בלאט 1 פון 2

Auto Cad & Medical Billing

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 10:43 am
דורך לחיים ולברכה
וואו קומט די קאץ איבער'ן וואסער? כ'ווייסויכניש.
איינער האט מיר געבעטן כ'זאלעם געבן אינפארמעישאן איבער די צוויי זאכן, אויב ס'איז דא א פארלאנג דערויף, וויפיהל געלט מ'מאכט, וואסערע פון די צוויי איז דא א גרעסערע פארלאנג, און וואו מאכט מען מער געלט, וויסאך געלט מ'מאכט.

אויב איינער קען ארויסהעלפן דא, יהא זכרו ברוך.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2007 3:05 pm
דורך אלטעבחורל
וואס אין AUTOCAD ארקיטעקטשער? אבער(??)

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2007 3:24 pm
דורך פאטאקי08
פון מעדיקל בילינג שארט מען מיליונען
וואס אויטע קעד איז ווייס איך נישט

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2007 4:26 pm
דורך לחיים ולברכה
אויטא קעד איז א פראגרעם צו מאלן אויפ'ן קאמפיוטער מיט א פונקטליכע מאס אין א ריכטיגע סקעיל.
דעוועלאפערס נוצן דאס צו מאכן פלענס, פורניטשער דיזיינערס מאלן דערמיט זייער פאנטאזיעס וכו' וכו'.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2007 4:43 pm
דורך פאטאקי08
אויב אזוי איז מעדיקל בילינג בעסער

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2007 5:24 pm
דורך אלטעבחורל
פאטאקי זיסער באמת קען מען זיך דינגען
מיר האט חבר מיינער געזאגט אז אויף אויטאקעד איז מען גרייט צו געבן אן אלף'ל און טויזענט ד.מ. הונדערט טויזענט פער יאר, שטייצעך דאסי אויב קען מען דאס גוט
און דאס נוצן ארכיטעקטן און אינדזשענירן...דערפאר דארף מען דאס א ביצקעלע קענען אלקעפנים אמת אז מען קען פון ביידע מאכן רווחים אויף צו שפייזן די משפחה..
אבער פארט מען דארף אריינקלערן

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 03, 2007 1:49 pm
דורך פאטאקי08
אלתר
פון מעדיקל בילינג קען מען אן זיך לערנען מאכען א דריי פיר מאל אזויפיל
מען דארף סך הכל ארום גיין צו דאקטוירם און זיי בעטן זייערע בילינג רעקארדס און אינוועסטען א פופציגער פאר א קאמפיוטער פראגרעם און הייערען א פיר פינף מיידלעך צו ארבעטען און סקענען די בילס און מען שארט מיליונען

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 03, 2007 2:14 pm
דורך יאנאש
הלואי.

עס איז א גוטע ביזנעס, אבער מען שארט היבש ווייניגער ווי מעלונעס.

און איבער אטוקעד, איך האב א ידיד וואס נוצט עס פאר עי ליווינג און ער מאכט שיין פרנסה (דו וואלסט געזאגט אין זיין פאל אז 'ער שארט מיליאנען') די פוינט איז וואס עס איז גוט פאר איינעם מוז נאכנישט זיין גוט פאר א צווייטן.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 03, 2007 2:21 pm
דורך פאטאקי08
יאנאש האט געשריבן: די פוינט איז וואס עס איז גוט פאר איינעם מוז נאכנישט זיין גוט פאר א צווייטן.


מיט דעם בין איך מיט דיר יאנאש

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 03, 2007 2:23 pm
דורך אלטעבחורל
פאטאקי טייערער

דעי "מען דארף סך הכל" ארום גיין צו דאקטוירים נעמען זייער בילינג דאס האט געהארגעט די גאנצע זאך..מיינט צו זאגן אז די דימענד איז נישט אזוי גרויס..

משא"כ אויטאקעד קען מען נוצן אויעף אסאך מינע אופנים, קוקט מיר אויס אז דאס איז בעסער...

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 03, 2007 4:22 pm
דורך לחיים ולברכה
אויף וואס איז דא א גרעסערע דימענד?
איבער מעדיקל בילינג, וויאזוי קומט מען צו די דאקטורים? כ'מיין אז יעדער דאקטאר האט שוין זיין קאמפאני וואס טוט די בילינג, פארוואס זאל ער טוישן צו מיר?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 03, 2007 5:32 pm
דורך אלטעבחורל
הונדערט פראצענט! דאס וואס איך האב מסביר געווען!

