פרנסה קלה ונקיה- אפיליעט מארקעטינג - עמעזאן און אנדערע ביזנעסער

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

יונתן
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 11, 2016 12:18 pm

תגובהדורך יונתן » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 2:43 pm

א גרויסן דאנק שמעלקא פאר די שיינע ארטיקל.
עס איז דא נאך א סארט וועבסייט, א שטייגער ווי פרייז קאמפערייזען וכדומה וואס ליסטן אייטעמס פון מער ווי איין סעללער. קען דאס אויך ארבעטן מיט עפיליעט מארקעטינג? און את"ל אז יא, וויאזוי באקומט מען די אייטעמס, מען קען באקומען גענצע ליסטס באלק, אדער מען דארף יעדע אייטעם עקסטער באקומען? און אנדערע ווערטער, מען קען דאונלוידן א גאנצע ליסט מיט למשל קעמרעס מיט יעדענס ספעקס, און דערנאך עס מסדר זיין וויאזוי מען וויל?
א גוטע אקאונטענט איז נישט ווער עס קאסט די מערסטע, נאר ווער עס שפארט די מערסטע פארן קליענט...

שמעלקעלע
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:58 am
לאקאציע: ווי ס'אידענע הייסט

תגובהדורך שמעלקעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 2:52 pm

יונתן האט געשריבן:א גרויסן דאנק שמעלקא פאר די שיינע ארטיקל.
עס איז דא נאך א סארט וועבסייט, א שטייגער ווי פרייז קאמפערייזען וכדומה וואס ליסטן אייטעמס פון מער ווי איין סעללער. קען דאס אויך ארבעטן מיט עפיליעט מארקעטינג? און את"ל אז יא, וויאזוי באקומט מען די אייטעמס, מען קען באקומען גענצע ליסטס באלק, אדער מען דארף יעדע אייטעם עקסטער באקומען? און אנדערע ווערטער, מען קען דאונלוידן א גאנצע ליסט מיט למשל קעמרעס מיט יעדענס ספעקס, און דערנאך עס מסדר זיין וויאזוי מען וויל?


I don't understand your question, send me a number in private where to call you, and I will call you
האסט שוין געלערנט היינט ? הלכות קאנטרי
ווילסט ווערן א שותף מיט מיר ? מיין נייע ביזנעס - איך זיך שותפים
ווילסט טאקע מאכן אפאר טאלער ? פרנסה קלה ונקיה

yidy
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:20 pm

תגובהדורך yidy » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 6:26 pm

א גרויסן יישר כח!!! וכל המזכה את הרבים...
די באשעפער זאל דיר באצאלן כפלי כפלים
אוי וואו גוט צו זיין א yid

Yoely
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » מיטוואך אוקטובער 26, 2016 4:09 pm

ס'קוקט אויס פיין. אבער איך קען עס נישט אליין טוען.
ווייסט איינער וועם איך קען אויפנעמען זאל עס טוען פאר מיר? (באצאלט פארשטייט זיך)

שמעלקעלע
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:58 am
לאקאציע: ווי ס'אידענע הייסט

תגובהדורך שמעלקעלע » מיטוואך אוקטובער 26, 2016 4:11 pm

Yoely האט געשריבן:ס'קוקט אויס פיין. אבער איך קען עס נישט אליין טוען.
ווייסט איינער וועם איך קען אויפנעמען זאל עס טוען פאר מיר? (באצאלט פארשטייט זיך)


שיק מיר אן אימעיל צו
Moshemiller101@gmail.com
האסט שוין געלערנט היינט ? הלכות קאנטרי
ווילסט ווערן א שותף מיט מיר ? מיין נייע ביזנעס - איך זיך שותפים
ווילסט טאקע מאכן אפאר טאלער ? פרנסה קלה ונקיה

אוועטאר
ס'אמת
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 10:25 pm

תגובהדורך ס'אמת » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 1:46 pm

http://popcornmakerreviews.com/glass-mi ... n-poppers/

ס'קוקט אויס וואו דאס איז אזא מין סייט
'אמת' מארץ תצמח,

Yoely
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

Job

תגובהדורך Yoely » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:41 pm

.A Company is looking for the right person to manage an affiliate site

Please email
affiliatewebsite111@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 8:21 pm

הערליך שיין - זכות גמ"ח לרבים יגן עליך.
האסט ג'שריבן:
שמעלקעלע האט געשריבן:מ'טאר נישט נאך קאפיען קיין שרייב ארבעט פון אנדערע וועבסייטס, און גוגל כאפט אויטעמאטיש אויף ווען די קאפיעסט

וואס ג'שעהט אז מ'ווערט ג'כאפט?
וויפיל איז די שיעור וואס הייסט פלעיגיריזם? אפילו איין דורכשניטליכע סענטענס?

אויך ביטע זיי מסביר וואס דו מיינסט:
שמעלקעלע האט געשריבן:-א יעדע וועבסייט דארף האבן א PRIVACY POLICY וואס איר קענט אויפזיכן אנליין און קאפיען אויף דיין וועבסייט און טוישן איבעראל ווי ס'שטייט די וועבסייט נאמען (און מאכן זיכער אויף די PAGE אז ס'ווערט נישט גערענקט אויף גוגל אזוי וועט נישט זיין קיין פראבלעם פון קאפיען).
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

VCF
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:41 pm

תגובהדורך VCF » מאנטאג פאברואר 13, 2017 8:31 am

די שׁרייבּסט אז ווען איינער קליקט אויף די לינק און קויפט אויף עמעזאן אין דו נעקסטע 24 שעה בּאקומט מען ריפירעל %

מיין שׁאלה איז אויבּ יענער קליקט אויף צוויי ריפירעל לינקס און די זעלבּע טאג ווער בּאקימט די ריפירעל % און וויפעל?

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך פאברואר 15, 2017 8:53 pm

שמעלקעלע,

גאר שיין באשריבן. אלס איינער וואס טוט שוין דאס פאר צוואנציג יאהר(1) האב איך זייער הנאה געהאט ווי שיין און קלאהר איהר געשריבן.

איך וויל נאר מדגיש זיין וואס איהר האט געשריבן (בבחינת ויהודא ועוד לקרא) אז מען קען נישט מאכן געלט איבערנאכט. עס איז א קאמיטמענט. יגעת ומצאת תאמין.

אלס א ביישפיהל וויאזוי מען קען מאכן געלט, פון מיין עקספירענס:

אויף אונזער וועבזייטל www.koshertravelinfo.com מאכן מיהר געלט פון אפאר וועגען (מיהר האבן נאך סייטס, ועוד חזון למועד).

Google Ads
ערעב גוגל גיט אונז קאוד אריינצוליין אין אונזערע pages. עס איז גאר גרינג. copy & paste. זיי וועלען לייגען עדס וואס איז אדער relevant צום תוכן פונעם בלאט אדער זאכן וואס די סייט באזוכער זוכט. רעב גוגל וועט אונז באצאלן פאר קליקס.

Affiliate Marketing
מיהר האבן א בלאט אינעם סייט וואס רעדט פון travel insurance. דערנאך האבן מיהר עדס פון קאמפאניס וואס פארקויפן travel insurance. ווען איינער וועט קליקען אויף די עד און קויפן וועלן מיהר באקומען א חלק פונעם סעיל. עס איז כדאי צו באמערקען אז מיהר האבן נישט אויפגעסיינט דירעקט מיט די קאמפאני וואס פארקויפט טראוועל אינשורענס. מיהר האבן א קאמפאני וואס גיבט אונז אלע מינים אפיליעיטס. מען קען אויך האנדלען מיט די אונשורענס קאמפאני דירעקט (Allianz) אבער עס לוינט נישט די צייט. א חוץ אויב איהר זענט א טרעוועל אגענט.

די דריטע וועג (וואס מיהר טוהן נאכנישט) איז צו פארלאנגען געלט פאר א ליסטינג. למשל, מיהר האבן פיהר main sections:
מנין
מקוה
כשר
האטעלס

אונזער פראגראם לאזט אונז די option אז מען זאל אויפסיינען און ליסטען א נייער רעסטוראנט. עס איז א פארטיגע Wordpress Theme. למעשה, רוב מענטשן וועלן נישט וועלן באצאלן פאר א ליסטינג. מיהר פלאנירן צו האבן א free listing למשל פאר kosher restaurants, און פארלאנגען געלט פאר אן updated listing למשל bold, מער בילדער, וכדומה.

איך ברויך גיין. ביז ווילאנג קען מען נאך דאווענען מנחה???? אבער איך וועל גערן ענטפערן קשיות.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~

Greater Monsey, NY Jewish and Kosher Directory
Minyan | Kosher Restaurants | Supermarkets | Retail Shopping
http://www.monseyguide.com

VCF
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:41 pm

תגובהדורך VCF » מוצ"ש פאברואר 18, 2017 7:24 pm

Kosher travel, can you answer my question, one post before yours.

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מוצ"ש פאברואר 18, 2017 8:58 pm

VCF האט געשריבן:Kosher travel, can you answer my question, one post before yours.

איך ווייס נישט די ענטפער. איך האב נאך נישט גענוצט עמעזאן רעפערעל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~

Greater Monsey, NY Jewish and Kosher Directory
Minyan | Kosher Restaurants | Supermarkets | Retail Shopping
http://www.monseyguide.com

א גוט אויג
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 29, 2017 12:17 pm

תגובהדורך א גוט אויג » מיטוואך מארטש 29, 2017 10:43 pm

ווי אזוי קען איך וויסן וועלכע סייט האט אפיליעט מארקעטינג?

רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

תגובהדורך רופא נפשות » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 12:56 am

כמעט אלע סייטס האבן אונטן פון די מעין פעיזש א סאך קליינע לינקס, א סייט וואס האט אפיליעיטעד וועט דארט פארמאגן א לינק צו די פראגראם

VCF
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:41 pm

תגובהדורך VCF » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 8:11 am

א גוט אויג האט געשריבן:ווי אזוי קען איך וויסן וועלכע סייט האט אפיליעט מארקעטינג?

http://www.cj.com/

ותן ברכה
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2014 12:25 pm

תגובהדורך ותן ברכה » פרייטאג אפריל 07, 2017 10:50 am

איך דארף אליינס פארקויפן אנליין אדער איך קען טון נאר פיליעט מארקעטינג?
קען יעדע ליין זיין א ביזנעס? אדער דארף איך פיקן עפעס וואס האט גוטע אייטעמ'ס? למשל איך בין באקאנט אין ספעשל עד, איז דא דארט ווי צי מאכן געלט?

רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

תגובהדורך רופא נפשות » פרייטאג אפריל 14, 2017 11:54 am

ותן ברכה האט געשריבן:איך דארף אליינס פארקויפן אנליין אדער איך קען טון נאר פיליעט מארקעטינג?
קען יעדע ליין זיין א ביזנעס? אדער דארף איך פיקן עפעס וואס האט גוטע אייטעמ'ס? למשל איך בין באקאנט אין ספעשל עד, איז דא דארט ווי צי מאכן געלט?

די מעלה פון אפיליעיט איז אז מען דארף נישט פארקויפן קיין פיזישע חפצים

א גוט אויג
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 29, 2017 12:17 pm

תגובהדורך א גוט אויג » זונטאג יוני 18, 2017 4:13 pm

שמעלקעלע האט געשריבן:
-א יעדע וועבסייט דארף האבן א PRIVACY POLICY וואס איר קענט אויפזיכן אנליין און קאפיען אויף דיין וועבסייט און טוישן איבעראל ווי ס'שטייט די וועבסייט נאמען (און מאכן זיכער אויף די PAGE אז ס'ווערט נישט גערענקט אויף גוגל אזוי וועט נישט זיין קיין פראבלעם פון קאפיען).


וויאזוי אזוי קען מען זיכער מאכן אז ס'ווערט נישט גערענקט דורך גוגל?

אוועטאר
זינגער
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » זונטאג יוני 18, 2017 8:32 pm

א גרויסן שכויעך שמעלקא.

יעצט אדורך געליינט ס'גאנצע.

איך זעה נישט קיין לינק צו דיין וועבסייט.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
זינגער
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » זונטאג יוני 18, 2017 8:34 pm

Kosher Travel האט געשריבן:שמעלקעלע,

גאר שיין באשריבן. אלס איינער וואס טוט שוין דאס פאר צוואנציג יאהר(1) האב איך זייער הנאה געהאט ווי שיין און קלאהר איהר געשריבן.

איך וויל נאר מדגיש זיין וואס איהר האט געשריבן (בבחינת ויהודא ועוד לקרא) אז מען קען נישט מאכן געלט איבערנאכט. עס איז א קאמיטמענט. יגעת ומצאת תאמין.

אלס א ביישפיהל וויאזוי מען קען מאכן געלט, פון מיין עקספירענס:

אויף אונזער וועבזייטל http://www.koshertravelinfo.com מאכן מיהר געלט פון אפאר וועגען (מיהר האבן נאך סייטס, ועוד חזון למועד).

Google Ads
ערעב גוגל גיט אונז קאוד אריינצוליין אין אונזערע pages. עס איז גאר גרינג. copy & paste. זיי וועלען לייגען עדס וואס איז אדער relevant צום תוכן פונעם בלאט אדער זאכן וואס די סייט באזוכער זוכט. רעב גוגל וועט אונז באצאלן פאר קליקס.

Affiliate Marketing
מיהר האבן א בלאט אינעם סייט וואס רעדט פון travel insurance. דערנאך האבן מיהר עדס פון קאמפאניס וואס פארקויפן travel insurance. ווען איינער וועט קליקען אויף די עד און קויפן וועלן מיהר באקומען א חלק פונעם סעיל. עס איז כדאי צו באמערקען אז מיהר האבן נישט אויפגעסיינט דירעקט מיט די קאמפאני וואס פארקויפט טראוועל אינשורענס. מיהר האבן א קאמפאני וואס גיבט אונז אלע מינים אפיליעיטס. מען קען אויך האנדלען מיט די אונשורענס קאמפאני דירעקט (Allianz) אבער עס לוינט נישט די צייט. א חוץ אויב איהר זענט א טרעוועל אגענט.

די דריטע וועג (וואס מיהר טוהן נאכנישט) איז צו פארלאנגען געלט פאר א ליסטינג. למשל, מיהר האבן פיהר main sections:
מנין
מקוה
כשר
האטעלס

אונזער פראגראם לאזט אונז די option אז מען זאל אויפסיינען און ליסטען א נייער רעסטוראנט. עס איז א פארטיגע Wordpress Theme. למעשה, רוב מענטשן וועלן נישט וועלן באצאלן פאר א ליסטינג. מיהר פלאנירן צו האבן א free listing למשל פאר kosher restaurants, און פארלאנגען געלט פאר אן updated listing למשל bold, מער בילדער, וכדומה.

איך ברויך גיין. ביז ווילאנג קען מען נאך דאווענען מנחה???? אבער איך וועל גערן ענטפערן קשיות.

דיין סייט קומט עפעס נישט אריין קלאר
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3625
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג יוני 18, 2017 11:11 pm

זינגער האט געשריבן:א גרויסן שכויעך שמעלקא.

יעצט אדורך געליינט ס'גאנצע.

איך זעה נישט קיין לינק צו דיין וועבסייט.

ווייזט אויס אז ער איז נישט אינטרעסירט זאלסט עס וויסן.
Things aren't always #00000 and #FFFFF

איך שיהיה
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 05, 2016 3:56 pm

תגובהדורך איך שיהיה » דינסטאג יולי 04, 2017 11:41 am

ווייסט איינער ווער עס קען ארויס העלפן מיט אפיליעיט מארקעטינג ?? (שמעלקעלע ריספאנד נישט)

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3625
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג יולי 04, 2017 12:06 pm

איך שיהיה האט געשריבן:ווייסט איינער ווער עס קען ארויס העלפן מיט אפיליעיט מארקעטינג ?? (שמעלקעלע ריספאנד נישט)

שרייב דיינע שאלות.
Things aren't always #00000 and #FFFFF

איך שיהיה
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 05, 2016 3:56 pm

תגובהדורך איך שיהיה » דינסטאג יולי 04, 2017 10:33 pm

ווישוואש האט געשריבן:
איך שיהיה האט געשריבן:ווייסט איינער ווער עס קען ארויס העלפן מיט אפיליעיט מארקעטינג ?? (שמעלקעלע ריספאנד נישט)

שרייב דיינע שאלות.

איך רעד פון איינער וואס טוט דעס פאר אנדערע מתחילה ועד סוף, כמובן $

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 11:17 am

האט איינער דא א Amazon Affiliated Account?
ביטע זיך פארבינדען אין אישי,
קען זיין א בחינה פון זה נהנה וזה נהנה.


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט