בלאט 3 פון 3
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 8:33 am
דורך רשי הקטן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 11:01 am
דורך רשי הקטן
לאמיר מאכן א ס"ה
עס קוקט אויס אז:
יעדער איז מודה אז סתם מאכן שיינע עדס אן א מארקעטינג פלאן איז קיין מהלך.
יעדער איז מודה אז א מארקעטער איז דער וואס דארף באשליסן וואס עס דארף שטיין אויף א עד אין וויאזוי עס דארף אויסזעהן, אין נישט קיין דיזיינער אדער גרעפיקער.
יעדער איז מודה אז ברענדינג קען ארבייטן, ואני בתוכם (מען זעהט דאך אז עס ארבייט אין געוויסע ביזנעסער).
יעדער איז מודה אז דיירעקט מארקעטינג קען ארבייטן (ויואל שווארץ בתוכם, מען זעהט דאך אז עס ארבייט אין געוויסע ביזנעסער) גוגל עדווארדס האט א גאנצע דיירעקט מארקעטינג / מעיל סיסטעם.
ברענדער'ס טעהנן אז רש"י ווייסט נישט וואס מייט ברענדינג, רש"י טענהט אז די ברענדערס ווייסן נישט וואס מיינט דיירעקט מארקעטינג.
נו אויב אזוי וואס ווי איז די טענה?
לאמיר עס פרבירן, יראה העם וישפוט, לאמיר מאכן א פארמעסט.
לאמיר נעמען א געוויסע סארט ביזנעס וואס דער דיירעקט מארקעטער זאגט אז די ריכטיגע וועג איז בלויז דיירעקט מארקעטינג. אין דער ברענדער זאגט אז די ריכטיגע וועג איז בלויז ברענדינג.
איך וועל שרייבן ווי אזוי איך וואלט געמארקעט די ביזנעס, זאלן די ברענדערס זאגן וויאזוי זיי וואלטן געמארקעט די ביזנעס..
לאמיר זעהן וואס דער עולם (נישט די וואס זענען איינזייטיג) האט צו זאגן, וועלעכע וועט ברענגען מער געלט? וועלעכע לייגט זיך בעסער אויפן שכל?
אין אין איינוועגס וועט דער ברענדער זעהן א דוגמא פון דיירעקט מארקעטינג, אין דער דיירעקט מארקעטער זעהן א דוגמא פון ברענדינג!
איז איינער מסכים צו זיין דער וואס וועט פאר לייגן די ברענדינג מהלך?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 11:22 am
דורך יואל שווארטץ
רשי הקטן האט געשריבן:לאמיר מאכן א ס"ה
עס קוקט אויס אז:
יעדער איז מודה אז סתם מאכן שיינע עדס אן א מארקעטינג פלאן איז קיין מהלך.
יעדער איז מודה אז א מארקעטער איז דער וואס דארף באשליסן וואס עס דארף שטיין אויף א עד אין וויאזוי עס דארף אויסזעהן, אין נישט קיין דיזיינער אדער גרעפיקער.
יעדער איז מודה אז ברענדינג קען ארבייטן, ואני בתוכם (מען זעהט דאך אז עס ארבייט אין געוויסע ביזנעסער).
יעדער איז מודה אז דיירעקט מארקעטינג קען ארבייטן (ויואל שווארץ בתוכם, מען זעהט דאך אז עס ארבייט אין געוויסע ביזנעסער)
1. א מארקעטער באשליסט וואס דער עד זאל זאגן, א שרייבער באשליסט וויאזוי עס צו זאגן, א דיזיינער באשליסט וויאזוי עס זאל אויסזען.
2. ברענדינג און מארקעטינג זענען ביידע א לאנג טערם פראסעס. דירעקט מארקעטינג איז טאקע מער שארט טערם, אבער ס׳דארף נאך אלץ פאלאוען די טאן פונעם לאנג טערם מארקעטינג פלאן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 11:30 am
דורך יואל שווארטץ
רשי הקטן האט געשריבן:לאמיר מאכן א ס״ה
מיין סך הכל איז אז א ביזנעס קען אייביג נוצן איינס אדער די אנדערע. מ׳קען נישט זאגן אזוי זיכער אז נאר איין מהלך איז דער ריכטיגער און די אנדערע זענען גארביטש. אין פאקט, האב איך שוין גענוג קליענטן אפגערעדט פון אדווערטייזן אין די צייטונגען.
ממילא איז דער פארמעסט ביי מיר מופרך מעיקרא. אבער אויב וועט זיך מאכן א פארמעסט וועל איך בל״נ ארויסהעלפן וועלכע זייט ס׳בעט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 1:06 pm
דורך אויך מיר
אויך מיר האט געשריבן:זאל ער קומען האט געשריבן:אין דיין משל מיט'ן פלאמבער, וועם האסטו גערופן? דעם וואס האט געשריבן: "די בעסטע פלאמבער מיט 50 יאר עקספיריענס", און געהאט א שיינע פיקטשער פון א רעגן שטריימל? אדער דער וואס האט געשריבן: "געפלאצט א פייפ? רופט שוין דעם עקספערט 24 שעה א טאג, מיר וועלן איבערלאזן א שיינע ארבייט 000-000-0000!"
אוודאי דער צווייטער... ווייל ער האט גערעדט צו דיין מצב. און דאס הייסט א גוטע עד, און אפילו די קליינע עד וואלט געווען צוווישן אסאך אנדערע פול פעידשס וואלסטו נאך אלץ געקאלט דעם וואס רעד צו דיר.
די פראבלעם איז נאר, אז די גוטע עד איז אפשר נישט גוט פאר א קארפענטער, סא נישט נאר די עד דארף זיין גוט, נאר דער ריכטיגער מענטש דארף עס נוצן, און דאס איז שוין צו לאנג פאר יעצט, ועוד חזון למועד.
קומט אויס: ווען איינער פארקויפט עפעס א זאך וואס איז נאר פארן היימישן עולם, לדוגמא "שטריימלעך" מוז דער חתן שפירן ווי מען מיינט דירעקט אים וכן דער מחותן וכו'
פארוואס איז נישט גענוג אז ער ברענגט ארויס די מעלות פון זיינע שטריימלעך צ.ב.ש. שענסטע, לייכסטע, בעסטע פיט וכו',? ווער עס וויל א שטריימל דארף מיט די מעלות, און די אנדערע קוקן בכלל נישט אויפן עד, ממילא רעדט ער סייווי צו זיין מארקעט?
קען מיר איינער מסביר זיין דאס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 2:12 pm
דורך יואל שווארטץ
ווייל יעדע שטריימל קאמפאני זאגט די זעלבע זאך, פארוואס זאל דער חתן/מחותן קומען דווקא צו דיר?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 2:54 pm
דורך לכתחילה אריבער
כ'מיין אז עס איז יא אמאל דא א נוצן פון א פלעינע עד, און קיין מארקעטינג. למשל ווען איינער וואס מאכט א סעיל און דארף סך הכל מודיע זיין אז עס איז דא די סעיל. עס איז א "קאמפיין" פון ממש א וואך, און סך הכל דארף ער מאכען א עד וואס זאל ציען א אויג, לייגען אין די פלעצער ווי די אויגן זענען און פארטיג.
(און כאטש די צוויי זאכען - "עד וואס זאל ציען א אויג" און "די פלעצער ווי די אויגן זענען" די צוויי זענען באמת אויך מארקעטינג אין א קליינע פארנעם, קליין מיינעך ווייל מען רעדט נישט פון לאנג טערמינענד, אבער דאס איז עפעס וואס מען ברויך נישט זיין קיין געלערענטער עקספערט צו פארשטיין.)
בשעת מען רעדט פון אדוערטייזן אין אלגעמיין א ביזנעס, איר אויפבויען א באזע, א גוטער נאמען וכו' דאס איז שוין לאנג טערמינענד.
א משל צו מיין ערשטע פוינט וואלט איך גענומען די עד וואס מען האט שוין איבערגעשמועסט פון לי פאטא. יענע מיט די פאלטשע אימעיל. זיי האבן נישט געדארפט\צו נישט געוואלט עדווערטייזן די ביזנעס בעצם, נאר מודיע זיין פון די סעיל, און יענע עד האט עס פיין ארלעדיגט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 5:12 pm
דורך אויך מיר
יואל שווארטץ האט געשריבן:ווייל יעדע שטריימל קאמפאני זאגט די זעלבע זאך, פארוואס זאל דער חתן/מחותן קומען דווקא צו דיר?
און אויב שרייב איך אויפן צעטל דאס ווארט "חתן", וועט ער שוין יא קומען?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 5:27 pm
דורך יואל שווארטץ
איך ווייס נישט וועלכע ווארט ס׳רעדט דאס מערסטע צו א חתן, אבער דער ווארט איז זיכער נישט ביליג.