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 2:58 pm
דורך לחיים ולברכה
אפשר איז מיר טאקע איינער מסביר וויזוי מעדיקעל בילינג ארבייט? וויזוי קומט מען אן צו די דאקטורים?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 3:52 pm
דורך דארפסמאן
מעדיקל בילינג איז זייער שווער צי קאנווינצען א דאקטער זאל איבער לאזען זיין קאמפעני וואס ער ניצט שוין יארן אין ארבער גיין צי דיר איך האב שוין אסאך געטיען און דעם עס איז היבש שווער

דער עיקר די זאלסט האבען הצלחה

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 05, 2011 9:16 pm
דורך הרב אבא באבד
כ'וואלט געוואלט האבן אינפארמאציע איבער די סייט http://www.medicalbillingcourse.com/
אויב ס'איז א גוטער און א טראסטבארער סייט זיך צו לערנען ביללינג, און בעיקר אויב ס'איז תכלית'דיג. ס'הייסט, צו זיי לערנען מיט א גוטן פראקטישער מהלך, אדער שיקן סתם די אינפא אבי יוצא צו זיין....
ווי אויך אויב ווייסט איינער פון א אנדערער קראנטע גוטע סייט, אדער גאר א בעסערער מהלך זיך צו לערנען קאודינג/ביללינג וכל המסתעף איבער אלע ידיעות אין די נושא, ביטע ענטפערן.



יישר כחכם למפרע.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 12:09 pm
דורך ווינקל
איך האב א שטיק צייט אנגעהויבן זיך אריינצולייגן אין מעדיקל בילינג (איך רעד דא א מעשה פון 10-12 יאר צוריק), ס'איז גאנרנישט אזוי גרינג צו באקומען די ביזנעס פון דאקטורים. (כ'האב עס למעשה אפגעלאזט).

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 2:40 pm
דורך שנה ראשונה
הרב אבא באבד סאיז קלאר אז די בעסטע וועג וויאזוי זיך צו אויסלערנען איז דוירעך גיין ארבעטען און א אויפגסעטע ביזנעס וואס טיט עס שוין
אבער אויב מעג מען דאס טאן ווייסעך ניש

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 5:54 pm
דורך הרב אבא באבד
שנה ראשונה האט געשריבן:אבער אויב מעג מען דאס טאן ווייסעך ניש


ס'וואלט דיר נישט געשמעקט אז מ'טוט דאס מיט דיר.
און פאר מיר אויך נישט.....
אלזא, א בעסערע עצה ביטע.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 8:42 pm
דורך שנה ראשונה
ווי איך האב מיך נאכגעפרעגט איז די ביזנעס געווארען אסאך שוואכער ווייל עס ארויסגעקימען א פראגראם וואס הייסט אי קליניק
וואס אלע גרויסע פלעצער ניצען דאס און דאס טיט די גאנצע ארבעט
א חוץ וואס די שטאט האט אראפ גענידערט די פרייזען קימט אויס אז די פרעצענטען זענען אויך קלענער

און די קאמפאני ארבעט מיט די שטאט אז מען זאל דאס מיזען האבען

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 10:43 pm
דורך snax
איינער האט מער אינפא אויף קעד? OU גיט יעצט א שטיקל קארס

oujobs.org/events/2011/12/11/learn-cad-computer-aided-design

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 11:04 pm
דורך leiby
מה זה מער אינפא, אויפן פראגראם צו אויפן קלאס.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 11:25 pm
דורך snax
כלומר וואס איז דאס קעד? דארף מען זיך לערנען ארכיטעקט אויך? ניצט מען דאס פאר עפעס אנדערש אויך אז עס איז דא אזוי פיל דשאב אפענונגס? פון דארט זעהט אויס אז עס איז דא אסאך פאטענטיעל אבער איך האב גערעט צו אן ארכיטעקט אין ער מיר געזאגט אז דאס ניצט מען היינט שוין נישט נאר רעוויט.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 24, 2013 12:49 am
דורך פארשטייטציך
אלטעבחורל האט געשריבן:וואס אין AUTOCAD ארקיטעקטשער? אבער(??)

ווי לערנט מען זיך דעס? און פארוויפול געלט ?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 22, 2013 6:24 pm
דורך Gevald Geshrigen
אוטאקעד קען מען זיך לערנען ביי citytech אדער IDC institute of design and construction. שטיק צייט האט ujo געהאט autocad courses אפשר נאכאלץ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 07, 2013 12:40 pm
דורך פרוכט בוים
איז דא איינער דא אדער איינער ווייסט פון איינעם וואס האט זיך לעצטענס געלערענט AUTO CAD?