פארן צום דזשאב, באס אדער קאר?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

וואלט איר ענדערשט געפארן צום ארבייט מיט א קאר אדער באס?

קאר
13
37%
באס
22
63%
 
סך הכול שטימען: 35

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2310
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

פארן צום דזשאב, באס אדער קאר?

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג מאי 30, 2016 8:10 pm

עס איז יתכן אז איך העל אנהויבן צו ארבייטען אין מאנסי, שטעלט זיך די שאלה, זאל מען ליסען/קויפן א קאר אדער זאל מען גיין מיט די מאנסי באס?

די שאלה איז ציטיילט אין צוויי,
א. איז עס א גרויסע חילוק אין פרייז?
ב. אויב די געלט איז נישט די מדובר דא, וועלכע אפציע איז ענדערשט?

איך פארשטיי אז געוויסע מענטשן האבן א ים מיט טעלעפאן קאלס צו ערלעדיגן ממילא העלן זיי ענדערש פארן מיט א קאר פאר די פרייוועסי, לאידך גיסא מאנכע ווילן דאווענען אדער דרימלען אויפן וועג איז זיי העלן ענדערש גיין מיטן באס,

וויל איך אבער ווילן בכלליות, וואס וואלטן מענטשן מייעץ געווען?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג מאי 30, 2016 8:21 pm

עס האבן זיך לעצטענס אריבערגעצויגן אסאך משפחות קיין מאנסי. איהר האט זיכער א חבר, ברודער, שוואגער וכדו' צו פרעגן.

די מעלה פון פארן מיט די באס איז אסאך:

מען דאווענט אויפן באס
מען דרימעלט אויפן באס
מען קראכט נישט ווען עס איז דא טראפיק
מען מאכט נייע חברים אויפן באס
מען קומט אהיים אויסגעריהט
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2310
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג מאי 30, 2016 8:27 pm

Kosher Travel האט געשריבן:די מעלה פון פארן מיט די באס איז אסאך:

מען דאווענט אויפן באס
מען דרימעלט אויפן באס
מען קראכט נישט ווען עס איז דא טראפיק
מען מאכט נייע חברים אויפן באס
מען קומט אהיים אויסגעריהט

איך פלאן נישט צו דאווענען אויפן באס און איך קען שלאפן אויף א באס,
איז די צוויי נקודות נישט שייך ביי מיר.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

תגובהדורך רייזענדער » מאנטאג מאי 30, 2016 8:30 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:איך פלאן נישט צו דאווענען אויפן באס און איך קען שלאפן אויף א באס,
איז די צוויי נקודות נישט שייך ביי מיר.


נעוואדע מיט'ן באס...

מבשרי אחזה...אויך נישט געהאט אין פלאן צו דאווענען, וגם לרבות אויך נישט געקענט שלאפן, אבער עס נעמט נישט צו לאנג, און עס טוישן זיך די פלענער, וגם לרבות די טבעיות...

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג מאי 30, 2016 9:50 pm

א קליינע הערה אויב איך מעג...

חבירים זאגן אז אויפן באס דאווענען זיי אסאך מער מיט כוונה. סתם א מנין מען קומט אהן שפעט נאכאמאהל און נאכאמאהל. מען מאכט קבלות אבער עס איז שווער. משא"כ אויפן באס... מען ווייסט מען האט א שעה צו דאווענען. מען קען נישט ארויסלויפן. ווען מען ענדיגט שוין יא, דער זאגט פרשת המן, דער פרשת התשובה און דער פרק שירה, און דער אלע צוזאם. רוב מאהל איז דא א גיטע איד וואס גיט לעקעך און לחיים אויך.

איך האב גראדע א באקאנטע וואס איז געווארן א תלמיד חכם במלוא מובן המילה זיין ער פארט אויפן מאנסי באס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג מאי 30, 2016 10:27 pm

אפילו מ'טוט גארנישט ספעציעל אויפן באס, קומט מען נישט אן אזוי אויסגעמוטשעט ווי ווען מ'דרייווט אליין אין די ניו יארקע טרעפיק.

אין געלט איז עס בכלל נישט קיין פארגלייך, אפילו מען האט סייווי א קאר. געז און טאלל קומט אויס באלד הונדרעט דאלער א וואך, פלאס וואס מ'דארף האבן מער מיילעדזש אויף די קאר, און אפטער מאכן מעינטענענס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג מאי 30, 2016 10:34 pm

@רייזענדער מיר געדענקן נאך פאר די האסטוך צוגעוואונט ווען ס'פלעגט קומען פיינע ארטיקלן!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5942
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג מאי 30, 2016 10:45 pm

פון קר"י צי סיטי?

בדרך כלל איז די באס בעסער.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » דינסטאג מאי 31, 2016 1:01 am

Kosher Travel האט געשריבן:עס האבן זיך לעצטענס אריבערגעצויגן אסאך משפחות קיין מאנסי. איהר האט זיכער א חבר, ברודער, שוואגער וכדו' צו פרעגן.

די מעלה פון פארן מיט די באס איז אסאך:

מען דאווענט אויפן באס
מען דרימעלט אויפן באס
מען קראכט נישט ווען עס איז דא טראפיק
מען מאכט נייע חברים אויפן באס
מען קומט אהיים אויסגעריהט

נישט דא אזא זאך ווי בלייבן לענגער אין די ארבייט, די באס ווארט נישט

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5202
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מאי 31, 2016 7:42 am

פארען מיט א באס האט אסאך מעלות אבער צו דעם דארף מען נעמען אין באטראכט נאך צוויי נקודות.
ערשטענס ווענט זיך ווי באקוועם די באס רביד איז. פון מאנסי איז טאקע דא באקוועמע באסעס אבער די באס פון וומ"ס קיין מאנהעטען איז אן אנדערע מעשה.
צווייטענס דארף מען נעמען אין באטראכט ווי זאך מ'דארף גיין ביז צום/פון באס סטאפ

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5595
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג מאי 31, 2016 9:30 am

און אויך די צייט

א חבר פון קרית יואל וואס פארט אויף וויליאמסבורג מיטן באס זאגט מיר אז ווען זיי פארן דורך מאנהעטען דויערט עס זייער לאנג און עס לוינט נישט

וועגן מאנסי באס ווייס איך נישט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

תגובהדורך זושאלע » דינסטאג מאי 31, 2016 12:03 pm

באותו ענין, הראני ידידי נקודה כללי למחשבה, (מתוך הגדת הלל נרצה מאת בעל ערוגת הבושם זצוק"ל):

בימים קדמונים, שעדיין לא היה מסילת הברזל ונסעו בעגלות, עפ"י רוב התחברו עצמם יחד אנשים חבירים ושוים בדיעות ובמדות, אבל כעת על מסילות הברזל יתקבצו יחדיו אנשים מקצה גבול מצרים ועד קצהו והם מתנגדים בדעות, והנה לא ימלט שלא יהיה אדם פוגע במינים ואפיקורסים לא ידעו עול בושת, ומדברים דברים בטלים מלעיגים במלאכי אלקים ומתעתעים בנביאיו וכו'.
שכל קומט מיט די יארן...

אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

תגובהדורך פייווישעל » דינסטאג מאי 31, 2016 12:45 pm

זאג פאר דיין חבר אז סאיז שוין דא עקסטרע באסעס אינדעפרי 7:15 קיין וויליאמסבורג אין 7:20 קיין מאנהעטאן
איפה פייוויש?

דא בין איך

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג מאי 31, 2016 7:40 pm

וויאזוי דאווענט זיך עס אויף א באס? עני עקספיריענס?

מיט דיין קאר ביסטו בעה"ב, הערן וועלכע סידי דו וויסלט אויפן העכסטן טעמפא, רעדן אויפן טעלעפאן,
ביסט פריי!

מיטן באס, קענסטו רילעקסן, ווען ביסט מיד מוסטו נישט דריוון!
סוף מעשה במחשבה תחילה.

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2807
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » דינסטאג מאי 31, 2016 8:30 pm

גערעכט אז אויפן באס קען מען נישט אנטלויפן אדער זיך מיטכאפן מיט די מנין, אבער מיין עקספיריענס האט געוויזן אז עס איז זייער שווער צו דאווענען אויפן באס, מען קען נישט געהעריג שטיין, ס'איז נישט דא קיין הרבת הדעת
פון די אנדערע זייט קען מען זיצן רואיג די גאנצע וועג, מען קומט אן צו די ארבעט אסאך רואיגער, און אז מען קומט שפעט איז עס נישט דיין שילד
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: רינדעכיג, שטילער און 4 געסט