א טריט אריין אין ביזנעס 1#

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

א טריט אריין אין ביזנעס 1#

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

אין א נישט געוויינליכן שריט, וויל איך זיך נעמען שרייבן איבער אן ענין וואס איז מיר אויסגעקומען צו זעהן אז עס איז אין די היינטיגע וועלט פון די ד' דברים הצריכים חיזוק, און איך שפיר אז עס קען העלפן די וואס זענען אין א מצב פון מאכן דעם וויכטיגן און אמאל פון די וויכטיגסטע טריט אין לעבן אריינצושפרינגען אין דעם געשעפטליכן וועלט, אין עולם המסחר. (די סעריע איז א חלק פון א גרעסערן פראיעקט, אלזא וועל איך שטארק דאנקבאר זיין פאר די וואס שפירן אז דער ארטיקל איז געשריבן פאר זיי, צו קאמענטירן און דעבאטירן אין די נושא, סיי צום חלק הלימוד וואס יעדער ברענגט פון אייגענע פראקטיק, און ווי אויך צו מאכן זיכער אז עס ווערן נישט אויסגעלאזט וויכטיגע חלקים. ביטע מיך קאנטאקטן אין אישי מיט סיי וועלכע קאמענטאר)

יעדער אינגערמאן נאך די חתונה האט אין זינען א געוויסן בילד וואס ער וואלט געוואלט זאל זיך אים לאזן איינפאסן זיין אייגענעם וועזן אלס א חלק דערפון, ער קוקט ארויף א געוויסן פערזאן אדער פערזאנען ווי וועם ער וואלט געוואלט אויסקוקן, אין פינאנציעלן און וועלטליכן זין.

איך רעד נישט פון רוחניות, מיר זענען אלעמאל הונגעריג צו שטייגן אין רוחניות, און אונזערע אינגעלייט ווערן געלערנט, און אויפגעברענגט מיט דעם חלק הרוחני אויפן שענסטן אופן וואס שייך, טראץ וואס צום בעסערן איז קיין גרעניץ נישט פארהאנען, איז דאס אליינס אז מיר זענען קיינמאל נישט העכסט צופרידן פונעם רוחניות אויך א חלק פון אונזער חינוך, מיר דרייען זיך אין די ראמען פון גאר א שטרענגען ערליכן חינוך, און די סביבה איז עושה רושם אז מיר שפירן זיך אלעמאל נאך מיילן ווייט פונעם ציהל.

אין גשמיות ווידעראום איז שוין דא פארשידנארטיגע געדאנקען גאנגען, וואס ע"פ רוב האט אסאך צו טוהן מיטן עבר און אויפוואקסן פון אלס קליין קינד. דהיינו, אמאל אז די עלטערן האבן מצליח געווען און עכ"ז נישט געהאט קיין גוטן טאג נעבעך, דאס קינד האט מיטגעהאלטן אז דאס שלוה אין שטוב איז פארלאפן מיטן געלט, ווערט דאס קינד אויסגעבויט מיט א שנאה צו הצלחה, טראץ וואס עס הערט זיך אומגלויבליך, אבער איך רעד אסאך, און גאר אסאך מיט אינגעלייט אין די נושא, און איר וועט נישט גלייבן וויפיל אינגעלייט האבן כלל נישט קיין שום שאיפה צו הצלחה אין גשמיות'דיגן זין, זיי ווילן האבן דאס וואס זיי אנערקענען אז זייערע עלטערן האבן זיך דערמיט געפלאגט, און ע"פ רוב ווערט דאס אנגערופן "רואיגקייט אין שטוב".

זוכן א דזשאב

א דעצעדירנדע און העכסט וויכטיגע שריט אין לעבן איז דאס טרעפן א פרנסה, קלה, ונקי', און אין א געוויסן הינזיכט איז דאס פארן נייעם אינגערמאן די ערשטע באשלוס וואס ער מוז אליינס נעמען, און אין א דור וואו מ'איז נישט געוואוינט צו מאכן באשלוסן, אלעס פארט סיסטעמאטיש, איז דאס אמאל פון די שווערע דורכגענג וואס ברענגען אמאל אומרוה און אנגעצויגענע מאמענטן אין דעם נייעם אידישן שטוב.

ווען?

ווען דארף מען זוכן? ווען הייבט מען אן? מ'זעהט א התרשלות אין דעם ענין פון זיין אביסל "רואה את הנול"ד" און אין אונזער פאל איז פשוטו כמשמעו, ע"פ רוב הייבט זיך אן די זוך אקציע ווען די בני בית ווערט פארנומען מיטן ערשט געבוירן קינד, און די געברויכן ווערן פלוצלינג געהויבן פראצענטואל מער ווי ביי סיי וועלכע קינד. ביז אהער האט מען נאך ווי נישט געלעבט אויף די עלטערנס קאנטע, און דא פלוצלינג ווערט געגאסן דאס ליים ארום די ציגל פון דעם נייעם שטוב, מ'גייט שוין נישט ארויס עסן ביי די עלטערן, מ'הייבט אן באצאלן פאר זאכן וואס מ'האט ביז היינט געקענט דורכשטופן אנע דעם.

איז די ערשטע וויכטיגסטע זאך אז א אינגערמאן זאל אנהייבן זיך אומצוקוקן היבש פאר מ'האלט שוין ביים זמן שמחה, ער זאל האלטן די אויגן אפן פאר די אפציע'ס וואס ער האט, און זיך איבערשמועסן מיט אן עלטערן ראטגעבער, עלטערן אדער שוויגער עלטערן זענען אודאי די ערשטע אדרעסע, אבער אויב איז צוליב א סיבה דאס נישט שייך, איז אלס דא צו וועם צו רעדן און אויסשמועסן.

דער אינגערמאן מיינט אז די וועלט וואס ער זעהט איז די רעאליטעט, און ער ווערט שנעל געוואויר אז פון אינדרויסן שפירט מען נישט די גערוך און די היץ, מ'זעהט נאר די אויסשטעל אביסל, און די קאלירן, אבער ווען מ'איז שון דערינען ווערט מען באפאלן מיטן בזיעת אפיך וואס קומט פלוצלינג אומגעראכטן, און איבער צו מאכן די באשלוסן דעמאלס איז שוין פיל שווערער.

אלזא כלל נומער 1: מ'הייבט אן זוכן ווען ס'נאך דא 3 חדשים צייט צו קענען ריכטיג ארומנעמען די נושא וואס כפי דאס וויכטיגקייט איז עס ווערד שיקול הדעת.

און יא, מ'זאל אנהייבן זוכן אפי' ווען מ'וויל נאך קלערן פון בלייבן א גאנץ לעבן אין כולל, און מ'וויל בלייבן ביים לערנען און וואקסן א דיין א מורה הוראה, עס איז נישט קיין שום סתירה מיטן טוהן די השתדלות וואס דארף געטון ווערן מצד דעם געבאט פון בזיעת אפיך תאכל.

וואס זוך איך?

הייבט זיך אן די מערכה מיטן חכם "מה" הוא אומר, דער חכם פרעגט "וואס"? וואס זוך איך? וואו הייב איך אן?

ווי שוין ערווענט, איז די ריכטיגסטע מהלך אויב האט מען איינעם צו וועם צו רעדן, איימיצער וואס טראגט די פאלגענדע קוואליפיקאציע'ס: א באזעסענער מענטש, א מענטש וואס זוכט דיין גוטס, און האט נישט קיין שום זייטיגע אינטערעסן אין דעם פעלד פון ארבייטס געבעריי. דאס ערשטע שמועס איז אלס גוט צו האבן אלס אן אויבערפלעכליכע שיעור כללי איבער די געלעגנהייטן וואס קענען זיך אלס מאכן, און הערן אביסל עקספיריענס פון א איד וואס איז עלטער.

