ACN - עי סי ען

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:50 am

לאמיר זיך נישט פאפן

ס'איז אייביג דא איינער וואס מאכט יא אפאר דאלער פון דעם געשעפט

איך האב אליינס געזעהן די אנליין אקאונט פון אפאר חברה וואס מאכן גרויס געלט

די פראבלעם איז אז מ'האט א גרעסערע שאנס צו ווערן אן עושר דורך געווינען די היימישע גורלות ווי דורך זיך ארויפארבעטן אין עיסיען

זיי אליינס זאגן ערגעץ אז די סוקסעס רעיט איז אונטער איין פראצענט אבער די שלעכטע אינפארמאציע איבער זיי טרעפט מען נישט אזוי שנעל מיט א גוגל סוירטש חוץ אויב מ'זוכט דוקא פאר שלעכטס
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

גוט שבת
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 7:38 pm

תגובהדורך גוט שבת » מאנטאג יולי 22, 2019 12:37 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:איינער האט מיר פראבירט אריינצודרייען יעצט אין דעם ענין, הודו לה' ס'דא אידן וואס קומען מיטיילן זייער עקספיריענס דא אויף אייוועלט, איך באדאנק יעדעם באזונדער פארן שרייבן די וויכטיגע אינפארמאציע.

געווען אפאר וואכן צוריק ביי אזא מיטינג שיעור געפאלן א קרבן

פתח פיך
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 30, 2017 6:59 pm

תגובהדורך פתח פיך » מאנטאג יולי 22, 2019 2:05 pm

איך בין גראדע געווען איינער וואס האט "יא" שטארק מצליח געווען ביי ACN און געמאכט געלט דארט אפאר יאר, אבער נישט אויף צו ווערן רייך אדער אפ' דעקן א האלבע רענט. און מיינע תלמידים וואס איך האב ארייגעברענגט האבן גאר דערלייגט די $500 וואס זיי האבן אריינגעלייגט. איך וואלט עס נישט ראקאמענדיט פאר כמעט קיינעם.

יונגרייז
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 23, 2019 12:31 pm

תגובהדורך יונגרייז » מאנטאג יולי 22, 2019 2:56 pm

זייער שיין, געמאכט געלט אויף יענעמס דורכפאל
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן טשערנאבלער)

שטומפיג
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 12:04 pm

יעצט גערעדט מיט א יונגערמאנטשיק א חבר פון מאנסי וואס האט מיך געקאלט בעטן אפאר חדשים צוריק איך זאל אריינלייגן מיין ביל ביי אים.
איך האב אים דעמאלטס געזאגט אז איך האב שוין דורכגעטוהן די נושא (ב"ה נישט פון אייגענע עקספעריענס) און אים איידעלערהייט געראטן אוועקצושטיין. איך האב אים געקענט באשטיין א טובה צו טוהן און געבן מיינע בילס דעמאלטס, אבער ער האט מיך ניטאמאל געקענט געבן קיין גוטע Locked rate.
למעשה האב איך יעצט גערעדט צו אים און ער איז ביטער אנטוישט.
לא די ער האט אינוועסטירט די פאר הונדערט דאללער צו עפענען זיין אקאונט, האט ער נאך - אלס וואוילע כולל יונגערמאן - געדארפט צאלן געלט פאר א קיאסק, און אמאל אפילו א קאר אהין, ווען ער האט געדארפט צוקומען צו אימעיל און אינטערנעט.
בנוסף לזה קומט צו די בושות פון די ווייב (אין שנה ראשונה) און אנדערע משפחה מיטגלידער אז ער האט גענומען אזא אומאויסגערעכנטע שריט.

ראש המערכה
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm

תגובהדורך ראש המערכה » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:51 pm

איך האב געטוהן אין דעם א קורצע צייט, קורץ מיין איך אזש כ'אב איינגעלייגט די 500 אין געפריבט שאפן געניג בילס צירוק צי מאכען די געלט מיט די ערשטע באנאס.
כבין אבער גאנץ שנעל געוואר געווארן אזש ערשטענס, ס'שאפט זיך נישט קיין בילס אזוי שנעל, מענשן גייען נישט סטאם אזוי טוישן זאכן וואס גייט זיי גוט, און דיע וואס כ'אב יא זענען נאנטע חבירים אין משפחה. יעצט גיי בעט טובות פון יעדע חבר ווא די האסט און נעם אחריות אז די 'קזאאם' געז און לעקטער פירמע וועט זיי נישט מאכן דיינע שונים, ווען די מערסטע מקען מאכן דערויף איז %5 פון נאר די עצם געז און די עצם לעקטער נישט פון די גאנצע טאטל. הייסט פון א $200 ביל איז רעכענט מען נאר אפשר $50 און פון דעם באקימסטע 5% נאר נאכן האבן אריינגעברענגט 60 בילס.
מאכט אליין דעם חשבון וויפוהל צענט מ'באקימט...
ב"ה כ'אב צירוק געבעטן מיין געלט און אגעפיצט באצייטענס.
כ'זאג נישט ס'אז א סקעם כ'זאג נאר אז קיינער שארט נישט גאלד אהן ארבייטן.

דיע וואס האבן געמאכט אפאר טאלער איז פון באנאסעס מ'באקימט פארן אריינשלעפן גענוג מענשן אינטער זיך...
און וואס זאגסטע פאר דיין חבר ווען די שלעפסט עהם זיך אויפסיינען? "ווילסט זיצן מיט צאמגעלייגטע הענט אין מאכן געלט?! דאן טוה מיר נאך! טוה צו דיין חבר וואס איך טוה יעצט צו דיר!" ס'איז א ביטערע געלעכטער, דעיס איז די שפראך!
.מ'קען זעהן מענשן וואס זייער ברידערס און שוואגערס שלעפן זיי אראן וויסענדיג אזש די איינצעגסטע וועג זיי גייען קענען מאכן געלט איז פינעם אריינשלעפן אנדערע מענטשן, אין דאך רעדן זיי מיט אזא פאלטשע געשמאק ווי ראך מ'קען ווערן...
אקוצור מאכן געלט איז דא אסאך פעלדער מקען זיך אריינלאזן דא דארף מען אויך ארבעטן צי זעהן עפעס געלט....

וויל אלעס וויסן
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 9:15 pm

תגובהדורך וויל אלעס וויסן » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 10:55 pm

קען איינער מסביר זיין ווי אזוי קענען אזוי פיל מענטשן מאכן אזוי פיל געלט (?!) אויף די נישטיגע פאר דאלער פון די בילס, עס בלייבט דאך גארנישט איבער פאר די קאפאני אליינס?!
שלך לחמך האט געשריבן:די איינציגסטע קשיא וואס באדערט מיר איז פארוואס דארף מען צאלען 500 אדער 400 צי קענען ווערן א סעילס מאן פאר א קאמפעני?


איך קלער אז דאס איז אפשר די תירוץ דהיינו עס איז א פלעינע סטאק מארקעט וואס מ'מאכט מיט די געלט וואס ביז דערווייל ברענגט עס געלט אבער........

ראש המערכה
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm

תגובהדורך ראש המערכה » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:25 pm

ר' שלך פארענפערט אביסל ר' ווילי'ן, טאקע דיע 500 וואס זיי בעיטן פון יעדעם, ס'ענדיגט זיך ניש באדעם,
יעדעס יאר צאלט מען איין נאך א מאה'לע און למעשה ברענגסטו זיי דאך נייע קאסטעמערס.
אויך יעדע קאמפעני רעכנט מארקעטינג אינעם באדזשעט, אין דעיס איז זייער מארקעטונג מיטל.

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:03 am

זאל זיין דא
איינער האט גענוצט מיין גליונות אימעיל פאר אויף סיינען אנדערע מענטשען אויף לעקטעריק ביל
אויב איר ווייסט ווער ס'איז ביטע לאז וויסן ער זאל זיך אפשאקלען פון מיין אקאונט שקויעך
Untitled.jpg
Untitled.jpg (171.16 KiB) געזעהן 248 מאל

ראש המערכה
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm

תגובהדורך ראש המערכה » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:42 pm

רופט ר' שאול בראך פון 7 טעילער, ער עט וויסן ווער ס'האט עם אופגעסיינט
איר דאפט נישט מאכן קיין גרויסע אינוועסטעגעשן

ראש המערכה
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm

תגובהדורך ראש המערכה » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:45 pm

להוי ידיע מ'קען נאר לייגן איין מענטש אויף יעדע אימעיל אדרעס
איר קענט זיין ראיג אז ס'נישט געוואארן א דיפאלט עדרעס צו ניצן...

אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך ברוך מ'לאנדאן » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 2:56 am

הענדימען האט געשריבן:אפשר נעקסטע וואך

ס'נעמט מיר א שיינע פאר שעה אזא מעשה

יישר־כוח פארן אזוי שיין מסבר זיין וויאזוי MLM ארבייט..
מיר ווארטן מיט שפאנונג איר זאלט צו -ענדיגען..
אז די פראבלעם איז, אז איר האט נישט קיין צייט צו טייפן, אפשר זאלט איר אריינלאזן אייערע געדאנקען אין א וואויס נוט און מ'וועט אייך עס אויפטייפן...
אניוועיס א גרויסן דאנק


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט