פעיראל

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

פעיראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים טובים ולשלום »

ווייסט איינער צו עס איז דא א מעגליכקייט אליינס צו מאכן פעיראל אן דארפן ניצן א קאמפעני דערפאר?

אויב יא ביטע געבן אנווייזונגען, דהיינו ווי אזוי אויס צורעכענען די שעות (קוויק בוקס האט א אפשיען פאר געלט, איך רעד צו האבן א וועג בחנם, פארשטייט זיך אויב מעגליך) ווי אויך ווי אזוי אויס צורעכענען די טעקס, אין ווי אזוי עס צו באצאלן פאר די איי אר עס.

אויב איז דא א פראגראם דערפאר אדער ווערט שוין ערגעץ וואו גערעדט פון דעם ביטע צוצייכענען, והשם הטוב ישלם

ביטע לאזט זיך הערן
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

קענען, קען מען אלעס, אז איר ווילט לערנען אקאונטינג און פראססעסן אליינס פעיראול, ענדערש ווי דאס ארויסגעבן פאר א קאמפאני פאר א פאר דאלער, ווי מ'זאגט קען מען. אבער היות די קאסט פאר א פראפעסיאנאלע פעיראול קאמפאני איז מינימאל, און מאכן אליינס קאסט אויך צייט און אויטאמאטיש עפעס געלט, אויסערדעם, אפי' איינמאל א קליינע טעות ווען מ'מאכט אליינס קען זיין זייער זייער קאסטבאר.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

אַבּערוואַס האט געשריבן:קענען, קען מען אלעס, אז איר ווילט לערנען אקאונטינג און פראססעסן אליינס פעיראול, ענדערש ווי דאס ארויסגעבן פאר א קאמפאני פאר א פאר דאלער, ווי מ'זאגט קען מען. אבער היות די קאסט פאר א פראפעסיאנאלע פעיראול קאמפאני איז מינימאל, און מאכן אליינס קאסט אויך צייט און אויטאמאטיש עפעס געלט, אויסערדעם, אפי' איינמאל א קליינע טעות ווען מ'מאכט אליינס קען זיין זייער זייער קאסטבאר.

RT

By us in the company we first did it with online tools and kept on making mistakes and kept on getting bills from the IRS. the minimum pay for a payroll company pays up all the way. I would recommend using a payroll company even if you take out only 1 payroll check
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6761
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

צו מאכן אליין

http://www.paycheckcity.com/calculator/salary/

קוויקבוקס קען מען נוצן בחנם, מען דארף עס אליין אויסרעכענען
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

שאינו יודע האט געשריבן:צו מאכן אליין

http://www.paycheckcity.com/calculator/salary/

קוויקבוקס קען מען נוצן בחנם, מען דארף עס אליין אויסרעכענען

Paycheckcity איז א קאלקיולעיטאר, בעיסיקלי א גוטע "טול", אבער צו נוצן טול'ס דארף מען אויך קענען דעם פאך, אין אונזער פאל דארף מען קענען די פעיראול טעקס רעגולעישענס והמסתעף, ווידעראום וואס מיינט איר צו זאגן אז מ'קען האבן קוויקבוקס בחינם, פשוט צו פרינט'ן טשעק'ס? ווייל קאלקיולעיטן זאגט איר דאך דארף מען אליינס.

אויסערדעם, פעיראול אינוואלווד אסאך מער ווי בלויז אויסרעכענען דעם טשעק, צאלן די וויטהאלדעד טעקס וועכנטליך/חודש'ליך/קווארטארלי (דאס ווענדט זיך וויפיל די סומע באטרעפט) / פיילן די רעפארטס צו די באטרעפענדע סטעיט און פעדעראלע אגענטורן ביים אנהויב און דערנאך קווארטארלי און סוף יאר, אין צייט. (און אויב איז אינוואלווד מער ווי איין סטעיט, איז דאס נאך עטליכע פארמ'ס), W2 פאר די ארבעטער סוף יאר, וכו'.

איך האב גראדע מחמת א זייטיגע סיבה יא געפראסעסט פעיראול א לענגערע תקופה אליינס, און כ'בין נאכאלץ ביי די מיינונג אז ס'איז נישט ווערט די ארבעט און לייעביליטי (אפי' מיט קוויקבוקס, ס'איז אויך נאר א "טול", טאקע א "עדווענסד" טול, אבער פארט נישט קיין ראבאט). אנלעסס אייער אקאונטענט גיבט אייך די פונקטליכע אמאונט'ס פאר די טשעק'ס און פיילט פאר אייך די רעפארט'ס וכדו', לוינט זיכער צו נוצן א פעיראל קאמפאני, פאר פיקסד סעלערי טשעק'ס איז גראדע דא גאנץ גוטע ביליגע קאמפאני'ס, אבער די נקודה איז, אז נישט אלעמאל איז קלוגער/ביליגער זיך צו שפילן אליינס.

____

אגב, סיי וויאזוי איר באשלוסט, פאר איר שרייבט דעם ערשטן טשעק, מאכט זיכער צו האבן ווארקער'ס קאמפענסעישען, און דיסעביליטי אינשורענס, די פענעלטי'ס אויב מ'האט דאס נישט, זענען אין די הויכע ציפער'ן.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

מיין אקאונטענט האט מיר געזאגט אז ווילאנג איך צאל נאר פעיראל פאר איינס אדער צוויי מענטשן, לוינט זיך נישט צו צאלן. ער האט מיר געזאגט די פרייזן פון די שטייערן, און אויסגערעכנט וויפיל עס קומט אויס, פארשטייט זיך אז עס איז יעדע וואך די זעלבע סוי ס'איז נישטא וואס מורא צו האבן.
אויב איז אביסל מער, אדער עס זענען דא טשענדעס, איז יא כדאי צו צאלן.
מען זאגט אז עס איז דא א קאמפעני וואס בעט נישט מער פון 100 דאללער א יאר, און ער טוט עס דירעקט דורך דיין קוויק בוקס, דאס דארף זיין זייער גוט. איך נאר נישט קיין אינפא. דערוועגן
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אַבּערוואַס האט געשריבן:איך האב גראדע מחמת א זייטיגע סיבה יא געפראסעסט פעיראול א לענגערע תקופה אליינס, און כ'בין נאכאלץ ביי די מיינונג אז ס'איז נישט ווערט די ארבעט און לייעביליטי (אפי'
מיט קוויקבוקס, ס'איז אויך נאר א "טול", טאקע א "עדווענסד" טול, אבער פארט נישט קיין ראבאט). אנלעסס אייער אקאונטענט גיבט אייך די פונקטליכע אמאונט'ס פאר די טשעק'ס און פיילט פאר אייך די רעפארט'ס וכדו', לוינט זיכער צו נוצן א פעיראל קאמפאני, פאר פיקסד סעלערי טשעק'ס איז גראדע דא גאנץ גוטע ביליגע קאמפאני'ס, אבער די נקודה איז, אז נישט אלעמאל איז קלוגער/ביליגער זיך צו שפילן אליינס.

____

אגב, סיי וויאזוי איר באשלוסט, פאר איר שרייבט דעם ערשטן טשעק, מאכט זיכער צו האבן ווארקער'ס קאמפענסעישען, און דיסעביליטי אינשורענס, די פענעלטי'ס אויב מ'האט דאס נישט, זענען אין די הויכע ציפער'ן.

איך מאך דעם פעיראלל פאר זוגתי'ס געשעפטעל אליינס
אבער איך בין א בוקקיפער פון פאך פאר אן אנדערען בין איך מיעץ ניין!
די רעפארטס זיכער נישט מען איז עלול צי מאכען טעיות און אויך פארשפעטיגען

נאך א פאר נקודות פאר איינעם וואס הייבט אן

מען דארף האבען אן unemployment insurance account ביי די סטעיט
מען דארף מעלדען פאר די סטעיט יעדע נייע ארבייטער
מען דארף האבן אויסגעשטעלטע FORM I9 FORM W4
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6761
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אין קוויקבוקס ענטערפרייס קען מען אריינלייגן די טעקס און עס קומט ארויס א געהעריגע סטאב, און עס גייט אריין אין א לייעביליטי אקאונט וכו'

איך האב עס אליין געמאכט א שיין שטיקל צייט פאר 30+ ארביייטער

אויב זוכסטו א קאמפאני, קען איך דיר העלפן מיט א רעקאמאנדעישאן פון א היימישע איד
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
קנקן מלא
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן מלא »

ווייסט איינער פון א גיטע פעי-ראלל סערוויס פאר א קארפ. מיט איין ארבייטער?
אדער ווער עס איז וויליג פאר א פרייז פארשטייט זיך צו העלפן אויפסעטן די ערשטע מאל די פעי-ראלל, ביטע זיך מעלדן.
ישר כח
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

ASM

845-443-4670
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

קנקן מלא
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

Workers Compensation

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן מלא »

חברה; ווייסט איינער צו א c corp מיט איין אנפירער (פרעזידענט למשל) און דער זעלבער איז דער איינציגער ארבייטער עמפלויד ביי דעם קאמפאני צו די קאמפאני ברויך צושטעלן workers compensation אינשורענס?
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!
האלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2015 5:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלט »

קנקן מלא האט געשריבן:חברה; ווייסט איינער צו א c corp מיט איין אנפירער (פרעזידענט למשל) און דער זעלבער איז דער איינציגער ארבייטער עמפלויד ביי דעם קאמפאני צו די קאמפאני ברויך צושטעלן workers compensation אינשורענס?

מ'דארף נישט ביז צוויי אפיסערס דעיס איז די לאו בעסיקלי ביז צוויי ארבייטערס ברויך נישט
As per my accountant
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

האלט האט געשריבן:
קנקן מלא האט געשריבן:חברה; ווייסט איינער צו א c corp מיט איין אנפירער (פרעזידענט למשל) און דער זעלבער איז דער איינציגער ארבייטער עמפלויד ביי דעם קאמפאני צו די קאמפאני ברויך צושטעלן workers compensation אינשורענס?

מ'דארף נישט ביז צוויי אפיסערס דעיס איז די לאו בעסיקלי ביז צוויי ארבייטערס ברויך נישט
As per my accountant

גערעכט. מען דארף אבער קלאר מאכן אז דאס איז נאר פאר אפיסערס וואס האבן שעירס אין די ביזנעס, און אויך אויב די קאמפעני האט מער ווי 2 אפיסערס, קען שוין קיינער נישט זיין עקסלאדעד.

http://www.wcb.ny.gov/content/main/onth ... fficer.jsp

Please note that no corporate officers may be excluded if the corporation has more than two corporate officers or more than two shareholders, or where the two corporate officers do not own all the shares of stock (each owning at least one share.)
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

פעיראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

ווען מען רעדט פון "מאכן פעיראל" איז דא 2 חלקים.
1- אויסרעכענען די וועכענטליכע טשעקס וויפיל די נעט זאל זיין. דאס קען מען רואיג טון אליין מיט די אויבן דערמאנטע קאליולעטערס וואס מען קען טרעפן אנליין לרחצה. פארשטייט זיך אז אויב די פעיראלל טוישט זיך כסדר, און בפרט אז מען האט מערערע ארבעטערס לוינט נישט די צייט. ווי אויך האט מען נישט געהעריג פעי סטאבס.
2- איז פיילן די ריטוירנס, און דיפאזיטן די געלטער ווען מען דארף. דאס איז ראטזאם נישט צי טון אליינס.

אז איך שרייב שוין וויל איך מודיע זיין... איך טו גערן פעיראל, און פאר גאר גוטע פרייז וואס איר וועט נישט טרעפן ביי קיינעם!. סיי די חלק פון טעקס פיילינגס, און סיי פול סערוויס פעיראל וואס רעכענט אריין פארטיגע טשעקס מיט פעי סטאבס, און אלע ריפארטס און פיילינגס אויף א גאלדענע טאץ, מיט פרייע דירעקט דיפאזיט! טעמו וראו כי טוב! אויב ווייסט איר איינער וואס קען ניצן די סערוויס, ביטע לאזט עם וויסן, און קומט אפנעמען אייער קאמישן. און זייטס מקיים וחי אחיך עמך כפשוטו
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

יסודות פון פעיראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

לתועלת הרבים וועל איך ברענגען דא וואס איך האב שוין געשריבן בעבר אין יעזורו אויסגאבע, בדרך שאלה ותשובה.

ווי אויך וחיל איך מעלדן אז איך שטעל צי פול-סערוויס פעיראל פאר גאר מעסיגע פרייזן. עיין שם

1#

= אין די קומענדיגע שורות וועלן מיר בעז"ה מיטטיילן די וויכטיגסטע ידיעות און אינפארמאציע, וואס בעלי בתים און ארבייטער ווילן וויסן בנוגע "פעיראל". טייל פון די געזעצן און פארשריפטן זענען גילטיג בלויז אין ניו יארק, אבער רוב זאכן איז די זעלבע אין אלע אנדערע שטאטן. =

פראגע: איך באצאל וועכנטליך פאר 1-2 ארבייטער. בין איך ערלויבט זיי צו געבן סתם אזוי טשעקס, און סוף יאר זיי געבן א 1099, אדער מוז איך אויפסעטן א געהעריגע פעיראל סיסטעם?

ענטפער: כדי זיך צו פטר'ן פון באצאלן פעיראל מוז דער ארבייטער קוואליפיצירן אלס "independent contractor" – וואס מיינט אז ער ווערט נישט קאנטראלירט דורכ'ן באלעבאס אויף די 1) צייט, און 2) אופן וויאזוי ער טוט די ארבייט. ער נוצט נישט די כלים פונעם באלעבאס און ער טוט נישט די עיקר ארבעט פון די ביזנעס.
אויב דארף דער ארבייטער אריינקומען יעדן טאג אין א געוויסע צייט; ער נוצט די ביזנעס אפיס צו ארבעטן, אדער ער טוט די עיקר ארבעט אין די ביזנעס, דארף ער באקומען פעיראל. די פונקטליכע אפטייטש פון די אלע זאכן איז נישט קלאר אפגעשריבן. עס האט אסאך מיט 'קאמאן סענס'.

2#

פראגע: תכלית, וואס קען פאסירן אז מען מאכט נישט קיין געהעריגע פעיראל?

ענטפער: אויב די IRS קוקט אריין דערין און זיי האלטן אז עס וואלט יא געדארפט זיין א פעיראל, וועלן זיי מחייב זיין צו פיילן און באצאלן אלע טעקסעס אויף צוריק, אין צוגאב פון די שטראפן פון פיילן און צאלן שפעט. אויסער אויב מען קען אויפווייזן אז מען איז גערעכט מיט'ן נישט צאלן פעיראל.

אויב די IRS קוקט אריין דערין, און זיי זעהט אויס אז עס וואלט געדארפט זיין פעיראל, וועלן זיי מחייב זיין צי פיילן און באצאלן אלע טעקס אויף צוריק מיט די שטראפן פון פיילן און צאלן שפעט. אויסער אויב דו ווייזט אויף אז דו ביזט גערעכט.


3#

פראגע: וואס כאפט אלס א חילוק צו מען באצאלט א פעיראל אדער נישט?

ענטפער: דריי זאכן: 1) ווער עס צאלט די פעיראל טעקס. געהעריגע פעיראל ווערט די טעקס צעטיילט צווישן דעם ארבייטער און באלעבאס. אן א פעיראל באצאלט דער ארבייטער די גאנצע. 2) פיילינגס. רעגולער פעיראל דארף מען פיילן יעדע פערטל יאר מיט די IRS און די סטעיט, אויך קען מען דארפן איינצאלן אינצווישן. א 1099 פיילט מען בלויז איינמאל סוף יאר. 3) א ספעציעלע Unemployment Tax וואס מען דארף בלויז באצאלן אין א רעגולער פעיראל. די ראטע איז בערך צווישן 1 און 4 פראצענט, געוואנדן וויפיל יאר מען איז אין ביזנעס און די דזשאב היסטאריע.
אגב, עס איז זייער וויכטיג ווען מען נעמט אויף אן ארבייטער, אפילו א זעלבסטשטענדיגע קאנטראקטער (1099), צי זיין געדעקט מיט worker's compensation insurance. . עס איז א פארהעלטנמעסיג ביליגע אינשורענס - א געוויסע פראצענט פון די פעיראל (די ראטע איז געוואנדען אין די סארט ארבעט. למשל אפיס ארבייטער איז די ביליגסטע, בערך א האלבע פראצענט). - עס קען זיין ערנסטע שטראפן אויב מען האט עס נישט, ספעציעל אויב די ארבייטער ווערט געשעדיגט בשעת די ארבעט און ער איז פון די וואס קענען מאכן פראבלעמען.
אן אויסנאם אין דעם געזעץ איז פאר א קאראפאראציע אדער מעמבערס פון אן LLC, וועלכע קענען זיך אויסשליסן פון א WC אינשורענס. וואו אויך דארף מען האבן disability insurance וואס רעכנט אויך אריין paid family leave . ווי דערמאנט שפעטער, קען מען אראפרעכענען אביסל פון די ארבייטער דאס צו באצאלן.

4#


פראגע: איך וויל אנהויבן פעיראל, וואס איז די פראצעס?
ענטפער: מען דארף נישט האבן א קאמפאני צו צאלן פעיראל, מען מוז אבער יא מאכן א EIN number. מען קען עס בעמת אויך מאכן אויף א פריוואטע נאמען, אבער עס איז ראטזאם וועגן לייעביליטי עס צו מאכן אויף א LLC or Corp. .

איינמאל מען האט די EIN number דארף מען טון די פאלגענדע זאכן:

1. דער ארבייטער דארף אויספילן 2 פארומס. א W4 און א I-9 (זוכט אויפ'ן וועב עס צו דאונלאודן.) די W4איז די אינפארמאציע וואס ווערט גענוצט צי רעכענען וויפיל טעקס דער בעה"ב דארף אראפרעכענען פון די פעי-טשעק (זעה מער ווייטער), און די I-9 איז צי באשטעטיגן אז דער ארבייטער איז בארעכטיגט צו ארבעטן אין אמעריקע. אויף די I-9 וועט איר אויך טרעפן וועלכע דאקומענטן דער ארבייטער דארף רעפרעזענטירן פאר אייך. איינמאל ער ווייזט א דאקומענט וואס זעהט אויס אויטענטיש, דארפסטו עס נישט נאכגיין.
2. זיך צו פארשפארן שפעטער עגמת נפש, דארף מען לעגאל מאכן א געשריבענעם קאנטראקט מיט די תנאים פון די ארבעט-צייט און די באצאלונג. (פאר א פארטיגע פארום זוך: LS54 & LS56)
(בכלל איז א גוטע עצה אז אייביג ווען דער ארבייטער קען האבן א געלעגנהייט צו זאגן אז ער האט נישט באקומען אינגאנצן באצאלט, זאל מען פון פאראויס נעמען אן אונטערשריפט וואס באשטעטיגט אז ער איז אויסגעצאלט. עס קען פארשפארן אסאך קאפ וויי).
3. מען דארף מעלדן פאר די סטעיט יעדע נייע ארבייטער. (מען קען עס טון אנליין זייער גרינג, זוכט report new hire)


5#


פראגע: וואס איז א W4?
ענטפער: ווי געזאגט איז די תפקיד פון די W4 צי באשטימען וויפיל טעקס אראפצורעכענען פון די פעיראל. צוויי שטיקלעך אינפארמאציע ווערט גענומען אין חשבון פאר דעם. 1) די סטאטוס פונעם ארבייטער. – צו ער איז חתונה געהאט אדער נישט. א.א.וו. 2) וויפיל allowances מען האט. דער ארבייטער איז אחראי דאס אויסצופילן און עס האט נישט מיטן ארבעטסגעבער צו באשליסן וואס אריינצושרייבן.


6#

פראגע: וויפיל allowances זאל איך אריינשרייבן?
ענטפער: אפיציעל איז דער כלל אז פאר יעדע נפש אין שטוב לייגט מען צי איינס. למשל, א טאטע, מאמע מיט דריי קינדער איז 5 allowances. מען דארף אבער פארשטיין אז די גאנצע תכלית דערפון איז אז סוף יאר זאל מען נישט בלייבן שולדיג קיין טעקס, נאר מען זאל עס אראפרעכענען צוביסלעך. אויב מען איז געבליבן שולדיג סוף יאר קען מען אויסשטיין א געלט-שטראף. אבער איינער וואס ווייסט ער וועט נישט דארפן באצאלן אזויפיל טעקס (וועגן די קרעדיטס וכדומה) קען אריינלייגן ווייניגער, אדער אינגאנצן זיך אויסשליסן פון אינקאם טעקס.

7#

פראגע: איך האב שוין די W4 - וויאזוי הייב איך למעשה אן פעיראל?
ענטפער: ס'איז דא דריי חלקים: 1) אראפרעכענען טעקסעס א.ד.ג. 2) איינצאלן פאר די אינסטאנצן, 3) און ריפארטן. מיר וועלן אויסשמועסן בפרטיות יעדעס איינס.
אויב איר וועלט אויס צו נוצן א פעיראל קאמפאני, (וואס איז ראטזאם פאר א גרעסערע פעיראל, ספעציעל אויב די סכום טוישט זיך פון וואך צו וואך) וועלן זיי שוין טון די אלע זאכן פאר דיר. פרעג זיך נאך וואספארא עקסטערע 'טשארדזשעס' זיי האבן, צ.ב.ש. פאר פערטל-יאר פיילינגס, W2, דירעקט-דעפאזיט, טערמינעישאן-פי, וכדומה.
אפילו דו ניצט א פעיראל קאמפאני מיינט נישט אז מען קען אינגאנצן פארגעסן פון פעיראל. למשל, אויב דו באצאלסט נישט פאר אן ארבייטער פאר אפאר וואכן, קענסטו נישט סתם צערייסן די טשעק, ווייל די פעיראל קאמפאני רעכענט טעקס פאר דעם, דארפסט זיי לאזן וויסן נאך אינעם זעלבן פערטל, ווייל אויב מען וויל טוישן עפעס נאכדעם, דארף מען פיילן אן amendment און געוויסע רעכענען פאר דעם אפאר הונדערט דאלאר!
8#

פראגע: אויב וויל איך אליינס מאכן די פעיראל, וואס דארף איך טון?
ענטפער: ווי געזאגט איז דא דריי חלקים, פון טעקסעס וואס מען דארף אראפרעכענען:
FICA - דאס איז סאושעל סעקיוריטי און מעדיקעיר וואס יעדער דארף צאלן די זעלבע אפגעזען וויפיל מען פארדינט. (הגם עס האט טיילווייז א לימיט).
אינקאם טעקס. ווי אויבן דערמאנט, דאס ווענד זיך אין די .W4 עס איז דא באזונדער פאר די פעדעראלע רעגירונג און פאר די סטעיט, און צומאל אויך פאר לאקאלע טעקס, ווי למשל אין ניו יארק סיטי.
געלט וואס דער ארבעטסגעבער האט רעכט אראפצורעכענען און קען עס האלטן פאר זיך. די הויפט צוויי וואס יעדער האט רעכט איז, פאר 'דיסעביליטי אינשורענס' און פאר 'פעיד פעמילי ליעוו' (א ספעציעלע אינשורענס צו באצאלן פעיראל פאר געוויסע אומשטענדן וואס די ארבייטער דארף פעלן פון די ארבעט). עס זענען דא לימיטס וויפיל מען קען אראפרעכענען פאר דעם, אבער עס האט נישט מיט וויפיל עס קאסט למעשה.


9#

פראגע: למעשה, וויאזוי רעכענט מען אויס די אלע נומערן?
ענטפער: די לאנגע וועג איז, נאכקוקן די טעבעלס פון יעדע אגענטור פאר וויפיל מען דארף צוריקהאלטן פאר טעקס. פארשטייט זיך אז עס נישט פראקטיש. די גוטע נייעס איז אז מען קען טרעפן אנליין אסאך גוטע סייטס וואס רעכענט אלעס אויס פאר אייך. פאר א קליינע אפצאל קען מען סעיווען די דעטע ביי זיי, אזוי האט מען די פעי-סטאבס ביי די האנט, און מען האט די פעיראל-היסטארי.
סיי וויאזוי, דארף מען זיכער מאכן צו האלטן חשבון פונקטליך וויפיל מען האט געצאלט פאר יעדן ארבייטער (gross) און וויפיל מען האט אראפגערעכנט יעדע זאך עקסטער (שפעטער ווען מען פיילט וועט מען דאס מוזן וויסן). ווי אויך דארף מען לעגאל געבן א פעי-סטאב פאר יעדע פעי- טשעק. עס קען זיין א געשריבענע פאפיר אויך. עס דארף האבן די בעיסיק אינפארמאציע, ווי וויפיל שעות מען ווערט באצאלט, די ראטע, און פונקטליך יעדע זאך וואס מען האט אראפגערעכנט. זוכט פאר (LS 49 pay stub).
קומענדיגע קאלום וועלן מיר פארזעצן, בעז"ה.
9#
פראגע: וואס נאך דארף מען אראפרעכענען ווען מען מאכט אליין די פעיראל?
ענטפער: די צווייטע חלק איז איינצאלן די טעקס. בקיצור, איז דא פארשידענע סקעדזשולס געוואנדען אין וויפיל געלט מען איז שולדיג. באזונדער פאר די פעדעראלע רעגירונג און באזונדער פאר די סטעיט. אונטער 2,500$ קען מען צאלן בשעת'ן פיילן, מער ווי דעם דארף מען צומאל איינצאלן ביז דער 15'טער פון די חודש למס' פאר'ן פארגאנגענעם חודש, אדער צווישן 3 טעג און א וואך (געוואנדען אין די פעי טאג), געוואנדען אין די פעיראל היסטארי. פאר נ.י. סטעיט איז די כלל אז ווען עס זאמעלט זיך אן 700$ דארף מען עס איינצאלן ביז 3 אדער 5 טעג געוואנדען אין די היסטארי.
די דריטע חלק איז די פיילינגס. יעדע פערטל-יאר דארף מען פיילן א 941 מיט די IRS אפילו מען האט גארנישט געצאלט יענעם פערטל-יאר (וויבאלד מען איז שוין רעגיסטרירט), אדער מען האט שוין אלעס איינגעצאלט. די זעלבע איז בנוגע די סטעיט וואס מען דארף פיילן nys45, און צוצאלן א ספעציעלע טעקס פאר unemployment insurance(אין ניו דזשערסי דארף מען 2 באזונדערע פארומס). מען קען עס טון אליינס, בפרט אויב עס איז א קליינע פעיראל. מען דארף אבער וויסן אז יעדע קליינע טעות קען קאסטן פענעלטיס וואס קען זיין יצא שכרו בהפסידו.
קאמפעניס מיט גרויסע פעיראלס דארפן אויך פיילן MTA-305.
סוף יאר דארף מען פיילן מיט די IRS א באזונדערע פארום 940 און איינצאלן נאך א קליינע טעקס. ווי אויך דארף מען אריינשיקן w2'ס מיט א w3. דאס קען מען אויך אליינס אויספילן אדער פיילן אנליין.
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”