ארבעטן אדער כולל

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג דעצמבער 09, 2018 10:53 am

קרייסלער האט געשריבן:כהאב געהערט אמאל בשם פון אן ערליכע קליגע איד נבג״מ זאגענדיג פאר זיין שנה ראשונה אייניקל: קוק אהער איך אלץ אן ארבעטער לערן איך יעדן פארטאגס צוויי שעה, איך דאווען (טערסאנט נישט אריינגערעכענט הכנות...) און זייגער ניין בין איך שוין ביי דער ארבעט
איך דארף ארבעט פראם ניין טו פייו אפגעזעהן צו די רבי האט נעכטען חתונה געמאכט אדער סאיז שושן פורים
אין די זוממער טעג דאווענט מען נישט מנחה אינמיטן די ארבעט
לאנטש איז לערך א האלבע שעה
ווען איך קום אהיים עס איך נאכאמאל, העלף ארויס אין שטוב און איך גיי צום שיעור
יעצט מיין טייער אייניקל תורתו אומנתו מיינט אז אין די שעות וואס איך ארבעט לערנסטו אבער נישט קיין טראפ ווייניגער
דארפסט פונקט אזוי לערנען פארן דאווענען, זיין ניין אזייגער ביי די גמרא, נישטא קיין תירוצים פון יומא דפגרא׳ס
לאנטש איז נישט מער ווי א האלבע שעה
ביינאכט דארפסטו האבן א שיעור פונקט ווי מיר
אין אנדערע ווערטער די זעלבע סקעזשועל ווי א ווארקינג בוי, דעמאלטס קענסטו גיין אין כולל

זאל מיר איינער אנצייגן א כולל וואס קומט אפילו נאנט צו אזא סקעזושל


ווען א כולל צאלט כאטש האלב וואס סיי וועלכע דזשאב צאלט, איז עס בכלל א קאמפעריסן. דערווייל איז עס סתם אראגאנץ און פון-אויבן-אראפ אנגעקוקט די כולל אינגעלייט. עס זאל זיין זייער קלאר, איינער וואס האט א קינד און האלט נישט ביים לערנען, זיצט 'נישט' אין כולל. אויב זיצט ער נאך דארט פאר א וועידזש וואס איז ניטאמאל גענוג אויף צו דעקן נאר זיין גראסערי בילל, איז עס ווייל ער האלט ביים לערנען. העלמיר זעהן צו דער זיידע וואלט געווען ערליך פון 9 ביז 5 ווען מען צאלט אים ח"י פעמים גארנישט.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג דעצמבער 09, 2018 2:59 pm

צולייגער? מלערנט אין כולל פאר זשאב נישט געוואוסט? תורתו אומנתו איז נישט טייטש אין פעיראל

ווילסט א גוטע וועיזש קאמפעיר עמעזאן צו בי ענד עיטש, תורתו אומנתו איז לעבן חיי צער ודוחק, פיין די כולל וועט אונטערווארפן אפאר טאללער אבער זה הא
דעס איז די פראבלעם היינט אז די כולל ווערט א נייע נארם און זיי עקספעקטן נאך צו זיך קענען פארגלייכן מיט די יגיע כפך יונגעלייט

בבל
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 10:42 am

אויף קל מבשר הער איך עדווטייזט דינער פאר מרכז הכוללים דשוכן סקווער ווי עס לערנען קרוב צי טויזענט אינגעלייט. אין גאנץ סקווער וואוינען בערך 1.600 משפחות לערנען רוב שטעטל אין כולל?

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 11:05 am

בבל האט געשריבן:אויף קל מבשר הער איך עדווטייזט דינער פאר מרכז הכוללים דשוכן סקווער ווי עס לערנען קרוב צי טויזענט אינגעלייט. אין גאנץ סקווער וואוינען בערך 1.600 משפחות לערנען רוב שטעטל אין כולל?

איך ווייס נישט וויפל עס לערנען דארט, אבער 600 קען שוין מיינען קרוב צו 1000
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 8:11 pm

איינער האט אפשר די נאמבער פון די אפיס פון די סאטמאר'ע כולל (מהרי"י) אין וויליאמסבורג?

בבל
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך אפריל 17, 2019 6:54 pm

די קימעדיגע שירות איז א חאראקטער בלויז פין א מיעוט קטן . רוב כולל אינגעלייט זענען פין די שענסטע און די בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט אין לערנען יומם ולילה מתוך הדחק
Fwd: קדש
ווען
דער יונגערמאן קומט אן אין כולל, טוט ער זיך אן די שווארצע כאלאטל, און מאכט זיך
שנעל א קאווע כדי צו קענען גיין הכנות.






ורחץ

נאכן זיצן א שעה הכנות וואשט מען זיך די הענט און מ'מאכט נישט די ברכה על נטילת
ידים

כרפס

מ'מאכט זיך א פרישע קאווע, און מ'נעמט א שטיקל צוקער, מ'טינקט עס איין אין די
קאווע, מ'מאכט די ברכה שהכל נהי' בדברו, און מ'טרינקט עס אויס לאנגזאם און שטאט,
כדי צו פטר'ן די לערנען.

יחץ

מ'צוטיילט די טאג אויף העלפט, א האלבע טאג לערנט מען נישט און א האלבע טאג ארבעט
מען נישט.

מגיד

מ'שמועסט און מ'הערט נייעס, ביז לאנטש.

רחצה

מ'וואשט זיך די הענט און מ'זאגט יא די ברכה על נטילת ידים.

מוציא

מ'נעמט א פיינע פרישע המוציא ראל, און מ'מאכט המוציא.

מצה

דערנאך נעמט מען די ראל מ'צושנייד עס אויף העלפט, און מ'לייגט עס אין טויסטער,
ס'זאל זיין פיין קריספי אזוי ווי מצה.

מרור

מ'נעמט א שטיקל קנאבל און מ'רייבט עס אן אויף די טויסט.

כורך

מ'לייגט אריין טונא, און לעדערס, און מ'מאכט א סענדוויטש.

צפון

מ'נעמט אפיר די באהאלטענע סעלפאן, און מ'קאלט קול מבשר.

ברך

מ'גיסט אן די דריטע כוס קאווע און מ'בענטשט.

הלל

מ'גיסט אן די פערדע כוס קאווע, מ'שטופט דורך די נאכמיטאג, און מ'דאנקט דעם
אייבערשטן אז די טאג איז שוין באלד פאריבער.

נרצה

מ'טוט די אלע זאכן כדי צו געפעלן פארן ווייבל, וועלכע מיינט נעבעך אז איר תכשיט'ל
הארעוועט אין לערנען
לעצט פאראכטן דורך בבל אום מיטוואך אפריל 17, 2019 9:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך אפריל 17, 2019 8:19 pm

;l;p-
געהערט אמאל פון לאשאנצע רב ביי א חתונה.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט