייטער שותף האט, וכו'. עס איז כדאי זיך אדורכרעדן מיט א רב וואס טוט אין אויסארבייטן שותפות הסכמים.

אבער דאך...

ווען א געלט שיתוף לייגט אריין די גאנצע געלט וואס די ביזנעס דארף, אבער האט גארנישט מיט די דעילי אקטיוויטיס, זענען ביידע 50/50?
נישט אייביג. אסאך מאהל האט די ארבייטער ווייניגער ווי 50%, בפרט אויף גרעסע אינוועסטמענט, ובפרט שבפרט אויב די ארבייטער באקומט א געהאלט.

די געלט שיתוף נעמט צוריק זיין געלט ווען די ביזנעס הייבט אן מאכן געלט?
גיווענדליך יא. אבער מען קען זיך אויסנעמען אז ער נעמט נישט ארויס די גאנצע. למשל, 50% ריווח גייט קודם פארן בעל משקיע און די אנדערע 50% ריווח ציטיילט מען זיך לויט די שותפות פראצענט. אזוי פיהלט נישט די ארבייטער שותף אז ער ארבייט יארן פאר ער זעהט געלט.

קען די געלט שיתוף פארלאנגען 10% ריטערן יערליך אויף זיין געלט, אויב יא איז ער אויך א 50/50 שיתוף?
ער קען. אבער מען טוט עס נישט געווענדליך. ווייל ווי אזוי וועט די נייע קאמפאני קענען מאכן געלט?

איך ווייס אז יעדע ביזנעס איז אנדערש אבער ס'איז זעכער דא סטענדערט כללים
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

ס'איז דא א איד אין קרית יואל ער הייסט ר' שמואל לייב פריעד, ער טוט אין דעם, איך וואלט דיר געראטן זאלסט זיך פארבינדן מיט אים
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

קארן טשיפ האט געשריבן:וואס זענען די סטענדערט כללים ווען סקומט צי געלט שותפים


ווען א געלט שיתוף לייגט אריין די גאנצע געלט וואס די ביזנעס דארף, אבער האט גארנישט מיט די דעילי אקטיוויטיס, זענען ביידע 50/50?
יא

די געלט שיתוף נעמט צוריק זיין געלט ווען די ביזנעס הייבט אן מאכן געלט?
אויב דער געלט שותף האט מורא פאר זיין געלט וועט ער זיך געווענליך אויסנעמען אז די ערשטע רווחים (נאך די געהאלט פארן ארבעטער) איז זיינס, און אנדערע ווערטער די שותפות פאנגט זיך אן נאך וואס ער האט שוין ציריק באקימען זיין געלט.
אויב אבער די געלט שותף קויפט זיך אריין און די ביזנעס, איז זיין געלט נארמאלערהייט נישט געמאכט ארויס צי נעמען.


קען די געלט שיתוף פארלאנגען 10% ריטערן יערליך אויף זיין געלט, אויב יא איז ער אויך א 50/50 שיתוף?
דעס מיינט געבארגט אויף עיסקא, און נישט קיין שותפות

איך ווייס אז יעדע ביזנעס איז אנדערש אבער ס'איז זעכער דא סטענדערט כללים
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

עס זייער וויכטיג אפצומאכן מיט די שותף צו זיין גרייט מיט דריי מענטשען, אין פאל ווען מען פארשטייט זיך נישט:
1) א גוטע חבר וואס פארשטייט זיך מיט ביידע שותפים {אין פאל וואס מען קען נישט דיסיידען א געוויסע באשלוס}
2) א רב וואס ביידע נעמען זיך אונטער אים צו הארכען {אין פאל וואס סאיז גרויסע צרות..}
3) א צווייטע רב {אין פאל די ערשטע רב איז נישט אוועליבעיל צו נעמען דין תורות}
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”