איז היתר עיסקא א לכתחילה?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

געשמאקע אינגערמאן
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 10:43 pm

איז היתר עיסקא א לכתחילה?

תגובהדורך געשמאקע אינגערמאן » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:27 pm

פאר א צייט צוריק האב איך גענומען פון א חבר א ביזנעס לאון מיט עסקה.
זייט דאן גייט מיר די הצלחה נישט אזוי איי איי איי.

זעהענדיג מיין מצב, האב איך אראפגעברענגט אנדערע סוקסעספול ביזנעס לייט אז זיי זאלן מיר ארויסהעלפן מיט א מהלך. צו האב איך טאקע א ביזנעס אדער א האבי. ב"ה שטעלט זיך ארויס אז יא, א ביזנעס איז עס, נאר און יעדע ביזנעס מאכט זיך אזאונע גראואינג לעכער פון וואס מען דארף זיך א עצה געבן און ארויסקריכן, און עס איז מעגליך.

אזוי קוקענדיג אין מיינע ביכער איז ארויפגעקומען דעם שטר היתר עסקה. דער צווייטער איז אויפגעשפרינגען מיט א טוץ מעשיות פון וואס ער ווייסט און געהערט און מיטגעהאלטן אז דער וואס איז עוסק אין עסקה אפילו בהיתר האבן זייער נישט גוט מצליח געווען, וכהנה וכהנה.

רבותי, איך בין טויט דערשראקן.

אויב איז ער גערעכט, אז עסקה איז א רעסעפי פאר דיזעסטער, דאן האב איך א וועג ארויס דורך מאכן דען מלווה פאר א קליינע פראצענט שיתוף, אבער דאס מיינט אוועקגעבן און די לאנג צייט אפשניט א געוואלד. דער מלוה איז גרייט דערפאר מיט ביידע הענט שטייצעך...

פאר איך טוה דאס, וואס האלט דער עולם?

טענקס ברידערס

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16828
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 2:30 pm

קען איך איינעם פון דער נאנט וואס האט מיאוס דערלייגט זייער גאנצע האב און גוטס פון בארגן מיט היתר עיסקא [רעדט זיך פון גרויסע געלטער]

און נאך איינעם נישט ממש פון דער נאנט וואס איז געווען א גביר אדיר און פלאגט זיך היפש ארום

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 4:30 pm

איך קען איינעם וואס איז געווארן אן עושר אדיר פון היתר עיסקא.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 4:31 pm

ערגעץ האבעך געזען לעצטנס אז רבה"ק מסאטמאר האט נישט צוגערירט צו געלט פון איינעם וואס טוט מיט היתר עיסקא
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 5:07 pm

א פראבלעם פארן לוה? פארן מלווה האב איך שוין געהערט.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 5:13 pm

ווינקל האט געשריבן:א פראבלעם פארן לוה? פארן מלווה האב איך שוין געהערט.

איסור ריבית איז פונקט אזוי א לאו פארן לווה ווי פארן מלוה

און בנוגע עיסקא, איז פארהאן פארשידענע סארט, איינס איז מער מהודר און אויסגעהאלטן, און איינס ווייניגער,

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 5:51 pm

פלוני האט געשריבן:ערגעץ האבעך געזען לעצטנס אז רבה"ק מסאטמאר האט נישט צוגערירט צו געלט פון איינעם וואס טוט מיט היתר עיסקא

מקור ביטע, תודה למפרע
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 5:53 pm

ווי אזוי ווערט מען א עושר אדיר פון היתר עיסקא?

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 6:21 pm

עיסקא ממש (ביזנעס לאון) איז ביסודו מותר. וואס מען רופט 'היתר' עיסקא איז א געהעריגע רבית בהערמה לאון.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
הגאון
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:11 am

תגובהדורך הגאון » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 6:24 pm

איך האב שוין גערעדט מיט אסאך ת"ח דעוועגן. און מיר איז אויסגעקומען אזא החלטה (נישט אויף למעשה, נאר תן לחכם ויחכם עוד)
אויב בארגט מען דאס צו קויפן א הויז, אדער צום לעבן, איז עס א גאר ערענסטער פראבלעם
אויב דארף מען דאס פאר א ביזנעס, איז עס טאקע נישט די ערשטע אפיניען, אבער בדיעבד קען עס זיין גוט. אבער....
מען דארף עס מאכן טויזענט פראצענט אויסגעהאלטן, זיצו מיט א מורה הוראה בדיני ממונות וואס זאל אויסהערן און פארשטיין דיין עסק, און אויסשטעלן א שטר לויט דיין געברויך, נישט מאכן קאפי פעיסט פון א צווייטן שטר.
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.

ניק נקי
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2015 11:23 pm
לאקאציע: ביי קריעת ים סוף

תגובהדורך ניק נקי » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 7:15 pm

אט אזוי האט געשריבן:ווי אזוי ווערט מען א עושר אדיר פון היתר עיסקא?