אבער, דא קומט אריין א גאר וויכטיגע נקודה צום געדענקען. עס זענען דא אידן וואס נישט קיין חילוק ווי אלט און קלוג זיי זענען האבן זיי זיך אין לעבן אפגעבריהט צוליב סיבות, סיי וואס מ'קען זאגן זיי האבן זיך אליינס געגראבן און סיי וואס איז אומפארמיידליך א מציאות וואס קען פאסירן, איז וויכטיג צו פארשטיין אז יעדער עלטערער איד איז אמאל אינגער געווען, און טעותים זענען טרעפ אויף וועלכן דער מענטש שטייגט, אבער צומאל איז דער אפגעבריהטער איד אזוי באאיינפלוסט פון זיין פערזענליכען דורכפאל אז עס איז אים שווער צו זיין אביעקטיוו. דאס מיינט נישט אז מ'זאל נישט פרעגן און אויסהערן, אבער ס'וויכטיג און אפשר וויכטיגער דער שמועס ארום די נושא צו פארשטיין דעם "פארוואס" אויך.


טאלאנטן אדער רעאליטעט?

די צווייטע פראבלעם מיט וואס אינגעלייט באגעגענען זיך אריינגייענדיג אין דעם פעלד, איז א אינגערמאן וואס האט שוין ביי זיך אין קאפ עפעס א טאלאנט אדער פאך וואס ער שפירט זיך פעאיג דערצו, און זיין אויג ציהט אים צו דעם ענין. עס איז זיכער אז דאס איז א מקום, און ס'דא א שטארקע סברא אז א מענטש זאל זוכן עפעס וואס דאס הארץ ציהט, אזוי ווי דער חובת הלבבות שרייבט אז א מענטש זאל טוהן וואס ער גלייכט צו טוהן לגבי פרנסה. לעומת זה דארף מען זיין אפן צום מציאות אז אויב איז נישט דא קיין "געלט" צום פארדינען אין דעם פעלד, און אויב אויף די מינוט איז נישטא וואו צו גיין דערמיט, זאל מען זיך נישט פיטערן מיטן פאלשן אמעריקאנעם קלינגענדיגן טאן פון "אפורטוניטי".

א חכם הרואה את הנולד מיינט נישט אוועק ווארפן דעם איצטיגן מציאות פאר א ווייטגרייכענדע עשירות פון יארן ארום וואס אין קאפ משל'ט זיך דער אינגערמאן אויס וויאזוי ער וועט מצליח זיין אויב ער וועט זיך פלאגן אפאר יאר אן פרנסה, און דערנאך קומען צום לאנג ערווארטעטן רייכטוהם.

עס ארבעט נישט אזוי, און עס איז נער'יש, דמיון איז גוט פאר זעקס שעה א נאכט, און דער לענדלארד פארלאנגט זיין רענט אין די בייטאג שעות…

עס איז אבער יא וויכטיג זיך באמת צו קענען, און וויסן וואס מ'קען טאקע און וואס נישט. דער לאזונג אז אויב מעכל קען קען איך אויך, איז נישט אלס ריכטיג. מעכל קען זיין געבויט פאר די סארט ארבייט און דו קענסט זיין פון אן אנדער סארט. עס איז וויכטיג זיך צו קענען.

עטליכע שאלות וואס אויב גייט איר אויף אן אינטערוויו וועט מען עס וועלן וויסן.

וואס ווילסטו טוהן?

וואס קענסטו טוהן?

וואס האסטו שוין געטוהן?

זייער זייער וויכטיג צו וויסן איז ערשטנס "וואס ווילסטו טוהן?", ווייל אויף דעם איז ריכטיג געזאגט געווארן אז ווילן ברעכט אייזן, און אויב ווילסטו עפעס גענוג שטארק וועסטו עס קענען עווענטועל באווייזן.

אמאל ווען מ'פרעגט א אינגערמאן וואס ער וויל, ענטפערט ער "איך וויל מאכן געלט". אינגערמאן! דאס ווייסן מיר אויך, און אודאי איז דאס די אינטערשטע שורה. אבער וואס ווילסטו האט א טיעפערן משמעות.

ווען דו קענטס דיך ווען קלויבן וואס צו טוהן, וואס וואלט עס געווען וואס דו וואלסט געקליבן?

פארזעצונג קומט

נ.ב. אויב האט איר פראגן אדער קאמענטארן וואס זענען נישט פובליק ביטע מיך קאנטאקטן אויף אימעיל.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

א דאנק זאלצי פארן עפענען דעם פלאטפארמע פאר אזא וויכטיגע נושא.

