ארבעטן אדער כולל

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

עליכם שלום
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 29, 2014 2:48 pm

ארבעטן אדער כולל

תגובהדורך עליכם שלום » זונטאג מאי 01, 2016 4:45 pm

האט איינער אפשר געהערט דעם קליפ וואס איז ארומגעפארן פון א שיעור פון הרב א.נ. רובין איבער דעם אז מען דארף ענדערש גיין ארבעטן ווי צו זיין א יושב בטל אין כולל (אויב מען האלט נישט ביים לערנען) - וואס האלט דער עולם איבער דעם?

יאקאבזאהן
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2016 8:30 am

ארבעטן אדער כולל

תגובהדורך יאקאבזאהן » זונטאג מאי 01, 2016 5:00 pm

מען דארף נישט אנקומען צום קליפ פון הרב רובין ס'שטייט שוין און חז"ל בטילה מביאה לידי ..... עס איז נישט קיין שום ספק אז אויב האלט מען נישט ביים לערנען זאל מען גיין ארבעטן הצלחה רבה

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4814
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מאי 01, 2016 5:02 pm

יאקאבזאהן האט געשריבן:מען דארף נישט אנקומען צום קליפ פון הרב רובין ס'שטייט שוין און חז"ל בטילה מביאה לידי ..... עס איז נישט קיין שום ספק אז אויב האלט מען נישט ביים לערנען זאל מען גיין ארבעטן הצלחה רבה
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » זונטאג מאי 01, 2016 5:09 pm

מ'דארף מאכן קאפיעס און עס פארשפרייטן אין עזרת נשים
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4814
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מאי 01, 2016 5:34 pm

סמארט גאי האט געשריבן:מ'דארף מאכן קאפיעס און עס פארשפרייטן אין עזרת נשים

פארן ווייבל קען געדויערן צייט אז איהר חלום איז שווער אויסצופירן פאר איהר באשערטע. אבער דער רבי זצ"ל האט קלאר געהאלטן אז אויב מ'האט נישט געדולד צו לערנען זאל מען ענדערש גיין ארבעטן און האבן א שיעור צופרי און באנאכט. נאך א מורא'דיגע זאך וואס איך האב אמאל געטראכט, אז נאך די חתונה זעהט מען ווי דער "אתרוג" יאגט זיך צו ארבעטן. וואס ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל. כ'מיין, קענסט זיצן און לערנען, די בעסטע זאך אויף די וועלט, פארוואס לויפט ער אזוי ארבעטן? ארבעטן איז דאך סך שווערער? און די וואונדער איז נאך מער, ער קען אפילו באשטיין צו ארבעטן פלעינע ארבעט, אבי ער קען שוין "ארבעטן". האב איך געטראכט, אז, אויב וואלטן די יונגעלייט, זיך פארעלטערט אין כולל, וואלט זיך איהם מער נישט "געגלוסט" צו גיין ארבעטן. ארבעטן איז באמת זייער נישט קיין בא'טעמ'טע זאך פאר איינער וואס איז שוין אביסל עלטער און האט שוין מער דעת. האט דער אייבערשטער פארן קיום העולם אזוי געמאכט, אז מ'זאל עס זייער שטארק וועלן. און איינמאל מ'געוואוינט זיך צו, איז עס שוין גרינג.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1803
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג מאי 01, 2016 6:30 pm

קען מיר איינער שיקן אין אישי די קליפ?
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1937
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג מאי 01, 2016 7:03 pm

וווער איז די רובין ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג מאי 01, 2016 7:08 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:קען מיר איינער שיקן אין אישי די קליפ?

פארוואס אין אישי?

ענדערש דא אבער אויב נאר אין אישי ביטע מיר אויך...

מצוה יונגעל
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 11, 2016 5:18 pm

תגובהדורך מצוה יונגעל » זונטאג מאי 01, 2016 7:09 pm

וואס האב איך פארפאסט דא? ביטע שיקן די קליפ אין אישי

Greeneryid
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2014 6:23 pm

תגובהדורך Greeneryid » זונטאג מאי 01, 2016 7:43 pm

נשמה האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:מ'דארף מאכן קאפיעס און עס פארשפרייטן אין עזרת נשים

פארן ווייבל קען געדויערן צייט אז איהר חלום איז שווער אויסצופירן פאר איהר באשערטע. אבער דער רבי זצ"ל האט קלאר געהאלטן אז אויב מ'האט נישט געדולד צו לערנען זאל מען ענדערש גיין ארבעטן און האבן א שיעור צופרי און באנאכט. נאך א מורא'דיגע זאך וואס איך האב אמאל געטראכט, אז נאך די חתונה זעהט מען ווי דער "אתרוג" יאגט זיך צו ארבעטן. וואס ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל. כ'מיין, קענסט זיצן און לערנען, די בעסטע זאך אויף די וועלט, פארוואס לויפט ער אזוי ארבעטן? ארבעטן איז דאך סך שווערער? און די וואונדער איז נאך מער, ער קען אפילו באשטיין צו ארבעטן פלעינע ארבעט, אבי ער קען שוין "ארבעטן". האב איך געטראכט, אז, אויב וואלטן די יונגעלייט, זיך פארעלטערט אין כולל, וואלט זיך איהם מער נישט "געגלוסט" צו גיין ארבעטן. ארבעטן איז באמת זייער נישט קיין בא'טעמ'טע זאך פאר איינער וואס איז שוין אביסל עלטער און האט שוין מער דעת. האט דער אייבערשטער פארן קיום העולם אזוי געמאכט, אז מ'זאל עס זייער שטארק וועלן. און איינמאל מ'געוואוינט זיך צו, איז עס שוין גרינג.


