אדווערטייזמענט: וועקסלער

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

אדווערטייזמענט: וועקסלער

תגובהדורך arender » דינסטאג מאי 10, 2016 6:40 am

בס"ד

ווערדפולע אינפארמאציע איבער 'ווייערן געלט' און פאר עמעזאן סעלער\ווענדערס וועלכע טוען ביזנעס אין אויסלאנד


טוט איר ביזנעס אין אויסלאנד?

זענט איר אן עמעזאן סעלער\ווענדער צו די UK, EU, אדער קאנאדע?

ווילט איר ווייערן געלט פון\צו אויסלענישע מדינות?

דער היימישער וועקסלער ר' אברהם ווערטהיימער טיילט מיט וויכטיגע אינפארמאציע.

וויאזוי נעמט איר ארויס א מארטגעדזש?

מיט יארן צוריק, ווען איינער האט געוואלט ארויסנעמען א מארטגעדזש פון באנק, איז ער אריינגעגאנגען צו א "טשעיס" לאקאל און אפעלירט פאר א מארטגעדזש. היינט צו טאג וועט עס קיינער נישט טון. מען וועט גיין צו א מארטגעדזש-בראוקער.

נישט אז די באנק גיבט מער נישט קיין מארטגעדזשעס פאר אינדיווידועלן, נאר עס לוינט זיך נישט צו נעמען. דער מארטגעדזש בראוקער האט פארבינדונגען מיט די בענק, ער ווייסט צו וועלכע בענק עס לוינט זיך יעצט צו גיין, וואס זענען די ראטעס און וויאזוי מען קען באקומען די ביליגסטע רעיטס.

ווען עס קומט צו א "ווייער-טרענספער" - צו טרענספערן געלט פון\צו אויסלענדישע מדינות - וועלן נאך רוב מענטשן אריינגיין אין באנק צו מאכן דעם טרענספער. דאס איז א טעות. עס איז פונקט ווי דו גייסט אין באנק אפעלירן פאר א מארטגעדזש. דורכ'ן גיין צו א בראוקער קומט מען אפ פיל ביליגער.

*

וויאזוי ווייערט איר געלט?

דער בארימטער היימישער "וועקסלער" ר' אברהם ווערטהיימער, וועלכע דינט אלס בראוקער צווישן די באנק און קאסטומערס, ערקלערט די חילוק אין פראצענטן וואס מען צאלט ארויף ווען מען גייט דירעקט דורך די באנק.

ווען מען גייט אין באנק פאר א ווייער-טרענספער, לייגט דער באנק ארויף 2 באזונדער טשארדזשעס:

1. שכר טירחה. די באנק בעט בערך 40$ פאר די סערוויס (Service charge).

2. קאנווערזשן-פי. די באנק נעמט אראפ א דורכשניטליכע 3% פון די סומע, אלס אפצאל פאר'ן איבערדרייען די געלט אויף א צווייטע וואלוטע (Conversion fee).

די באנק האט ליב צו רעדן בלויז פון די ערשטע. דאס גיבט דעם איינדרוק אז מען באצאלט בלויז א קליינע אפצאל, אבער דער הונט ליגט באגראבן אינעם קאנווערזשן-פי. דארט קען מען אומבאמערקט איבערצאלן מיט א שיינע פאר טויזנט דאלאר.

א ביישפיל, אויב דו קויפסט א טייערע מאשין פון הונדערט אלפים אין יורא פון דיישטלאנד למשל, וועט די דורכשניטליכע פרייז זיין 110,000$, (ווען די יורא איז 1.10 פאר א דאלאר) דאס באדייט אז ווען דו צאלסט ארויף 3 פראצענט קומט עס אויס 113.300$ אויפ'ן פראדוקט + די 40 דאלאר סערוויס פי.

אונזערע פרייזן זענען ארום 1% און אפילו ווייניגער ביי גרויסע געלטער. דאס הייסט איר קענט זיך שפארן ארום 2,200$.

וויאזוי דען?

ביי אונז קענסטו באצאלן האלב די פרייז. אונזערע רעיטס זענען צווישן 1 און 2 פראצענט. ווי אויך האבן מיר נישט קיין "סערוויס-טשארדזש".

מיר ארבעטן אפיציעל אינאיינעם מיט די בענק, מיר אגענטירן פאר זיי, און מיר קענען דעריבער צושטעלן פיל ביליגערע פרייזן און רעיטס. מענטשן דארף זיך דערלערנען אז אויך ביי יעדע זאך וואס איז נוגע טרענספערינג צו אנדערע מדינות, טוישן געלט, א.א.וו. גייט מען צו א בראוקער און נישט אין באנק.

אויב גייט עס דורך די בענק גייט עס רוב מאל נאך ווייטער. ווען איר באקומט געלט פון אויסלאנד, וועט די באנק נישט ווארטן אז איר זאלט פארלאנגען עס צו טוישן, נאר זיי וועלן עס תיכף טוישן פאר אייך, לויט זייערע ראטעס. אנשטאט איר זאלט באשליסן ווען און וואו עס צו טוישן, טוען זיי עס אליין, און איר דערלייגט.

אויב טוט איר כסדר ביזנעס קיין אויסלאנד, קענען מיר אייך אויך 'לאַקן' ביי א גוטע רעיט

איינער באצאלט דערפאר...!

עס זענען אויך דא אידן וואס טוען ביזנעס אין אויסלענדישע מדינות און זיי זענען גליקליך ביז גאר אז די פירמעס\קאסטומערס זאגן אים אז זיי שיקן אים אמעריקאנער דאלארן.

דער אמת איז אבער אז איינער באצאלט דערפאר! צו שיקן געלט פון איין מדינה צום צווייטן קאסט געלט! טא, ווער באצאלט עס? ווארשיינליך איר אליין. די פירמע לייגט לכתחלה ארויף א געפעפערטן פרייז דערפאר.

עס דערמאנט מיר ווען איך האב שפאצירט אין וויליאמסבורג נעבן א קאנסטרוקציע סייד, אונטער סקעפאלדס, און א פארבייגייער האט ארויסגעברענגט זיין התפעלות איבער די סקעפאלדס אז ס'איז ממש זה נהנה וזה נהנה. די ארבייטער קענען בויען, און מענטשן קענען שפאצירן, וואו גארנישט וואלט פאסירט.

האט אים זיין חבר געענטפערט, ר' איד, דאס איז נישט אומזיסט! איינער באצאלט דערפאר. די סקעפאלדס שפאצירן נישט אהער פון זיך אליין...

אלזא, געווענליך ווען אן אויסלענדישע פירמע שלאגט אייך פאר אמעריקאער דאלארן, גייט איר ארויס ידו על התחתונה. עס לוינט זיך ליבערשט צו נעמען זייער וואלוטע, און דערנאך עס אויפטוישן ביי די פראפעסיאנאלן פאר די רעיטס וואס איר וועלט אויס און נישט זיי.

נייעס סערוויס!

פאר "עמעזאן סעלער\ווענדערס" צו די UK?

א געווענליכע עמעזאן סעלער\ווענדער פון די יו. עס. וואס פארקויפט צו די יו. קעי.\ אי. יו. \ אדער קאנאדע, טוט "עמעזאן" אויפטוישן די וואלוטע אויף א 4% רעיט!!

אין אנדערע ווערטער, אויב א איד מאכט צוויי-דריי הונדערט טויזנט דאלאר אין סעילס צו אויסלאנד דערלייגט ער א שיינע פאר טויזנט דאלאר בלויז פאר דאס אויפטוישן די וואלוטע.

דא קומען מיר מיט פרייליכע נייעס צו די עמעזאן סופלייערס!

מיר נעמען שוין אן אצינד צו איבערטוישן אייערע געלטער פון די יו. קעי. מיר ארבעטן אצינד אינאיינעם מיט עמעזאן און מיר קענען אייך צושטעלן פיל ביליגערע רעיטס, וואס וועט אייך פארשפארן גרויסע געלטער.

מיר שטייען אייך גרייט צו באדינען מיט – אויפטוישן קארענסי | ווייערן געלט | קאנווערטן עמעזאן געלטער צו יו. עס. דאלאר.

פילט פריי מיר צו רופן:
אברהם ווערטהיימער
1-718-852-GELT (4358) #00

איר קענט אנפרעגן אלע אייער פראגעס פונעם "וועקסלער", אין א באזונדערן אשכול, וואס מיר עפענען. קליקט דא

צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט