בלאט 1 פון 1

Paid Vacation וואס איז די שיעור?!?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 4:29 pm
דורך משה צימערינג
איך מוטשע מיך שוין לאנג מיט די שאלה:
ביי אונז יודן וויפיל איז די שיעור אויף paid Vacation?
וואס עפעס זענען מיר אנדערש?
1 אונז האבן יו"ט
2 אונז האבן קע"ה שמחות
3 אונז פארן אין קאנטרי
4 א אמת'ער יוד פארט דא דארט צו זיין רבי'ן
וכו' וכו'

איז דא 2 זייטן
1 די זייט פון די בעה"ב
2 די זייט פון די ארבייטער

לאמיר הערען וואס עטס האטס צו זאגן

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 4:32 pm
דורך שמאטע
זעה דא

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 4:34 pm
דורך משה צימערינג
שמאטע האט געשריבן:זעה דא

ביי "אונז יודן" וויפיל איז די שיעור אויף paid Vacation?
אלע ארבייטערס פארלאנגען די מערסטע
אין אי בעלי בתים (ווילן) גיבן די ווייניגסטע

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 4:34 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
i used up all my sick days so i called in dead

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 4:36 pm
דורך שמאטע
משה צימערינג האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:זעה דא

ביי אונז יודן וויפיל איז די שיעור אויף paid Vacation?
אלע ארבייטערס פארלאנגען די מערסטע
אין אי בעלי בתים (ווילן) גיבן די ווייניגסטע

יעדע ביזנעס איז אנדערש. כ'ווייס נישט קיין דעטאלן און וויאזוי זייערע חשבונות לויפן.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 5:00 pm
דורך משה צימערינג
שמאטע האט געשריבן:
משה צימערינג האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:זעה דא

ביי אונז יודן וויפיל איז די שיעור אויף paid Vacation?
אלע ארבייטערס פארלאנגען די מערסטע
אין אי בעלי בתים (ווילן) גיבן די ווייניגסטע

יעדע ביזנעס איז אנדערש. כ'ווייס נישט קיין דעטאלן און וויאזוי זייערע חשבונות לויפן.

יעצט פארשטיי איך דאס וואס שטייט אויף דיין פראפייל ................. אין די האנט פון א פלייסיגע בעה"ב

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 6:38 pm
דורך שלך לחמך
מיין בעה״ב האט מיר געזאגט אז ער באצאלט מיר פאר וויקעשאן, ווייל אזוי ארבעט מען בעסער, און ער האט פארלאנגט פון מיר עס צינעמען. אויך באצאלט ימים טובים.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 6:47 pm
דורך מאנ-יימער
משה צימערינג האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:זעה דא

ביי "אונז יודן" וויפיל איז די שיעור אויף paid Vacation?
אלע ארבייטערס פארלאנגען די מערסטע
אין אי בעלי בתים (ווילן) גיבן די ווייניגסטע

ביי אונז אידן וויפיל איז די שיעור פון באצאלן וועידזשעס,
אלע ארבעטער פארלאנגען דאס מערסטע
און אלע בעה"ב ווילן צאלן דאס ווייניגסטע.

נישטא קיין כלל דערין, ווענצעך אינעם דזשאב, אינעם ארבעטער און אינעם ביזנעס.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 7:05 pm
דורך צו געזונט
Paid Vacation?

איך האב געזאגט דעם באלעבאס מיינעם אז איך בין שטענדיג אויף פעיד וואקעישאן, און ער זאל זיך גאר פרייען די טעג וואס איך באווייז מיך אין דער ארבעט