עס זעהט מיר אויס אז דו ווילסט זיך גוט פילן רעדסטו דיך איין אז דו וועסט שרייבן אז ארבעטן איז נישט באטעמט וועסטו אליין מיינען אז דו האסט ליעב צו לערנען. די מציאות איז אז לערנען תורה איז שווער פאר רוב מענטשן ווייל עס איז דא א יצר הרע און ער מאכט אז עס זאל נישט זיין באטעמט. ארבעטן, ווענדט זיך פאר יעדן מענטש וועלכע ארבעט. איינער האט זייער ליעב זיין ארבעט, עספעשעלי אויב ער מאכט געלט און נאכמער אויב ער מאכט אסאך געלט און איינער האט נישט ליעב זיין ארבעט מחמת סיבות שונות. די סיבה פארוואס א אינגערמאנטשיק צו וועלן גיין ארבעטן איז פשוט ווייל ער פארדינט גארנישט און יעצט גייט ער שוין ענדליך פארדינען זיין אייגן געלט. אייגן פארדינטע געלט ווען מען האט כמעט נישט קיין עקספענסעס האט זייער א זיסן טעם.

עליכם שלום
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 29, 2014 2:48 pm

תגובהדורך עליכם שלום » זונטאג מאי 01, 2016 10:45 pm

maybeeynot האט געשריבן:וווער איז די רובין ?

ר' אלעזר ניסן רובין - א באקאנטער מגי''ש און בעל דרשן אין ב''פ

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » זונטאג מאי 01, 2016 10:55 pm

נאך א פשוטע סיבה פארוואס א אינגערמאן זאל גיין ארבעטן


ווייל אזוי האט ער פון ווי צו צאלן, רענט, יוטיליטיס, און א נייע פאר שיך פאר בני בית


ער דארף נישט אנקומען צו אלע הנחות און מציאות פלעיסעס, וואס געבן אוועק האלב גענוצטע זאכן אדער שוואכע סוחרה פאר חצי בחינם.....

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1803
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג מאי 02, 2016 12:15 am

בערקא האט געשריבן:נאך א פשוטע סיבה פארוואס א אינגערמאן זאל גיין ארבעטן


ווייל אזוי האט ער פון ווי צו צאלן, רענט, יוטיליטיס, און א נייע פאר שיך פאר בני בית


ער דארף נישט אנקומען צו אלע הנחות און מציאות פלעיסעס, וואס געבן אוועק האלב גענוצטע זאכן אדער שוואכע סוחרה פאר חצי בחינם.....


;l;p-
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » מאנטאג מאי 02, 2016 2:41 am

פונקט דעם חול-המועד האב איך געהערט איינעם דרש'ענען איבער דער נושא...

איך בין אינטערעסירט צו הערן דעם טעיפ פון הרב רובין, אפשר קען עס איינער דא ארויפשטעלן...

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1937
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג מאי 02, 2016 9:09 am

חסדי אבות האט געשריבן:פונקט דעם חול-המועד האב איך געהערט איינעם דרש'ענען איבער דער נושא...

איך בין אינטערעסירט צו הערן דעם טעיפ פון הרב רובין, אפשר קען עס איינער דא ארויפשטעלן...

אפשר איז עס היינו הך
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » מאנטאג מאי 02, 2016 11:29 am

למאאנסע, איינער האט די קליפ/דרשה?

איך וואלט עפרישיעיטעד אויב זאל זיך ווער אנרופן


(אויב נישט אין פובליק זאל זיין אינישי)

עליכם שלום
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 29, 2014 2:48 pm

תגובהדורך עליכם שלום » מאנטאג מאי 02, 2016 11:43 am

איך האב דער שיעור פון הרב רובין אבער MP3 FILES קען מען נישט ארויפלייגן דא - איך בין נישט באקאנט מיט די זאכן - ווער איז א מורה דרך דא
לעצט פאראכטן דורך עליכם שלום אום מאנטאג מאי 02, 2016 11:45 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

לדעתי
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מאנטאג מאי 02, 2016 11:44 am

צו יעדער דארף גיין ארבעטן, ווייסעך נישט. אבער וואס איז זיכער, אז איינער וואס פארברענגט מיט אונז אויף איי וועלט זאל שוין ארויסגיין ארבעטן.

עליכם שלום
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 29, 2014 2:48 pm

תגובהדורך עליכם שלום » מאנטאג מאי 02, 2016 11:46 am

נא לדעתי ביזטו כאטשיג ביי די ארבעט?

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מאנטאג מאי 02, 2016 11:46 am

לדעתי האט געשריבן:צו יעדער דארף גיין ארבעטן, ווייסעך נישט. אבער וואס איז זיכער, אז איינער וואס פארברענגט מיט אונז אויף איי וועלט זאל שוין ארויסגיין ארבעטן.

ווען מיין באלעבאס ווייסט איך בין אויף איי וועלט אינמיטן ארבעט שיקט ער מיר אין כולל.... (אפשר איז ער אויך דא)....
Definition of perfect: as good as it is possible to be

עליכם שלום
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 29, 2014 2:48 pm

תגובהדורך עליכם שלום » מאנטאג מאי 02, 2016 11:56 am

דער וואס וויל קען שיקן אן אימעיל צו RAVRUBIN@GMAIL.COM און באקומען יעדן טאג די 5 מינוט שיעור פון הרב רובין (דאס איז דער קלויזנבורגער אקאונט וואס דארט זאגט ער די שיעורים און פון דארט ווערן זיי ארויסגעשיקט)

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג מאי 02, 2016 1:43 pm

עליכם שלום האט געשריבן:איך האב דער שיעור פון הרב רובין אבער MP3 FILES קען מען נישט ארויפלייגן דא - איך בין נישט באקאנט מיט די זאכן - ווער איז א מורה דרך דא

לייג עס אויף דראפבאקס

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מאנטאג מאי 02, 2016 1:44 pm

נאך וואס איינער האט שוין באשלאסן נישט צו גיין אין כולל, האבנדיג עס דורכגעשמועסט מיט אן עלטערן חשוב'ן קלוגן יוד, געשעט פיל מאל אז די פרוי קען עס נישט אויפנעמען, און ווי דערמאנט אין די פריעריגע תגובות, האט זי געהאט געוויסע חלומות פון א בן תורה וכו', זי האט מורא אז זייער גאנצע שטוב וועט פאלן עטליכע מדריגות, איז דא עטליכע עצות אז אין עזרת נשים זאל עס ווערן אנגענומען.
1) זיך מאכן קביעות'דיגע שיעורים סיי צופרי און סיי אין אווענט.
2) האבן א שטיקל שיעור פון לערנען אינדערהיים, אפילו נאר 10-15 מינוט, הויעך אויפן קול מיט א ניגון, דאס געבט א געפיל אז די שטוב איז תורה'דיג (דאס איז סיי ווי ראטזאם, אפילו פאר כולל יונגעלייט, אויך פאר די וואס האבן שוין עלטערע קינדער, וואס דער לערנען גייט אריין אין די ביינער, סיי פון די יונגלעך אז זיי זאלן גלוסטן צו לערנען, סיי פון די מיידלעך זיי זאלן שעצן תורה, אז אויב וועלן זיי האבן א מאן וואס לערנט וועלן זיי אים צושטיין צו די האנט).
3) צייגן אויפן גאנצן התנהגות אז מען איז נישט געפאלן, דאס דאווענען זאל נעמען די זעלבע צייט, עסן מיט הוט און רעקל, מאכן ברכות ערליך, אין כלליות זאל די בני בית זעהן אז דער מאן איז געבליבן ערליך, און האט נאך די זעלבע שייכות מיט אידישקייט.
4) נישט ברעכן קיין גדרים, ווי למשל, אויב האט מען ביז דעמאלט נישט געקוקט קיין קליפס צוליב וואס ווידיאו איז גע'אסר'ט דורך פריעריגע רבנים (יא! עס איז אסור, אפילו היינט הייסט עס שוין 'קליפ'), זאל מען עס נישט ברעכן, אויב איז מען נכשל געווארן, מוז מען עס נישט דערציילן.
נאך ביישפילן, די ציצית אינדרויסן, האנט זייגער, וכו' וכו'
5) נוצן אסאך שכל, צו זיך האלטן די זעלבע פרום און נישט פאלן קיין שום מדריגה, און ווייזן מיט די התנהגות, אז דער לעבן פון די בחור'ישע יארן און/אדער די כולל יארן האבן גוט אויסגעבויעט, און דער טיטל 'בן תורה' גייט נאך ווייטער אן, טראץ דאס נישט זיך דרייען צווישן די כולל ווענט דורכן טאג.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מאנטאג מאי 02, 2016 1:49 pm

Definition of perfect: as good as it is possible to be

שיך בענדל
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 03, 2016 2:30 am

תגובהדורך שיך בענדל » מאנטאג מאי 02, 2016 1:56 pm

דער עיקר פראבלעם הייבט זיך אן און סקול. קטן איינער מסביר זיין פארוואס מען פרעגעלט אריין און די קליינע אומרייפע מוחות פון די מיידלעך. אז מען דארף האבן א מאן א "בן תורה"?? כ'מיין פארוואס ארויף זאל יעדע עוורידזש מיידל וואס נאר אויפדעם ארויף ווייל זי איז נישט געבארן קיין מאנספערזאן און ווייל דעם ארויף דארף זי נישט לערנען האבן די נערוו צי פארלאנגען א מאן וואס זאל לערנען א גאנץ לעבן??


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ברוינע באנאנע און 4 געסט