א אינגערמאן (גראדע איינער וועלכער ארבעט שוין אפאר יאר) שרייבט פריער אויף א גרופ "לוקינג פאר א דזשאב", אויף איינעמס פראגע וואס ער זוכט האט ער געענטפערט "עניטינג", האב איך אים געפרעגט "what do you have a passion for?" האט ער אוודאי געענפטפערט "מאני", והדברים עתיקין.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

Thank you Mr. Salt-Water. Very nice and informative.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

קוקט אויס פיין, וועלמערעס דארפען דורכליינען
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

צולייגער האט געשריבן:א דאנק זאלצי פארן עפענען דעם פלאטפארמע פאר אזא וויכטיגע נושא.

א אינגערמאן (גראדע איינער וועלכער ארבעט שוין אפאר יאר) שרייבט פריער אויף א גרופ "לוקינג פאר א דזשאב", אויף איינעמס פראגע וואס ער זוכט האט ער געענטפערט "עניטינג", האב איך אים געפרעגט "what do you have a passion for?" האט ער אוודאי געענפטפערט "מאני", והדברים עתיקין.

אין אישי אז דו זאגסט מיר מער דיטעילס קען איך אפשר בייהילפיג זיין אים עפעס צו טרעפן
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

זייער גוט זאלצי!

כ'האב הנאה אז דו ביסט צוריק פול פורס!
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

Wow! זייער אינפארמאטיוו. דאס איז דאך אזא וויכטיגער אשכול...!
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע: checkmate in 1
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

חיימ'ל האט געשריבן:Wow! זייער אינפארמאטיוו. דאס איז דאך אזא וויכטיגער אשכול...!

איך ווארט אויף די פארזעצונג........
וויאזוי צו שפילן שאך

שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
ריעל עסטעיט מתחיל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 5:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל עסטעיט מתחיל »

חזק ואמץ, זייער קלאר ארויסגעברענגט,
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

זאלצי זייער שיין, דאס איז טאקע א וויכטיגע זאך צו אויסשמועסן פאר די היינטיגע אינגעלייט וואס ווערן פארלוירען ווען זיי פאלן אריין אין די מצב.
א מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 18, 2013 9:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א מוח »

ענדליך האלט שוין איינער ווי מיר
שכח זאלץי
אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים טובים ולשלום »

גוט געטון גענומען די פעדער אין האנט צו באשרייבן די קריטיש וויכטיגע נושא, כה יתן וכה יוסיף

השם הטוב ישלם שכרך
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

זאלץוואסער האט געשריבן:דער אינגערמאן מיינט אז די וועלט וואס ער זעהט איז די רעאליטעט, און ער ווערט שנעל געוואויר אז פון אינדרויסן שפירט מען נישט די גערוך און די היץ, מ'זעהט נאר די אויסשטעל אביסל, און די קאלירן, אבער ווען מ'איז שון דערינען ווערט מען באפאלן מיטן בזיעת אפיך וואס קומט פלוצלינג אומגעראכטן, און איבער צו מאכן די באשלוסן דעמאלס איז שוין פיל שווערער.


איי.. ווען איינער זאל מיר דאס זאגן ביים נעמען מיין ערשטע זשאב,

גיי אן הער וואסער, העלמיר ליינען מיט א זאלציגע דארשט
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

signed in to thank
waiting for more
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

עס קומען ב"ה אריין פריוואטע אימעילס מיט שאלות וואס וועט אי"ה בארייכערן דעם שמועס, אויב שפירט איר אז איר האט עפעס אויסצושמועסן אין די נושא סיי אלס שואל און אודאי אלס אן עקספערט וואס איז גרייט צו מיטטיילן עקספיריענס מיטן ציבור, אדרבה ואדרבה, לאמיר מאכן דעם שמועס פראדאקטיוו.
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

PDF בידע, מ'זאל דאס קענען ליינען מיט ישוב הדעת

ייש"כ
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

א טריט אריין אין ביזנעס 1.2#

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

איך וועל דא מפסיק זיין צוליב די שאלות וואס האבן אנגעהויבן אריינצופליסן אין צוזאמענהאנג צום ערשטן ארטיקל. דערנאך וועל מיר גיין ווייטער בעז"ה.

שואל: איך האלט נאך פארן זוכן אן ארבייט, אבער איך קוק מיט אנגסט וויאזוי מיינע חברים פלאגן זיך ווען זיי קומען דערצו ווי זיי ווייסן נישט וואס צו זוכן אפי'. וואס קען איך טון זיך אנצוגרייטן צום דזשאב זוכעריי?


לאמיר איבערשמועסן דעם נושא.

עס איז דא איין גרויסע טובה וואס א אינגערמאן אין די יארן קען זיך טוהן דורכן זיך אראפזעצן מיט די אשת חיל אין א רואיגע מינוט און באטראכטן באמת וואס מ'וויל. (עס איז דא ווער ס'האט קאמענטירט אז אינגעלייט אין די יארן ווייסן נאך באמת נישט וואס מ'וויל, דעריבער וויל איך אביסל מרחיב בדיבור זיין אין דעם נושא פון וויסן וואס מ'וויל)

ס'איז קלאר דא א חילוק צווישן וויסן וואס מ'וויל אדער וואס מ'גלוסט. ווילן וויל יעדער די זעלבע, מ'וויל זיצן מיטן פוס אויפן טיש און דאס געלט זאל אריינפלוסן. דאס הייסט נישט וואס מ'וויל, דאס איז וואס מ'חלומ'ט אדער מ'גלוסט.

כדי צו פארשטיין וואס מען "וויל", דארף מען זיך באטראכטן מיט די פאלגענדע מעסטערס.

איך וועל מאכן א סימן מיט די ר"ת פון ודו"ק ותשכח. (איך נוץ דאס ביי זייער אסאך אנדערע ענינים אויך ווייל ס'שטעלט זיך ארויס צו זיין א גוטער מקיף אויף א ענין נישט צו פארקריכן.

ד' ארפסט
ו' וילסט
ק'ענסט

---
וואס דארפסטו איז די ערשטע שאלה. בעפאר מ'זוכט א דזשאב מוז מען וויסן וואס מ'דארף. דאס הייסט אז נאך פאר מ'ווערט אנגערייצט פון וואס עס ליגט אויפן טיש, וואס דאס פאר זיך איז א נושא מיט וואס פילע אינגעלייט דארפן זיך ספראווען אז מ'ווערט פארליבט אין דעם פראצעס פון "זוכן" מ'וויל פשוט נישט טרעפן. אוואו דער אידל האט געזאגט אז ער קוקט נישט די לאטערי נומערן ווייל אזוי איז ער כאטש א ספק עושר. זענען דא וואס זוכן פשוט ווייל אזוי האט ער נאך דמיונות מיט וואס מ'פיטערט דעם קאפ.

אויב אבער זוכט מען אמת'דיג צו וויסן וואס מ'וויל, דעם שם הכולל פון ווילן, מוז מען קודם וויסן וויפיל איז די אונטערשטע שורה אין געלט, און מ'מוז פארשטיין דעם בודזשעט אין וואס מ'לעבט, און וויפיל געלט מ'מוז האבן צו קענען אנגיין.

אודאי אויב וועט מען טרעפן עפעס בעסער איז מה טוב ומה נעים, און אמאל אמאל ווען ס'איז א געלעגנהייט א יחידה במינה וואס מ'קען זיך שנעל דעראבערן א ברייטע פרנסה לוינט זיך א צמצום, אבער אין כלליות מוז זיין א הנחה פון א וועכנטליכע מינימום וואס דאס איז דער ציהל און איז דער ערשטער מעסטער וואס צו זוכן. אבער מ'מוז געדענקען צו זיין רעאליסטיש און נישט אראפלייגן א גאר הויכן ציהל וואס איז שווער צו דערגרייכן אלס א אנהייבער.

---
וואס "ווילסטו"? דא ווערן זייער אסאך מענטשן צומישט. דער צומישעניש קומט ווייל מ'קוקט אן די ארבייטס מארקעט מיט טויזנטער אוועילעבל דזשאבס און דער קאפ ווערט פארשוועמט. עס איז אבער נישט דער ריכטיגער בליק.

אינעם דזשאב מארקעט איז טאקע דא אסאך דזשאבס, אבער נישט אסאך "סארטן" דזשאבס. א מענטש קען "וועלן" א געוויסע סארט ארבייט, און ס'וועט געוויינליך אריינפאלן אין איינס פון די פאלגענדע קאטאגאריעס.

טעכניקעל

הענדי

אפיס/קאמפיוטער/אויספאלגן קאסטומערס. (נקודה למחשבה: אסאך אינגעלייט זאגן מיר אז זיי זוכן אפיס ארבייט, און באמת מיינען זיי דערמיט צו זאגן אז זיי זוכן נישט זיך איבערצושטרענגען. פארן נייעם אינגערמאן וויל איך מודיע זיין אז "אפיס ארבייט" מיינט נישט זיצן אויפן בענקל, און ס'קען זיין גאר קאמפליצירט און שווער. ווען איר זוכט אפיס ארבייט דארפט איר וויסן פון וועלכע סארט אפיס ארבייט מ'רעדט, צו איז עס אפיס ארבייט נישט צו האבן אפיר מיט מענטשן? וואס דאס מיינט איר זוכט א ארבייט וואס איז נישט צו סאציאל פארבינדן. אדער זוכט איר אפיס ארבייט דוקא יא צו האבן אפיר מיט מענטשן נאר איר זענט נישט גרייט צו דארפן פארן און קומען און דערפאר רופט איר עס אפיס ארבייט)

סעילס

מלומדות/כלי קודש

ועוד (איך בין נישט זיכער אז איך האב אלעס אראפגעשריבן איר קענט צולייגן וואס איר ווייסט, אבער דער עיקר איז צו געדענקען אז מ'רעדט דא פון אן אופן כללי, נישט פון א ספעציפישן ביזנעס אדער ספעציפישן שטעלע)

דערנאך קומט פארשטייט זיך דער ווילן צו זיין אליינס אין ביזנעס, וואס פון דעם וועל מיר נאך רעדן באריכות.

---
נאכדעם וואס דו ווייסט שוין וואס דו ווילסט קומט דער קו"ף פון וואס ק'ענסטו?

ומשם תפרד לשני ראשים, איינס איז וואס קענסטו שוין? דאס הייסט, צו האסטו שוין עפעס א פאך אין דער האנט, סיי מצד טאלאנט אדער מצד א לימוד וואס דו האסט דיך דערין אריינגעלייגט?

צוויי, איז וואס קענסטו קענען? למשל, ס'דא א אינגערמאן וואס ווייסט אז ער וואלט געוואלט און גרייט געווען זיך אוועק צו געבן צייט צו קענען בוק-קיפינג, אבער ער איז נאך נישט ראוי זיך צו גיין לערנען צו מצד די קאסטן , אדער מצד די צייט וואס דאס פארנעמט. ער ווייסט אבער אז ער גלייכט אזא סארט ארבייט.

די אלע זאכן קען זיך א מענטש מסדר זיין אין מוח אסאך פאר ער גייט ארויס זוכן. אבער אלס געדענקען אז ס'מוז נישט זיין אז ס'וועט זיין רעלעוואנט ווען ער גייט באמת שוין זיין אין א מצב פון "מוזן" נעמען א דזשאב, נאר אויף אזויפיל נוצט עס אז אויב פרעגט אים א ארבייטסגעבער אדער סיי ווער וואס ער זוכט, קען ער ענטפערן אין איין שורה וואס ס'איז וואס ער זוכט, און דאס מאכט סיי גאר א גוטן רושם אז דער מענטש קען זיך אביסל, און ס'העלפט אויך טרעפן דעם שפיץ פונעם שטריק צו קענען שפינען ווייטער און אנקומען לתכלית הנרצה.

פארן אינגערמאן וואס האט געפרעגט די שאלה וויל איך צולייגן אז פאר א נייעם אינגערמאן איז וויכטיג צו ארייננעמען אין דעם שמועס די אשת חיל, ווייל אין די בראשית יארן פון א אידישע שטוב איז פיל וויכטיגער דאס זיין איינשטימיג אויף די זעלבע ציהלן, טראץ וואס ס'איז אייביג וויכטיג איז עס אלס אינגערמאן פיל וויכטיגער ווייל ס'קען באמת טוישן דעם גאנצן בילד ווען מ'זעהט זיך ארום אז אלע חלומות רינען אויס ווי א זייפן בלאז ווייל די בני בית איז נישט אויפן זעלבן מיינונג, און ס'איז א שאדע צו קומען צו די עגמ"נ ווען מ'קען עס פארמיידן דורך האבן דעם שמועס באנאזאם, און צוזאמען באשלוסן.

פארזעצונג קומט אי"ה.
אפשר דאך?
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר דאך? »

זאלץוואסער האט געשריבן:דער אינגערמאן מיינט אז די וועלט וואס ער זעהט איז די רעאליטעט, און ער ווערט שנעל געוואויר אז פון אינדרויסן שפירט מען נישט די גערוך און די היץ, מ'זעהט נאר די אויסשטעל אביסל, און די קאלירן, אבער ווען מ'איז שון דערינען ווערט מען באפאלן מיטן בזיעת אפיך וואס קומט פלוצלינג אומגעראכטן, און איבער צו מאכן די באשלוסן דעמאלס איז שוין פיל שווערער.


.....So true
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

א שאד כהאב נישט געכאפט א שמועס מיט זאלץ וואסער עטליכע יאר צוריק
גוטע פריינד
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 12:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע פריינד »

זייער א וויכטיגע נושא, יישר כח זאלצוואסער, זייער שיין און קלאר אראפגעלייגט,

אויב איך מעג פרעגן, איז דא עפעס א וועג לויט וויפיל מ'צאהלט היינט פאר אן ארבייטער צו קענען לעבן ווי א מענטש נישט ווי א ח??? איז טאקע איינע פון די תרי"ג מצוות צו נעמען יעדע פראגראם וואס איז שייך??? און אפילו אזוי אויך נישט קענען לעבן ווי א נארמאלע מענטש און באקומען די גוטע געפיל אז איך בין די טאטע אין מיין שטוב נישט די קנעכט...?

פאר אסאך יונגעלייט ווען זיי הערן די ווארט ארבייטן קומט די סטרעסס ארויף ביזן... דאס מיינט ארבייטן ווי א חמור און נישט באקומען קיין שום אנערקענונג דערפאר, ניטאמאל אינדערהיים פון די בני בית.. ווייל ער קען קוים דעקן די רענט און די גראסערי, (גראדע זענען די ווייבער אסאך מאל א אפהאלט פאר יונגעלייט אריינצושפרינגען און עפענען אן אייגענע ביזנעס, ווייל פרויען זענען געווענלעך נישט קיין ריסק טעיקערס)

מיין דעת בעל הבית וואלט געזאגט אז גלייך מען ווערט 18 זאל מען גיין ארבייטן און ווען מען האט חתונה זאל מען שוין האבן אפגע'סעיווט אביסל קאפיטעל צו קענען אנהייבן טון עפעס אליין, אבער וואס קען מען טון אז מען האט מורא און מיט רעכט אז ס'זאל נישט שאטן פאר א שידוך
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

געשטעלט אויף די חזקה אין געבוקמארט!
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

געשלונגען מיט דארשט, א ריזען דאנק, ווארטען מיר אויפען המשך.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

באמערקונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

פון די שאלות וואס קומען אריין זעה איך אז מאנכע וואונדערן זיך פארוואס איך רעד פון דעם כולל אינגערמאן.

עס איז וואר אז אסאך מער זענען די פראבלעמען ביי די ווייטערע סטעידזשעס, און מיר וועלן אנקומען אי"ה דערצו. עס איז נאר א סדר וואס איך האב גענומען, אנצוהייבן ביים אנהייב, און פון דארט גיי מיר צוזאמען פארן ווייטער און פראבירן צו בארירן די נושא פון אלע עקן.

ישר כח פאר אלע קאמענטארן, עס עפנט די מחשבה, און ברענגט אז אנדערע זאלן דערנאך הנאה האבן.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

זאלצי דו טוסט א געוואלדיגע זאך, זעסט אויס זייער פראפעשענאל אין די ליין.
עני וועי צום פוינט וואס איך וויל. איך מיין אז אין א געלעגענהייט זאלסטע אויך מסביר זיין וואס יעדע סארט דזשאב מיינט און פארלאנגט.
דו האסט אנגעהויבן ביים אפיס צו עס אויסשמועסן וואס עס מיינט א אפיס ארבעט, האב איך געכאפט אז זייער אסאך אינגעלייט קוקן אן א געוויסע אינדעסטרי מיט א בליק דערויף ווי עס קען נישט זיין פאסיג פאר זיי, און באמת איז דאס גאר געאייגענט פאר אים, מענטשן ווייסן נישט די דיטעלס פון די זאך און געבן אויף נאך פאר זיי הייבן אן זיך אריינטון פון וואס מען רעד.

איך ווייס פון א חבר וואס מען האט אים געאפערט צו ווערן א סעילסמאן אבער ער האט דאס אפגעזאגט ווייל ״עס איז נישט פאר מיר״
למעשה אפאר חבירים האבן אים שטארק געשטיפט צו עס כאטש אויסטרייען, ווען ער האט אונז געזאגט אז ער איז מסכים אויפן טריי אוט אבער זייטס נישט שאקט אינעם טאג וואס איל לאז איבער די דזשאב ווייל עס גייט נישט ארבעטן פאר מיר.
עס איז איבריג צו זאגן אז דער טאג איז קיינמאל נישט אנגעקומען, דער אינגערמאן איז פון די מאוסט סוקסעפולע אינגעלייט אין די ליין וואס ער איז עוסק.
איי עס האט אויסגעזען אז עס גייט נישט גיין, פשוט ווייל ער האט נישט געקענט די ליין באמת צו וויסן אויב ער איז געאייגענט.

עס וואלט שיין געווען צו ארויסברענגען די פוינט, און אפילו אן דעם מיין איך אז דו העלפסט א געוואלד פון אינגעלייט אין די מצב, זאל דיר די זכות ביישטיין.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

אויסגערעכנט האט געשריבן:איך ווייס פון א חבר וואס מען האט אים געאפערט צו ווערן א סעילסמאן אבער ער האט דאס אפגעזאגט ווייל ״עס איז נישט פאר מיר״
למעשה אפאר חבירים האבן אים שטארק געשטיפט צו עס כאטש אויסטרייען, ווען ער האט אונז געזאגט אז ער איז מסכים אויפן טריי אוט אבער זייטס נישט שאקט אינעם טאג וואס איל לאז איבער די דזשאב ווייל עס גייט נישט ארבעטן פאר מיר.
עס איז איבריג צו זאגן אז דער טאג איז קיינמאל נישט אנגעקומען, דער אינגערמאן איז פון די מאוסט סוקסעפולע אינגעלייט אין די ליין וואס ער איז עוסק.
איי עס האט אויסגעזען אז עס גייט נישט גיין, פשוט ווייל ער האט נישט געקענט די ליין באמת צו וויסן אויב ער איז געאייגענט.

עס וואלט שיין געווען צו ארויסברענגען די פוינט, און אפילו אן דעם מיין איך אז דו העלפסט א געוואלד פון אינגעלייט אין די מצב, זאל דיר די זכות ביישטיין.


דאס זענען מעשים בכל יום, און עס איז טאקע א וויכטיגע נקודה. אבער איך מוז צולייגן אז אין מיין ליין אויף ביזנעס נעם איך אויף אינגעלייט אויף געוויסע פאזיציע'ס און אמאל מאכט זיך פארקערט אויך ווען פון מיין זייט זעה איך אז דער מענטש איז נישט פאסיג, נאר די חברים אדער אנדערע זאגן אים אז ער איז יא, און דאס ברענגט געוויסע עגמ"נ.

דער אמת איז אז די חברים קענען נישט באמת וויסן, טראץ וואס חברים ווייסן געוויינליך די תכונות נפש פונעם מענטש, איז אבער "סעילס" א זאך וואס מ'דארף אויך הערן פון דעם עמפלאיער אדער אנדערע פראפעסיאנאלן וואס קענען זיך אויס אין ספעציפישן פעלד, ווייל אין סעילס אויב וועט דער מענטש דורכפאלן איז עס אמאל א בכי' לדורות, און דאס איז א ריסק וואס מ'זאל נאר נעמען אויב מ'האט א פראפעשענעל אפיניאן.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”