בלאט 1 פון 1
אתרוג באקסעלעך
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2015 4:54 pm
דורך פאפיגיי
ווייסט איינער ווי מען קען באקומען האלסעיל די באקאנטע קארד-בארד אתרוג באקסעלעך מיט די ספאנזשעס? [וואס קומט געווענליך מיט די יאנעווע אתרוגים]?
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2015 5:36 pm
דורך טאטלע
ר ישראל שווארץ פון קרית יואל האט עס
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2015 6:08 pm
דורך מזל מידיע
בס"ד
פרעג די אתרוג האלסעילערס אדער אימפארטערס.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2015 7:56 pm
דורך פאפיגיי
איך האב שוין געפרעגט עטליכע אתרוג סוחרים, זאגן זיי אז די גוים אין איטאליע שטעלן דאס צו [ס'איז אינקלודעד אין די טייערע פרייז].
וויל איך וויסען אלס עמיצער וואס פארקויפט מאראקא אתרוגים, ווי אזוי קען איך שאפען די באקסעלעך, אדער כאטש נאר די ספאנזשעס?
מיט דאנק פון פאראויס.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 27, 2015 1:25 pm
דורך פאפיגיי
אוי וויי, קיינער איז זיך נישט מרחם אויף מיר.
וועל איך טאקע נישט האבן קיין באקסעלעך היי יאר?
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 27, 2015 1:50 pm
דורך בנימין הלוי
Uline.com פארקויפט אלע סארטן באקסעס. זיי זענען גאנץ טייער אבער האבן אלע סארטן
פארעפענטליכט: שבת מרץ 28, 2015 8:12 pm
דורך ווישוואש
די אלע מאראקא אתרוגים פארקויפער האבן טאקע נישט קיין באקסעלעך?
פארעפענטליכט: שבת מרץ 28, 2015 8:58 pm
דורך שוועמל
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2015 10:01 am
דורך טאטלע
טאטלע האט געשריבן:ר ישראל שווארץ פון קרית יואל האט עס
ער איז נישט גיט?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2015 1:27 pm
דורך פאפיגיי
ווישוואש האט געשריבן:די אלע מאראקא אתרוגים פארקויפער האבן טאקע נישט קיין באקסעלעך?
זיי האבן באקסעס, אבער רוב האבן נישט קיין ספאנזשעס. איך האב אויך געוויסע באקסעס, אבער די עיקר וואס איך זיך איז די ספאנזשעס.
אפשר דארף די קעפל געטוישט ווערן אויף אתרוג "ספאנזשעס". איך האב געשריבען באקסעלעך, ווייל איך האב געמיינט אז ס'קומט צוזאמען.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2015 1:28 pm
דורך פאפיגיי
טאטלע האט געשריבן:טאטלע האט געשריבן:ר ישראל שווארץ פון קרית יואל האט עס
ער איז נישט גיט?
אויב איז ער מיר גרייט צו פארקויפן ספאנזשעס, איז ער שוין גאר גוט, דארפמיר טאקע פרובירען זיך צו פארבינדן מיט אים.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 10:27 am
דורך טאטלע
די דארסט זיין נמבער? (אין אשי)