א טריט אריין אין ביזנעס 1#

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » דאנארשטאג יולי 14, 2016 1:35 pm

שמש האט געשריבן:
אחוץ וואס נעמען א דזאב דארף ווען (כצ"ל) נישט זיין קיין פראבלעים מיט שלום בית אדער מיט די שווער/טאטע, חוץ אויב זיי האלטן אויס מיט געלד .. :oops: :oops:

יעצט דארף מען געבן שיעורים וויאזוי מ'קען מאכן אז ס'זאל טאקע זיין אזויווי ס'דארף,ווייל לויט ווי איך הער מוטשענען זיך יא אסאך מיט דעם פראבלעם. אגב האלט איך אז ווען דער יונגערמאן זאל ווען זיין זיכער מיט וואס ער טוט קען דאס אסאך גרינגער מאכן זיך א עצה צו געבן מיט דעם פראבלעם.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג יולי 14, 2016 3:10 pm

הרב מי מלח שליט''א
הערליך שיין צולייגט דעם ענין פון ''פרנסה בדרך כבוד'' אדער ''פרנסה קלה ונקי''
איך וואלט אייך געוואלט בעטן אויב איר קענט נאך אביסל אויסשמועסן,
למשל איינער וואס איז א מגיד שיעור אדער מלמד, אבער עס קלעקט אים נישט, איז ער אין א דילעמא, ווייל ער קען נישט נאכמיטאג שטיין אין א גראסערי, אדער דרייווען א קאר סערוויס, זיין האלבע פרנסה פארלאנגט פון אים זיך צו האלטען צו א געוויסע העכערקייט
סא וואס איז דיין עצה פאר אים?
הגם א חלק פון זיי זענען באס דרייוערס אבער איך מיין אז נאר פון די קלענערע קלאסען נישט קיין כתה חית' טית' מלמד
הגם אין אמת'ן די אלע הגדרה'ס טוישען זיך לויט וויאזוי עס ווערט איינגעריסען נישט ווייל סהאט עפעס מיט ''עמעס'' איינגעשטויסען,
דאס שטייט אין שלחן ערוך, אז א מלמד זאל נישט גיין אין מרחץ מיט זיינע תלמידים, כדי זיי זאלען אים מכבד זיין
און שמועסן ביים דאווענען טאר א שוסטער אויך נישט,
איז אויב איר קענט אראפגעבן א שטיקל קלארקייט אין דעם


נ''ב איך ווייס איינער וואס איז געווען א סאבסיטוט אין חדר פאר א פאר שעה ער האט נישט געהאט גענוג, האט אים זיין חבר געבעטן ער זאל קומען אפאר שעה מאכען סענדוויטשעס ביי אזא סטענד' וכדומ',
נא' נא' מער האט נישט געפעלט, די קינדער זענען געקומען טרייבען שפאס, לייג מיר אביסעל צוויבעל, נאך אביסל סחוג וכדומ'

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

די נייע נארמאל

תגובהדורך זאלץוואסער » פרייטאג יולי 15, 2016 12:03 am

פון די אנפראגן אין אישי פארמירט זיך גאר אן אנדערע גאנג פאר די סעריע, אבער דאס איז דאך דער תכלית, אז דער שמועס זאל זיין לתועלת ממש.

האב איך שוין צוריק געהערט פון עטליכע מלמדים וואס פרעגן די זעלבע שאלה, וואס טוט מען פאר אפאר דאללער אין דער זייט, און זיי באציעהן זיך צום ענין וואס איך האב געשריבן אויבן אז דרייוון א באס איז היינט א אנגענומענער זאך.

אויך האט מיר איימיצער אויפמערקזאם געמאכט אז מיט די אלע מעשיות איז נאך אלס דא דזשאבס וואס ווערן אראפגעקוקט, און נישט ווי עס זעהט אויס פון מיינע ווערטער אויבן אז די וועלט האט זיך געטוישט אין דעם הינזיכט.

לאמיר קאמענטירן על ראשון ראשון, דאס איז אמאל זיכער אז "מלומדות" איז לית מאן דפליג א גאר רעספעקטירטע ארבייט היינט, און דאס איז אנדערש ווי אמאל וואס א מלמד מיט א שמש און א בעדער זענען געווען פון זעלבן סוג ליידער, מ'האט ניטש ארויפגעקוקט דעם מלמד פאר זיין הייליגע ארבייט, נאר מ'האט אים אנגעקוקט ווי עפעס א לא יצלח וואס קען זיך נישט דערקייקלען צו א געהעריגע פר4נסה, און מוז זיך אפגעבן מיט קליינע קינדער.

דאס איז אויך וויכטיג צו געדענקען אז פון די מיטעלע סארט פרנסות וואס אידן האבן, איז פינאנציעל א מלמד צומאל אין גאר אבעסערן צושטאנד ווי סתם ארבייטערס, ואכמ"ל.

אבער ווען א מלמד דארף נעמען א זייטיגע פרנסה, מוז ער זיכער זיך רעכנען מיט זיין שטעלע און ער קען נישט אננעמען קוימען קערעריי. דאס באס דרייוון פאר מלמדים האט אויך נאר געקענט פאסירן נאך א דורכברוך פון געוויסע וואס האבן נישט געהאט קיין ברירה סיי מצד דעם מוסד און סיי מצד די מלמדים, און איינמאל ס'איז שוין דורכגעבראכן איז דאך עס שוין "נארמאל".

בדרך כלל מלמדים וואס זוכן אן עקסטערן דאללער, וועלן טון אין דער זייט, אנגעהויבן פון נוצן זייערע טאלאנטן פאר פריוואטע חינוך, געענדיגט ביי שרייב ארבייט און אנדערע פראפעסיאנאלע ארבייט וואס איז בינו ובין קונו, מ'טרעפט פיהלע פון די מלמדים וואס טוען אין שידוכים, בראוקערעדזש, וכו', זאכן וואס פארלאנגט נישט צו טוישן דעם רויטין.

איך האב לעצטנס מיטגעהאלטן לעבעדיגע עפיזאדן פון שוועריגקייטן ביי מלמדים, אבער איך וויל נישט מאריך זיין איבער איין ספעציפישע נושא צו לאנג. פונקט ווי ביי יעדע דזשאב, איז דא אויך פארהאן שוועריגקייטן וואס מ'דארף וויסן וויאזוי זיך צו פארמעסטן דערמיט.

איין זאך וויל איך נאר יא בארירן איז די חילוק פון מלמד צו מלמד איז אסאך תלוי אויב דאס מלומדות איז פול טיים אדער פארט טיים, טראץ וואס ס'איז אייביג אייניג די ארבייטס שעות פון א מלמד, קען מען גלייך אנווייזן אז געוויסע מלמדים טוען די ארבייט ווי א פארט טיים און רינגלען זיך ארום מיט אנדערע זייטיגע הכנסות וואס פארנעמען א וויכטיגערן חלק אין זייער פינאנציעלן לעבן. געהעריג אויף אן אופן אז זיי זענען נאר מלמדים כדי צו האבן א נאמען אלס מלמד.

איך גיי נישט אריין אין די נושא צו ס'איז אויסגעהאלטן, מיר רעדן דא פון דעם פינאנציעלן שטאנדפונקט, און אפי' פון דער זייט פונעם גשמיות'דיגן בליק, דארף מען אלס געדענקען אז אויב דער חלק הארי פון טאג ווערט אריינגעלייגט אינעם טפל, קען דער מענטש שווערער מצליח זיין אין כלליות. ער קען טון אסאך מלאכות אבער געוויינליך מיט ווייניג ברכות. (נישט קיין כלל אייביג, אבער ס'איז זיכער א ענין וואס איז ווערד אכט צו געבן און אבזערווירן צו מ'פארקריכט נישט)

יעצט אויף די צווייטע טעמע, לאמיך אביסל מער מאריך בדיבור זיין איבער דעם ענין מיט וואס אמאל און היינט זענען אנדערש.

"די נייע נארמאל"

עס האט זיך נישט געטוישט דער מהלך המחשבה פון מענטשן אז יעדער וויל זיין "נארמאל", גיי ווייס פארוואס דאס איז אזוי? וואו קומען די נארמאלע מענטשן אן? אבער דאס איז דער מציאות, יעדער וויל קענען זיך פאררופן אויף א "נארמאלע" פאזיציע, און דאס האט זיך נישט געטוישט.

נאר וואזשע דען? נארמאל האט זיך געטוישט. אמאל האט נארמאל געמיינט א דזשאב וואס איז פון צופרי ביז ביינאכט, און נישט נארמאל איז געווען פון ביינאכט ביז צופרי.

אמאל האט נארמאל געמיינט א ארבייט וואו מ'האט זיך געטוישט צו ארבייט בגדים, און מ'איז אהיים געקומען האט מען זיך געטוישט צום הוט און ראק. היינט איז נארמאל ווען מ'קען גיין מיטן שיינעם בגד עליון, און נישט דארפן טוישן צו בלויע קאללער…

און אזוי איז אמאל געווען אז נארמאל האבן חסידישע אינגעלייט נישט געדרייווט קיין קאר סערוויסעס, נאר די איזראעלישע אדער אמאל רוסישע אימיגראנטן, און דאס, האט זיך געטוישט, עס איז שוין היינט "נארמאל".

מיינט דאס אז ס'איז ביי יעדן די ערשטע אויסוואל? ניין! אבער פארט איז עס העכסט נארמאל, ב"ה.

ווער געדענקט דען נישט ווען אין וויליאמסבורג איז געגרינדעט געווארן בערך 25 יאר צוריק די "כולל קאר סערוויס", און מ'פלעגט קוקן מיט בייז וואונדער ווי מ'רופט א קאר סערוויס און א אינגערמאן מיט בארד און פיאות קומט אן מיט א קאר און פאררופט זיך אלס דער קאר סערוויס וואס מ'האט נארוואס באשטעלט. מ'פלעגט זיך אינטער שמייכלען, און מאכן א ברוך משנה הבריות ממש.

עפעס קאר סערוויס, הצלחה קאר סערוויס, מארקאוויטש, ירושלים, נתני', אלע פלעגן האבן דעם זעלבן טיפישן דרייווער מיט א קליין קאפעלע און גרויסע טשופרינע, און פערטל ענגליש, האלב רוסיש, און דריי פערטל פלעמיש, געוויינליך מיט די זעלבע פארריסענע פאררויכערטע קולות, און צעקנייטשטע שטערן. דאס איז געווען "נארמאל".

כולל קאר סערוויס איז נישט געווען צו דער צייט קיין געים טשעינדזשער, עס איז נאך אלס נישט געווען דער "נארמאל", מ'פלעגט נאך אלס אנקוקן דעם נאווינע אלס אומגעוויינליך, זיי פלעגן אדווערטייזן אז זיי האבן היימישע דרייווערס, און די אנדערע פלעגן אדווערטייזן אז זיי האבן היימישע דרייווערס, פלעגן זיי שרייבן אז זיי האבן "עכט היימישע" האבן די אנדערע געשריבן זיי האבן עכט עכט היימישע, און אזוי איז געפארן א באן. למעשה פלעגט עס אלס אויסזעהן וואונדערליך ווען דער קאר סערוויס איז געקומען און א אינגערמאן מיט בארד און פיאות איז דארט געזעסן ביים רעדל.

ווען אין קרית יואל, מאנסי, האט זיך אנגעהויבן מער און מער אריינצורייסן דער "חסידישער קאר סערוויס" געדאנק, איז עס פון דארט שוין געגאנגען ווייטער אויך, און דער אויבערשטער האט געהאלפן אז ס'איז געווארן א פרישער "נארמאל", און היינט צו טאג האבן אסאך אידן פרנסה בדרך כבוד, טוענדיג א פרנסה נקי' און איך האב פאר אייך נייעס אז א גרויסער רוב פון די חסידישע קאר סערוויס דרייווער זענען גאר שיינע פארדינער ב"ה.

איך האף אז דאס וועט אביסל קלארער שטעלן דאס אויבנדערמאנטע.

איך האב נאך אסאך צו ענטפערן פאר געוויסע פראגעס אן אישי, און איך בעט די אלע וואס האבן געפרעגט צו זיין געדולדיג, ווייל איך קען נישט אלס אראפגנב'נען צייט פון מיין "נארמאלע" דזשאב צום שרייבן….

פארזעצונג קומט.

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » פרייטאג יולי 15, 2016 12:09 am

מושך חסד האט געשריבן:
שמש האט געשריבן:
אחוץ וואס נעמען א דזאב דארף ווען (כצ"ל) נישט זיין קיין פראבלעים מיט שלום בית אדער מיט די שווער/טאטע, חוץ אויב זיי האלטן אויס מיט געלד .. :oops: :oops:

יעצט דארף מען געבן שיעורים וויאזוי מ'קען מאכן אז ס'זאל טאקע זיין אזויווי ס'דארף,ווייל לויט ווי איך הער מוטשענען זיך יא אסאך מיט דעם פראבלעם. אגב האלט איך אז ווען דער יונגערמאן זאל ווען זיין זיכער מיט וואס ער טוט קען דאס אסאך גרינגער מאכן זיך א עצה צו געבן מיט דעם פראבלעם.


דער פראבלעם איז אלס געווען און וועט אלס זיין, און יעדער פאל האט זיך זיין צוגאנג וויאזוי מ'דארף עס באהאנדלען. עס איז אבער דא געוויסע עקסטרעמע פעלער וואס דארט זעהט מען אמאל ממש א חורבן פאר די אויגן. אין געוויינליכע אומשטענדן, נעמט אמאל אפשר אביסל לענגער ביז יעדער איז אויף איין מיינונג אז מ'דארף זוכן א דזשאב, אבער ס'איז נישט געפערליך.

ע"פ רוב ווען די עלטערן געבן נישט צושטייער, קען דער אינגערמאן געהעריג זוכן א דזשאב, און זיי פארשטייען דאס. דער פראבלעם איז ווען מ'לאזט זיך שטיצן, און מ'האלט נישט ביים לערנען, וואס דאן איז די דזשאב פשוט אן אויסרייד, און אפשר א קלוגע זאך, אבער איז אין קאנטראסט מיטן "נעמען געלט".

אויב א שווער האלט אויס דעם איידעם אדער העלפט דעם איידעם אפי' נאר א חלק, ווייל ער וויל ער זאל קענען זיצן און לערנען, איז דער פראבלעם מצד דעם איידעם אז ער לאזט זיך שטיצן, און דאס בלאקירט אים פון קענען טון וואס איז ריכטיג פאר אים.

דער געדאנק פון "האבן די קעיק נאכן אפעסן עס" איז עפעס וואס אסאך פארשטייען נישט. מ'טוט דאס ביי נאך אנדערע פעלער, וואס מ'קען נישט אלס מאריך זיין דא ברבים, מ'איז אמאל געוואוינט אז מ'קען זיין א ארימאן און אן עושר צוזאמען, און נהנה זיין פון ביידע וועלטן... וד"ל, אבער מיט עלטערן איז דאס שווערער, און א מענטש דארף וויסן וואו ער באלאנגט, און לאזן וויסן פאר די וואס העלפן אים, דעם אמת.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » פרייטאג יולי 15, 2016 12:19 am

יישר כח זאלצי.

לגבי די וואס מוזן זיין בני תורה שפיר איך אז איר קענט זיך נישט טרעפן אין זייערע שיך.

מיין חבר'ס טאטע איז א כולל אינגערמאן ביי די 45, זיינע פעטער'ס פון אלע זעקס זייטן לערנען מתוך דחקות, אלע שוואגער'ס און ברודער'ס לערנען, נאר ער מוז נעבעך זיצן אין ביה"כ מיט זיין בעיסיק פאון און ווארטן אויף די נעקסטע טעקסט פון כל העולם.. ער קען נישט גיין ארבעטן, ס'ווייב וועט אים נישט מוחל זיין, אלע זיינע ארומיגע וועלן אים אנקוקן ווי א לא יוצלח. פארשטייט זיך ביז ער וועט ווערן דעפרעסט און זיין טעראפיסט וועט אים שיקן אין גראסערי סווייפן קארטלעך פון 9 ביז 5 צו באצאלן פאר די טעראפי.

ווידער ווייס איך א אנדערע אינגערמאן א איידעם ביי א עושר מיט א רינדיג בייכל, ער וויל אלע זיינע איידימער זאלן "זיצן און לערנען" (וואסי שלעכט פון לערנען שטייעדיג? גיי ווייס), ער האט זיי באצאלט א הויז, ער צאלט אויס ס'לעבן ברייט, יעצט זאגט זאלצי ער זאל גיין צום שווער און זאגן "שווער לעבן מוחל טובות"?! ס'ווייב וועט אים שיקן צו די שווארצע קעץ, בזיונות וועט זיין לרחצה, יעדער ווייסט אז ר' גימפל'ס איידעמער זענען "טאלמידיי כאכאמים", און דא אזא פראסק?! ס'גייט נישט אזוי!

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » פרייטאג יולי 15, 2016 12:19 am

מטעמים האט געשריבן:א דאנק ר׳ זאלץ (איך האב אייך נישט געגעבן דעם נאמען, סאו האט נישט קיין טענות אז מיר ריפען אייך אזוי)

עס איז מיר אינטערסאנט צו הערן אייער מיינונג אויף ביכער, מיר איז עס צופעליג יא שטארק צוניץ געקימען אבער איך נעם אן אייערע ווערטער אז עס איז נישט געמאכט פאר יעדן איינעם.

איך האב יעצט באמערקט דעם שאלה, און איך וועל דיר ענטפערן אין קורצן: איך בין אין א ביזנעס וואס ביכער קענען אסאך העלפן, און איך דיעל מיט גאר אסאך מענטשן אין אונזער ביזנעס, ס'זענען דא אזוינע וואס ווען זיי לייענען א בוך פארשטייען זיי פונקטליך וואס ארויסצונעמען, זיי קענען דיר סאמערייזן אין קורצן וואס זיי האבן געלערנט, זיי זעהען דעם סך הכל.

ס'זענען דא אזוינע וואס ווערן אפגעשטעלט ביי לשונות, און ביי גוט זאגעריי וכו', און זיי קומען אין ערגעץ נישט אן, בפרט נאך ווען דער האט א מער ווי געוויינליכן כח המדמה, איז דער מענטש אינגאנצן נישט רעאליסטיש.

איך וועל דיר געבן אן עקזעמפל:

א אינגערמאן ביי מיר אין אפיס ליידט שטארק אויף געוויסע נטיות וואס שטערן אים אין זיינע טעגליכע פליכטן, און ער גלייכט זייער צו לייענען ביכער (ווי איידער צו טון דעם דזשאב...) יעדע צווייטע טאג ווען איך רעד צו אים, קען איך דיר זאגן וואס ער האט געליינט אין די לעצטע פאר טעג.

איין טאג קומט ער אריין און רעדט ווייך און צוגעלאזן, א צווייטן טאג קומט ער אריין און רעדט כמו פראפעסיאנאל, און שטרענג. א דריטן טאג קומוט ער אריין און פרובירט הומאר אין גאר ערנטסע מצבים, וכו'.

יעדעס מאל ער לייענט א בוך ווערט ער איבערגענומען און טוישט זיין כאראקטער. אויף אזוי ווייט אז איך בין ערנסט חושד אז ער ליידט אויף סקיצעפרעניע ח"ו.

צו לייענען א בוך מוז מען פארשטיין אז דער שרייבער וויל "ענדיגן דעם בוך" און אלס דבר השלם מוז אלעס זיין פערפעקט, און דער מענטש ענדיגט זיך ערשט נאך די 120, און מ'קען נישט זיין א בוך. מ'קען ארויסנעמען אפאר גוטע כללים, ופרטים, אבער נישט ווערן אינגאנצן משוגע.

אויב ווילסטו יא לייענען א בוך און דערפון לערנען, דארפסטו מאכן א שיעור וויפיל נקודות זענען די מאקסימום וואס דו גייסט ארויסנעמען צו טוישן אין דיין מהלך אין ביזנעס.

ווידעראום אויב רעדסטו פשוט פון ביכער וואס לערנען דעם פאך, דאס איז שוין גאר עפעס אנדערש, און אודאי אויב איז נישטא קיין טרעינינג (געוויינליך איז יא דא אפי' ביי קליינע ביזנעסער, נאר ס'זעהט נישט אויס ווי די א"ג טרענינג וואס די גרויסע קאמפאניס פארמאגן, אבער יעדער טרעינט אריין אן ארבייטער באיזה אופן שהוא) איז א בוך פון "פאקטישע אנווייזונגען" העכסט וויכטיג.

אין איין ווארט... ס'איז דא א חילוק צווישן די נייטרא קיך ביכל, און א טשעק ביכל, ביידע זענען א בוך און קיין איינס פון זיי קען מען נישט "לייענען" ודוק.

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » פרייטאג יולי 15, 2016 12:25 am

מה פתאום??? האט געשריבן:יישר כח זאלצי.

לגבי די וואס מוזן זיין בני תורה שפיר איך אז איר קענט זיך נישט טרעפן אין זייערע שיך.

מיין חבר'ס טאטע איז א כולל אינגערמאן ביי די 45, זיינע פעטער'ס פון אלע זעקס זייטן לערנען מתוך דחקות, אלע שוואגער'ס און ברודער'ס לערנען, נאר ער מוז נעבעך זיצן אין ביה"כ מיט זיין בעיסיק פאון און ווארטן אויף די נעקסטע טעקסט פון כל העולם.. ער קען נישט גיין ארבעטן, ס'ווייב וועט אים נישט מוחל זיין, אלע זיינע ארומיגע וועלן אים אנקוקן ווי א לא יוצלח. פארשטייט זיך ביז ער וועט ווערן דעפרעסט און זיין טעראפיסט וועט אים שיקן אין גראסערי סווייפן קארטלעך פון 9 ביז 5 צו באצאלן פאר די טעראפי.

ווידער ווייס איך א אנדערע אינגערמאן א איידעם ביי א עושר מיט א רינדיג בייכל, ער וויל אלע זיינע איידימער זאלן "זיצן און לערנען" (וואסי שלעכט פון לערנען שטייעדיג? גיי ווייס), ער האט זיי באצאלט א הויז, ער צאלט אויס ס'לעבן ברייט, יעצט זאגט זאלצי ער זאל גיין צום שווער און זאגן "שווער לעבן מוחל טובות"?! ס'ווייב וועט אים שיקן צו די שווארצע קעץ, בזיונות וועט זיין לרחצה, יעדער ווייסט אז ר' גימפל'ס איידעמער זענען "טאלמידיי כאכאמים", און דא אזא פראסק?! ס'גייט נישט אזוי!


קודם לכל פון וואו נעמסטו אז איך קען מיך נישט טרעפן אין זייערע שיך? איך בין גאר שטארק באהאוונט און איך קום פון זייערע שטיוול....

אבער דו האסט שלעכט פארשטאנען וואס איך זאג. עס איז אלס דא וואו מ'איז אין א אויסנאמע סיטואציע, און ווי איך האב געשריבן אויבן, דארף מען באהאנדלען יעדע פאל אויף איר אופן. און זיכער זענען דא אזוינע וואס זענען גוט אויף צרות, און דאס זעלבע איז אין אסאך אנדערע הינזיכטן ווען א מענטש האט חתונה מיט גרויסע עקספעקטעישאן'ס און קען נישט נאכקומען וכו'.

איך האב געהאט א חבר אין ישיבה וואס פלעגט "בלאפן" געפערליך. איך האב זיך ממש נישט געקענט איינהעאלטן און אים געפרעגט, זאג מיר וואו דו פלאנסט נצוקומען, איך ווייס דאך יא אז דו שטעלסט דא אן א גאר פרישן פנים, ממש מהיפוך להיפוך פון דיין כאראקטער, וואס ווילסטו דערגרייכן.

ער האט מיר געענטפערט אז ער וויל א גוטן שידוך.

האב איך אים געזאגט אז ער טוט נאריש ווייל ער גייט זיך אנטון שיך נישט זיין סייז, און ער וועט אלס מוזן הינקען..

מיר האלטן היינט א שיינע פאר יאר שפעטער, און איך קום רעפארטן אז ער האט מיר געזאגט אפאר יאר נאך די חתונה: געדענקסט וואס דו האסט מיך געווארנט אין ישיבה? איך וויל דיר מודה זיין אז איך בין אויף צרות צוליב דעם....

מ'קען די זאכן גוט אויסארבייטן אפי' אין אזוינע פעלער, טראץ ס'איז שווער.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » פרייטאג יולי 15, 2016 12:31 am

וויאזוי איז מעגליך צו צעווארפן א חלום פון א שווער וואס האלט אויס און וויל דייקא דאס אינגערמאן זאל פלעין זיצן און לערנען כל ימי חייו? כ'מיין אפילו ער איז שוין מוחל ס'געלט, אבער דאס ווייב וויל ער דאך נישט פארלירן, און ווען אירע פארקרומטע שוועגערין'ס זאגן איר זעט איטס נאט נארמעל וואט יור האסבענט איז דאאינג וויט יאר פאזער, וואו אזוי איז שייך אזא קארופציע צו מענעדשן?

אז איר זאגט אז איר קומט פון דארט דאן לאמיר טאקע הערן!

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

דער אינטערוויו

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג יולי 17, 2016 12:33 pm

מ'האלט ביים צווייטן טרעפל אינעם שווערן דורכגאנג פון טרעפן א ריכטיגע פרנסה, עס איז א שמחה אין שטוב, מ'רישט זיך צו גיין צום ערשטן אינטערוויו מיט אן ארבייטסגעבער, און פון דארט האפנטליך צו א פולטיים דזשאב וואס זאל ברענגען פרנסה בריוח.

זענען דא געוויסע זאכן צו געדענקען פאר מען טרעפט זיך מיט אן ארבייטס געבער, אדער א ריקרוטער, (איינער וואס איז איינגעשטעלט אין די ביזנעס, געוויינליך ביי גרעסערע ביזנעסער, אויפצונעמען נייע ארבייטער)

רוב פון די זאכן זענען דברים פשוטים, אבער מ'פארגעסט זיך אמאל, דעריבער איז וויכטיג זיי צו חזר'ן, און געדענקען ווען מ'ברויך זיי נוצן.

וואס יא, און נישט צו טוהן ביי א אינטערוויו

1. אנקומען פינעף מינוט פריער פון דעם באשטימטן אפוינטמענט, (אלס א גוטע זאך אין ביזנעס, אבער גאר וויכטיג ביי דעם קריטישן אינטערוויו) אויב מאכט זיך א אומפאראויסגעזעהנע פארשפעטיגונג אפי' נאר איין מינוט, רופט אריין און ענטשולידגט אייך, און פרעגט צו דער אפוינטמענט איז נאך אין גאנג אדער מ'מוז איבערסקעדזשולען, כאטש ס'וואלט אייך געווען אומבאקוועם צו הערן אז איר דארפט צוריק קומען א צווייטן טאג, איז אלס בעסער ווען איר פרעגט עס פאר איר הערט עס.

2. די ערשטע 90 סעקונדען פון א אינטערוויו זענען די וויכטיגסטע סעקונדען אין דעם גאנצן גאנג פונעם אינטערוויו. (דאס איז מערסטנס דער פאל ווען דער אינטערוויוער איז א פראפעסיאנאלער אינטערוויוער, אויב נעמט ער יעצט אויף איין ארבייטער א יאר אדער איינס אין עטליכע יאר, איז געוויינליך נישט שייך דער כלל) דעריבער איז וויכטיג, אפי' ביי אונזער היימישע ארבייטסגעבער (וואו מ'רעדט זיך איין אז אויסערליכע אויסזעהן איז נישט מעלה ומוריד, מיר זענען דאך קלוגער פון דעם) צו זיין געקליידעט געהעריג, נישט שמוציג, און נישט פארשלאכערט. דער איינדרוק פון דעם ערשטן מינוט איז שווער צו טוישן, און אויב וועט דער ארבייטס געבער דיך אפי' אויפנעמען אויפן דזשאב, אבער מיטן איינדרוק אז דו ביזט צופלויגן און נישט מסודר, וועט דאס שאדן פאר שפעטערדיגע פראגרעס אויפן דזשאב.

3. מאכט אייך נישט צופיל היימישער ווי די אטמאספערע אין אפיס איז: דהיינו, עס איז וויכטיג פארן אפליקאנט אריינצוקומען אין די אטמאספערע פון דעם אפיס וואו דער אינטערוויו איז, למשל, אריינקומען צום ערשטן אינטערוויו מיט א קאווע אין די האנט, און זיך אויסטוהן דעם אויבערראק פארן געבן שלום עליכם, ארויסרוקן דעם בענקל און לייגן א פוס אויפן צווייטן, און זיך נעמען פיצן די גלעזער מיט די ציצית, איז נישט זאכן וואס מ'טוט ווען מ'קומט צו אן ערשטן אינטערוויו (אפי' אויב מ'טוט נישט אלע אויפאמאל, די נקודה איז, אז מ'דארף ווייזן א געוויסע רעספעקט צום מצב). ווען מ'איז אייך מכבד אויסצוטוהן דעם ראק, מ'ה טוב ומה נעים, אדער ווען מ'איז אייך מכבד מיט א קאווע, איז גאר היימיש און ווייזט אויף שטארקע כאראקטער, ווען מ'נעמט אן דעם קאווע, (מ'מוז נישט, אבער ס'קען ווייזן לטובתך) די אלע אנדערע דערמאנטע זאכן ודכוותי' זענען אין קורצן "איבער-פראדאקטיוו)

4. לאיעלטי- איבערגעגעבנהייט, איז קעניג!: דאס וויכטיגסטע וואס א בעה"ב וויל פון דעם אינטערוויו, איז וויסן אז ער נעמט אויף א מענטש וואס וועט ארבייטן געטריי, און איבערגעגעבן, און נישט זוכן א וועג איבערצוקליגן דעם סיסטעם. ווען איר רעדט צו אן ארבייטסגעבער למשל איז איינע פון די גאר נארישטע זאכן צו לאזן וויסן אז "איך זוך א דזשאב פון וואו איך זאל קענען ארויסקוקן צו גיין ווייטער אויף בעסערס". טראץ דאס קען אמאל זיין די פאקט, איז וויכטיג צו געדענקען אז פארן בעה"ב וועט ענדערש שמעקן צו הערן: איך זוך א דזשאב וואו איך זאל קענען מאכן א איינדרוקספולע ארבייט, אזוי צו קענען וואקסן און שטייגן צוזאמען מיט די הצלחה פון דעם ביזנעס. (נאר א משל, אבער איך האף איר פארשטייט די נקודה)

5. עצות!!! גיבט נישט קיין עצות פארן בעה"ב אין ערשטן אינטערוויו (קיינמאל נישט די געזונטסטע זאך, און דארף אסאך לימוד אויב האט מען נישט קיין אייגנס אין מח, אבער ביים ערשטן אינטערוויו איז מאן דכר שמי') אפי' אויב דער בעה"ב פרעגט אייך עצות, איז עס ע"פ רוב צו מעסטן אייער ריספאנד, און וויאזוי איר באפאסט זיך מיט פראבלעמען, נישט ווייל ער גייט יעצט נעמען אייער אדווייז און שוין מאכן שינויים אין זיין ביזנעס. ער געדענקט אויך אז איר זענט דא צום ערשטן מאל, און ער האלט נאך נישט אז איר זענט קלוגער פון אים. עס וועט נעמען א לאנגע צייט ער זאל דאס איינזעהן, און יעצט איז נישט די צייט אים אנצוהייבן איבערצייגן.

6. די חכמה פון א גוטן אינטערוויוער איז, אייך צו לאזן רעדן, און רעדן, און רעדן. די חכמה פונעם אפליקאנט איז צו מאכן זיכער אז א גרעסערע פראצענט פון די צייט איז "הערן". דער חשק פון רעדן און זיך לאזן הערן, און פארציילן אלעס ארום זיך, און אלע מעלות וואס מ'האט איז גאר שטארק אין אזא צייט, אבער עס איז וויכטיגער צו האלטן אביסל אין זיך פאר שפעטער ווען דער בעה"ב וועט עס אליינס פרעגן. זייער אסאך מאל וועט איר אנהייבן עפעס צו זאגן און דער בעה"ב וועט ענטפערן: מיר וועלן באלד רעדן פון דעם, און דאס איז עפעס וואס איז געוויינליך גוט צו פארמיידן. עס איז גוט אז איר זאלט אויסזעהן געדולדיג און בכלל נישט אין קיין רייץ צו פארציילן אייערע מעלות. (כאטש וואס ס'גוט אלעס צו פארציילן, איז עס אבער מיט די ריכטיגע סדר וואס ווערט געוויינליך געפירט דורכן אינטערוויוער)

7. אויב דער בעה"ב נעמט א וויכטיגן טעלעפאן קאלל אינמיטן דעם אינטערוויו (נישט שיין פון זיין זייט, אבער דאך איז ער אין ביזנעס, און קען זיך אמאל מאכן אזא זאך) זאלט איר פרעגן צו איר זאלט ארויסגיין ווארטן אינדרויסן. דער מעסעדזש וועט זיין גאר א גוטער, (ועוד, ער וועט נישט אויפהייבן אזוי שנעל נאך א טעלעפאן קאלל נאר אויב קריטיש וויכטיג.)

8. ווען מ'גיבט אייך די געלעגנהייט צו פרעגן וואס ליגט אייך אויפן געוויסן, הייבט נישט אן מיטן "באצאלן, אדער בענעפיטס", געוויינליך איז בעסער אנצוהייבן פרעגן מער פרטים איבערן "דזשאב", צו פארשטיין וואס פארלאנגט זיך, און בעיקר פרעגן וויאזוי וועט געמאסטן ווערן אייער ארבייט, וואס איז די שליסל פון הצלחה דא אין די ביזנעס, וואס ערווארט מען פון מיר אויב איז עס איין זאך וואס איז דער איין וויכטיגער זאך? וכו' וכו'.

9. ווען מ'רעדט שוין יא פון בענעפיט'ס וכו', איז וויכטיג נישט צו אריינברענגען דעם סטעיטמענט: מיינע חברים פארדינען מער, אנדערע גיבן אנדערש, וכו'. עס איז לגמרי אומרעלאוואנט ע"פ רוב, און עס גיבט דעם איינדרוק פארן בעה"ב אז ער גייט דא אריין אין בלאטע, און וועט נאך האבן צו הערן פון דעם ארבייטער יעדן מאנטאג און דאנערשטאג וואס זיין חבר פארדינט, און פארוואס ער פארדינט ווייניגער. אויב ווילט איר יא זאגן אז דאס איז צו ווייניג, דארפט איר עס זאגן אן קיין פארמעסטן מיט אנדערע.

10. אחרי ככלות הכל, אויב האט מען אייך נישט געזאגט ביים ענדע פון אינטערוויו: דו ביזט געהייערט. זאלט איר נאר פרעגן צו איר זאלט צוריק רופן, אדער איינער וועט אייך רופן? איר מעגט אויך פרעגן ביז ווען איר זאלט ערווארטן צו ווערן גערופן? א טאג? צוויי?

עס איז נאך דא אסאך מער, אבער פאר יעצט וועל מיר זיך דא אפשטעלן, און ווארטן צו הערן פון ארבייטסגעבער וואס שפירן אז מיר האבן אויסגעלאזט וויכטיגס.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5852
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג יולי 17, 2016 12:48 pm

זאלצי, דאס איז א גוטס.

א קליינע הערה, איך האב שוין ברוך השם געהייערט א שיינע צאל היימישע יונגעלייט, איין זאך וואס איך האב אלס געזיכט איז דער ווילען פונעם מענטש צו קימען ארבייטען פאר מיר, אויב האב איך געזעהן ער וויל באמת שטארק האב איך געוויסט אז ער וועט מצליח זיין און אזוי האט זיך עס שטארק ארויסגעשטעלט.

צו פארציילען וואס טוהט זיך אויף די אנדערע זייט איז אויך אינטערסאנט, עס איז נישט קיין גרינגע ארבייט בכלל, עס איז אן אחריות אויפען אינטערוויוער צו קענען קלאר און דייטליך אראפלייגען די אפערטונעטי און וואס די זשאב מיינט, וואס זענען די פאטענטשעל און די פעי.

די שווערסטע מצבים זענען געוועהן די וואס זענען געקימען פון כולל נאך צען יאר לערנען מיט פיר פונעף קינדערלעך פ״ס מיט חלק ח׳ אזוי אז עס איז נישט במציאות געוועהן צו הייערן אזאנע יודען, עס האט באמת וויי געטוהן.

איך פארפאר דא פון שמועס, אבער איך פרוביר פשוט איבער צו געבן די מאקסימום אינפארמאציע מעגליך פון די הייעריס זייט.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג יולי 17, 2016 12:55 pm

יישר כח ר' מטעמים. דארפן מיר רעדן פערזענליך, עס איז זיכער דא נאך זאכן וואס קען זיין נוצליך ארויסצוברענגען.

אויב זענט איר א בעה"ב וואס הייערט ארבייטערס רעגולאר, וואלט איך געוואלט האבן א פערזענליכן אישי שמועס.

אבער דא ברבים האט איר שוין ארויס געברענגט איין גוטע נקודה אז דער רצון איז גאר וויכטיג (איך באציה זיך צו דעם אינעם "לאיעלטי" פאראגראף) איך וויל אייך אבער פרעגן דא ברבים:

1. וואס זענען די זאכן וואס מאכן צו די טיהר דאס שנעלסטע? לאמיך מסביר זיין: איך נעם אויך אויף ארבייטער אסאך, און איך האב געוויסע זאכן ביים אינטערוויו וואס ברענגען אראפ אדער ארויף דעם מעסטערל, אבער אלס איז דא איין אדער צוויי זאכן וואס ווען דאס פאסירט איז עס ביי מיר "קלאוזט קעיס", און איך וועל דעם מענטש שוין נישט אויפנעמען אפי' אויב אלעס אנדערש איז גוט. וואס איז דאס ביי דיר?

2. וואס איז די איין זאך וואס עפנט אויף אלע טירן? דאס זעלבע ווי פריער נאר פארקערט, עס איז אלס דא איינס אדער צוויי זאכן וואס מאכן זאלסט פארקוקן אויף די איבעריגע.... וואס איז דאס?

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג יולי 17, 2016 12:56 pm

די שאלה איז געוואנדן צו מטעמים, אבער אויך צו אנדערע בעלי בתים וואס הייערן מענטשן. ביטע קאמענטירן

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5852
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג יולי 17, 2016 1:29 pm

דער ערשטע זאך וואס איך טוה פאר איך זעץ מיך אראפ צו א אינטערוויו מיט א נייע עפליקענט איז איך שרייב אראפ 3-4 פוינטס וואס די זשאב דארף וויכטיג האבען למשל:

א סעילסמען, מעינטענענס, קאסטומער סערוויס, דעטע ענטרי, בוקקיפונג, עקזעקיוטיוו עסיסטענס, ווערהאוז מענעזשער, ווערהאוז עמפלויאי, קאנטראלער און פון צייט צו צייט א עקזעקיוטיוו אלע זשאבס האבען אפאר געוויסע זאכען וואס איז וויכטיג פאר די זשאב א צופלויגענער איז נישט גיט פאר בוקקיפונג און א סעילסמען דארף האבען זיינע קעפעבילעטיס.

זאכען וואס פארמאכען אלע טירען ביי אלע פאזישענס איז אויב איך זעה אז אלעס איז איבער געלט, בענעפיטס, סיק דעיס און וויקעישאן ליעוו, דאס איז א סימן פון א פוילער יונג ספעציעל אויב ער האט נאך אין ערגעץ נישט געארבייט דאן איז עס א קלארע ניין.

זאכען וואס עפענען - ביי מיר - אלע טירען איז א קאמבינעישאן פון דריי פוינטס:
איידעלקייט, ווילען און א פרייליכע עדיטוד דאן האט ער מיר אפגעקויפט.
ער קען וויסען ווייניג איבער ביזנעס אדער גארנישט איבער די דיטעילס פון די זשאב אבער די דריי זאכען איז עקסעפשענאל גיטע קוואלעטיס און איז די שליסעל מצליח צו זיין אין יעדע אינדאסטרי און אין יעדע ליין און אין יעדע צייט.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג יולי 17, 2016 1:50 pm

ביזדערווייל גיי מיר אין שפאן. נישט אזוי?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5852
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג יולי 17, 2016 1:58 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:ביזדערווייל גיי מיר אין שפאן. נישט אזוי?

נישט סתם.

Your doing a heck of a job!
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » זונטאג יולי 17, 2016 2:17 pm

שששש........

צוויי בעלי בתים רעדן זיך דורך..

שוין, איך וועלן מיך אונטער הערן....

שכח @זאלץוואסער

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג יולי 17, 2016 2:24 pm

מטעמים, א פרייליכע עטיטוד, אוי ביסטו גערעכט!

יישר כח זאלץ כ'ער מיך אונטער..

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג יולי 18, 2016 1:59 am

זייער ריכטיגע נקודות! שכח זאלצי, מטעמים, און אלע אנדערע!

שטארקע נקודות איבער דזשאב'ס בכלל, און איבער זוכן/טרעפן ארבעט בפרט, און צולעצט די איטערוויא פראססעס בפרטיות, מיר זענען שוין ב"ה געזעצן אויף עטליכע זייטן פינעם טיש, און פארשידענע סארט אינדוסטרי'ס, כ'האף אי"ה צוצולייגן נאך אינפוט ווען די צייט וועט ערלויבן.

איבער די לעצטע שאלה וועגן איטערוויא'ס, וואלט איך זיך ערלויבט צו זאגן אז די אמת איז, אז ס'איז נישט מעגליך צו דזשאדזשן א מענטש נאר פין אן אינטערוויא, אבער היות מ'מוז דאך האבן עפעס א פארמולע אין ארדער צו הייערן (אדער נישט) נייע ארבעטער, איז אין יעדן פאל וויכטיג צו פאקוסען אויף די מינימום 'קי' פונקטן, וואס זענען וויכטיג פאר דעם צפעציפישן פאל (אביסל ווי מטעמים האט אנגערירט), אויסערדעם איז אלעמאל גוט צו האבן דזשענערעל יסודות, וואס מ'פראביט צו שטיין דערויף ביים הייער'ן.

ביינונז, זענען צוויי שטארקע 'טורן אףף פוינט'ס' געווענליך, 1. ווי שוין ערווענט דורך אנדערע, ווען בעפאר'ן דיסקוסירן בעקראונד עקפיריענס אדער נאולעדזש איז דער איטערוויאאי שוין פארנומען מיט די געלט ארויף/אראפ (וואס למען האמת, כאטש דאס איז די סיבה פארוואס מיר אלע ארבעטן, טאר עס אבער נישט זיין די 'סאול מאטיוו'), 2. ס'איז נוגע פאר רוב דזשאבס, און ס'הערשט ליידער דערין א שוואכקייט ביי אינגעלייט מער ווי אמאל, א פוינט בלענק שאלה צום אינטערוויאירט'ן; אויב דארף מען זיין אויפ'ן דזשאב 9:00, וועט איר זיין 8:55 אדער 9:05? און כ'בין מסביר פאר יענעם אז א אמת'דיגע ענטפער וועט זיין די שליסל צו הצלחה אדער נישט, ווייל פאאל'ן קען מען נאר פאר א קורצע תקופה, און אונז זעמיר נישטא צו טוישן אן עדאלט'ס געוואוינהייטן (עטליכע מינוט זיין רעספאנסיבעל אויף זייגער/סקעדזשול און דעדיקעישאן איז 'קי' זיך צו קענען פארלאזן/בויען אויף אן ארבעטער, און דאס מיינט נישט אז מ'קען נישט אמאל שפעטיגן, ס'איז וויאזוי דער ארבעטער לעבט דעם קאנצעפט), 3. 'שפראך' - ווען/וויפיל ס'נוגע צום דזשאב, קענען קאמיוניקיר'ן (ליינען און שרייבן) די שפראך, אמאל איז דאס ענגליש, אמאל לשה"ק, און אמאל 'פלעין אידיש', (יו מעי בי סורפרייזד, אז ס'דא היימישע מענטשן וואס קענען דאס אויך נישט), 4. 'בעיסיק קאמפיוטער נאולעדזש', מ'טאר זיך נישט נער'ן, אויב איז דאס עפעס וואס די דזשאס פארלאנגט, קען זיין זייער טייער צו לאזן עמיצ'ן זיך לערנען די בעיסיק'ס אויפן דזשאב, נישט אלעמאל, אבער מ'דארף זיין אויפריכטיג מיט זיך אליינס.

נאכדעם איז דא זייטיגע פאקטאר'ן וואס מ'פראביר מיר געווענליך צו באטראכטן (נישט דירעקט פרעגן...) איז 1. 'סמארטפאון יוז', והיינו ווי ווייט דארף איך רעכענען אז דאס קען שטערן ביי די ארבעט (און עגעין, מיט די הנחה אז ס'שווער צו טוישן אן עדאלט), 2. 'האנעסטי', ס'טייטש געוויסע שאלות וואס איך ווייס מער ווייניגער דעם ענטפער און כ'זע ווי אפן און אמת'דיג יענער קומט אריין, 3. 'רעספעקט', ס'איז זייער וויכטיג צו קענען קאמיוניקעיטן ריכטיג, צו האבן 'כבוד הזולת', 'עגריען צו דיס-עגריען' איז אויך אמאל א מהלך, און פארשטייט זיך אז אן דעם איז נישטא קיין טיעמווארק וכו', 4. 'רעספאנסעביליטי', פשוט, 5. 'פלעקסעביליטי', דאס מיינט בכלל נישט אז יענער דארף זיך לאזן צוקוועטשן, אבער ווי שטארק 'תקיף בדעת' יענער שטעלט זיך אהער, 6. 'פאזיטיוו עדיטוד', ווי אנדערע האבן שוין דערמאנט, למען האמת, א פרייליכע נאטור דארף מען אויך אויך אמאל אכט געבן ס'זאל נישט זיין טו מאטש, אבער נעגעטיוויטי איז כמעט אין יעדנפאל א 'קיללער'.

נרצה! ווער ס'פעסט דעם טעסט אויף די אלע אויסגערעכענטע זאכן (אינקלודעד וואס די אנדערע חברים האבן שוין געשריבן), איז געהייערט... נעע! הייער'ן ארבעטער'ס איז א שווערע פעלד פאר זיך, און מ'דארף זיך כסדר אפדעיט'ן און פארבעסערן, ווייל 'די גרינגסטע ארבעטער צו פייער'ן, איז דעם וועם מ'הייערט נישט', אבער קיין שלימות איז נישטא, און אויב דארף מען הייער'ן ארבעטער, דארף מען קענען קלויבן אוכל מתוך אוכל, די חכמה איז אלעמאל צו וויסן וואס איז דיר יעצט וויכטיגער, און אויף וואס קען מען פארקוקן און האפן אז ס'וועט זיך שוין באיזה אופן אויסארבעטן.

דער עיקר איז, מדארף וויסן אז מ'טוט השתדלות, און אז בסייעתא דשמיא וועט מען בעז"ה אנקומען פריער אדער שפעטער, דער מיט'ן דזשאב, דער מיט'ן ארבעטער.

עניוועי, פארקראכן אביסל פינעם נושא, א יישר כח פאר זאלצי פאר'ן צושטעלן דעם פלאטפארמע!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

הולך
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 08, 2016 3:17 pm

תגובהדורך הולך » מיטוואך יולי 20, 2016 6:03 pm

זאלץ וואסער פליס גיי אן
די עולם האט הנאה
שכח

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך יולי 20, 2016 6:36 pm

אבערוואס, שטארקע רייד

מצטרף לדברי ההולך שמי המלח ימשיך בדברותיו הנובעים ממקור מי מלח חיים!

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג יולי 21, 2016 2:43 pm

ימים על י'מי מלח'' תוסיף,
מיר ווארטען אויף נאך

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דאנארשטאג יולי 21, 2016 3:30 pm

מ'וועל מיר אי"ה ממשיך זיין ווי נאר ס'דא צייט. (געוויינליך זונטאג איז די מערסטע שייך)

ביזדערווייל וויל איך בעטן אז ווער ס'האט א נושא וואס מ'וויל זעהן אויסגעשמועסט זאל מען עס אויפברענגען. דאס גיין אין א סדר שטעלט זיך ארויס צו זיין היבש לאנגווייליג פאר געוויסע לייענער.

אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

תגובהדורך אידיש גערעדט » דאנארשטאג יולי 21, 2016 3:58 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:מ'וועל מיר אי"ה ממשיך זיין ווי נאר ס'דא צייט. (געוויינליך זונטאג איז די מערסטע שייך)

ביזדערווייל וויל איך בעטן אז ווער ס'האט א נושא וואס מ'וויל זעהן אויסגעשמועסט זאל מען עס אויפברענגען. דאס גיין אין א סדר שטעלט זיך ארויס צו זיין היבש לאנגווייליג פאר געוויסע לייענער.

אנטשולדיג אונז זעמיר נישט פלעין ליינער, מנעמט ארויס ממש אויף למעשה, הערליך שיין און פראדאקטיוו. לייק ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דאנארשטאג יולי 21, 2016 6:12 pm

די ערשטע שאלה וואס איז אריינגעקומען: איך וויל בעטן אז ווער ס'האט א תשובה זאל קאמענטירן. איך וועל אי"ה קאמענטירן נאכדעם וואס מ'וועט זעהן וואס קומט אריין פון אזוינע וואס האבן אין פאקט געהאט דעם זעלבן פראבלעם. עס איז קיינמאל נישט די זעלבע צו הערן פון איינעם וואס רעדט אין טעאריע, אדער איינער וואס האט געהאט זעלבסט ערפארונג דערין.

די שאלה איז אזוי:

א אינגערמאן האט זיך געלערנט א פאך, און פאר א משל וועל מיר נוצן קאמפיוטער פראגראמינג. ער האלט שוין נאכדעם, ער האט א פאך אין די האנט, ער האט זיך עס געלערנט ווייל זיינע נטיות זענען צו אזא סארט ארבייט, און עס שטעלט זיך טאקע ארויס אז ער האט שנעל אויפגעכאפט דעם נושא, און יעצט איז ער גרייט פאר א דזשאב.

וואו ווענדט ער זיך ערשט?

וואס טוט מען טאמער ס'מאכט זיך נישט קיין גוטע אפפער'ס? ער דארף דאך האבן פרנסה ביזדערווייל.

וואס האט איר געטוהן? (אויב האט איר אויך געהאט בערך די זעלבע פראבלעם)

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » זונטאג יולי 24, 2016 4:27 pm

זייער א גוטע משל, די נמשל איז אזוי

קאמפיוטער פראגראמינג וואלט איך געזאגט איז די אנהייב אביסל שווער, אבער עס צאלט זיך גאנץ שיין אויס מיט די צייט, א גוטע עספריענסט פראוגרעמער ווערט געזוכט מיט לעכט, די פראבלעם איז נאר וויאזוי קומט מען אן אהין

רוב קאמפעניס וועלן נישט וועלן א ביגינער, אויסער אויב האט ער שוין א טיעם וואס קען ארויס העלפן, און דאס איז אויך אויב איז ער נישט טייט און צייט פארן פראדשעקט, רוב ביגינערס ווי גוט ער זאל קענען דארף העלפ, 10 מינוט דא און א האלבע שעה דארט און זאכן נעמען דאפלט צייט פאר די ערשטע פאר חדשים

די בעסטע זאך איז ווען די קענסט ווייזן עפעס וואס די האסט געמאכט אזוי קען ער דיר אפשאצן ווי די האלטסט און זעהן אויב ער האט די צייט פאר דיר.

אויך איז דא אמאל איינער וואס האט דיסיידעט אז ער דארף האבן א קאסטעם פראוגרעם ער וויסט נישט וואס פינקטלעך ער וויל איז אוודאי וועט ער נישט וועלן צאלן אסאך, אזא איינער וועט נעמען א ביגינער, די מעשה איז אבער די אפעטיט וואקסט אבער זייער שנעל איז אדער וועט די בעל הבית איינזען אז ער דארף הייערן נאך פראוגרעמערס, אדער וועט דער ביגינער זעהן אז די פלאץ איז נישט פאר אים און גיין זוכען עפעס אנדערש, די מעלה איז אז יעצט קומט ער שוין מיט אביסל עקספיריענס

א קוצער אויב האט איינער גוט אויפגעכאפט די נושא דארף נישט זיין צו שווער צו טרעפן עפעס, ווייל עקספיריענס איז שווער צו באקומען וולען רוב קאמפעניס וועל סעטלין אויף בעסטען ביגינער
מצדי קען זיך די שמועס ענדיגן דא........


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טריליאנער און 3 געסט