זייער פשוט.
דורכ'ן פארבארגן געלט בריבית בהיתר עיסקא

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 8:50 pm

הגאון האט געשריבן:אויב בארגט מען דאס צו קויפן א הויז, אדער צום לעבן, איז עס א גאר ערענסטער פראבלעם

אויב דער לוה האט געשעפטן וואס ברענגט באמת ריווח, אפילו אויב בארגט ער יעצט ווייל ער מאכט חתונה למשל, אדער דארף ער אפשיקן פינף קינדער אין קעמפ אריין, מוז נישט זיין אז די הלוואה/השקעה געלט זאל גיין פאר זיין חתונה/קעמפ אפיס, ער קען באטראכטן אז דאס געלט גייט פאר זיינע געשעפטן און דאס געלט וואס ער וואלט ווען געדרייט אין די ביזנעס נעמט ער יעצט אויף צו חתונה מאכן וכדומה. (אין שטר היתר עיסקא שרייבט מען קיינמאל נישט אריין וואו דאס געלט גייט)

אין פאל ער בארגט אויף היתר עיסקא אויף צו קויפן א הויז, אין לך עסק גדול מזה. בפרט אז אין אונאה לקרקעות און ער קען אלעמאל באטראכטען אז די השקעה האט באמת אריינגעברענגט גענוג ריווח דאפעלט פון די אפגעשמועסטע פארצענטן.

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

תגובהדורך מילין_יקירין » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 10:33 pm

יא יא אזוי גייט עס ליידער

שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

תגובהדורך שמואלישעי » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 12:21 am

היתר עיסקא איז נישט א אויפגעטרכטע מעשה אלע פוסקים אין שו"ע זענען מסכים דערצו ( כל אחד עם קצת שינוים משלו ) אין אוודאי דארף עס זיין אויסגהלטען יעדע מעשה לויט זיינע פרטים

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 12:34 am

חלילה צו זאגן אז היתר עיסקא איז סתם אן אויסגעטראכטע מעשה, אבער דאס איז אויך נישט ממש אזוי אז אלע פוסקים זענען מסכים דערצו. דער גר"א למשל נעמט נישט אן דעם היתר פון מהר"ם. ס'דא נאך פוסקים וואס זענען נישט צופרידן אינגאנצן דערפון.

ס'איז דא נאך א פראבלעם היינטיגע צייטן דהיינו אז וויבאלד קיין שום בית דין היינט איז נישט משביע קיין בעל דין קומט אויס אז דער תנאי אז דער לווה זאל דארפן אויפווייזן הפסד מיט א שבועה איז פונקט ווי על מנת שתעלי לרקיע. ס'דא יישובים אויף דעם, ס'איז אבער נישט סתם אזוי אז ס'איז מותר אן קיין שום מפקפק.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:10 am

אין ספר מעשה רב החדש ברענגט ער דער גר"א זצ"ל האט געזאגט בית דין של מעלה אינם מתחשבים באלו
ההיתרים ומכים ומענישים.

כעלמער,
די פראבלעם מיט די אלע תנאים ווערט נאר ערגער ביי הלואות פון א (אידישע) באנק, ווייל די באנק גייט בשום אופן נישט נעמען קיין הפסד מיטן בעסטן היתר עיסקא.
אבער פריוואט ווען עס איז גוט אויסגעארבעט מיט א דיין ובקי באותו ביזנעס קען זיין א גוטע היתר.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 9:36 am

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:חלילה צו זאגן אז היתר עיסקא איז סתם אן אויסגעטראכטע מעשה, אבער דאס איז אויך נישט ממש אזוי אז אלע פוסקים זענען מסכים דערצו. דער גר"א למשל נעמט נישט אן דעם היתר פון מהר"ם. ס'דא נאך פוסקים וואס זענען נישט צופרידן אינגאנצן דערפון.

ס'איז דא נאך א פראבלעם היינטיגע צייטן דהיינו אז וויבאלד קיין שום בית דין היינט איז נישט משביע קיין בעל דין קומט אויס אז דער תנאי אז דער לווה זאל דארפן אויפווייזן הפסד מיט א שבועה איז פונקט ווי על מנת שתעלי לרקיע. ס'דא יישובים אויף דעם, ס'איז אבער נישט סתם אזוי אז ס'איז מותר אן קיין שום מפקפק.

קפץ ונשבע העלפט
און דער מלווה דארף קלאר נעמען אין קאפ אז עס איז דא דער מעגליכקייט, (נישט געפערליך מער ווי דער ריבית וועט ער נישט דערלייגן, און ער קען צולייגן דעם חיי אדם'ס עצה, אז מער ווי איין חודש אויף א מאל איז ער נישט נאמן בשבועה)
למה זה תשאל לשמי...

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 9:55 am

אין הכי נמי, די מאדערענע שטרי עיסקא זענען טאקע אויסגעשטעלט לויטן חיי אדם (טייל גיבן זיך אפי' אן עצה מיטן גר"א און רעכענן שכרו משלם). איך רעד נאר באופן כללי, מ'דארף וויסן וואס פאר שטר צו נעמען.

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 9:59 am

והוא פלאי האט געשריבן:קפץ ונשבע העלפט

שווער צו זאגן אז קפץ ונשבע זאל העלפן בעת וואס דער מהר"ם מאכט זיכער אז "עדים" איז נישט גענוג אויף אויפווייזן הספד הריווח ווייל ס'איז צו פיל צו פארלאנגן פון א לווה צו ברענגן עדים אויף די ריווח, כל שכן קפץ ונשבע וואס איז סאך ווייניגער מצוי

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 12:04 pm

בס"ד

און וואס טוט מיט געבן די געלט דורך א "שטר מכירה" אויף א שותפות?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מוצ"ש ינואר 19, 2019 8:40 pm

ווי קאן מען באקומען א מהודרדיגע שטר?

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מוצ"ש ינואר 19, 2019 8:58 pm

וואס איז די הלכה מיט בארגן קרעדיט קארדס פאר געלט? מיט א שטר עיסקא


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט