בלאט 3 פון 18
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 9:24 am
דורך סתם_אזוי
איך האב באקומען א מעסידש פון איבעי אז איך קען זיך אויפסיינען אויף א נייע פראגרעם וואס הייסט איבעי באקס. איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס זיי שרייבן, אבער איך פראשטיי אז אויף עפעס א וועג ווילן זיי מיר געבן ריווארדס אדער עפעס. עס זעהט מיר אויס אביסל סאספישאס, וויל איך וויסן צו איך זאל זיך אויפסיינען. דא איז די פילע טעקסט:
Congratulations! You've been selected to participate in a new rewards program called eBay Bucks. We're only inviting a randomly selected group of eBay shoppers to join as we continue to develop the program.
It's fast, easy, and free. Just sign up, and you'll be on your way to earning 2% back on all your qualifying eBay purchases.*
You'll rack up eBay Bucks whenever you shop on eBay and pay with PayPal. Every three months, you'll get a certificate to spend on eBay.
See how eBay Bucks works. Take the video tutorial.
Sign up now and start earning!
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 9:28 am
דורך סתם_אזוי
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 9:28 am
דורך לאז געמאכט
אויש יעצט דערמאנסטע מעך... איך האב אויך געקראגן אזא אימעיל א לאנגע צייט צוריק אבער כ'בין אנטלאפן פאר שולחן עורך... כ'האב קיינמאל נישט אויסגענוצט די באקס וואס מ'האמיר פארדינט, מסתם איז עס שוין לאנג עקספייערט.
איך זע נישט פארואוס די זאלסט נישט אויפסיינען! ס'קאסט גארנישט און מען קען מאכן אפאר טאלער.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 9:32 am
דורך לאז געמאכט
Thanks! You're all set. The beta starts on April 1st
When bidding or buying just look for the rewards logo logo and you'll earn 2% back on that purchase. It's just our little way of saying "thanks" for your business.
Remember: Beginning April 1st, check your Bucks balance any time you want in My eBay. After every 3 month earning period, we'll give you an eBay Bucks certificate you can use to buy more great stuff on eBay. After you receive your certificate, you'll have 30 days to spend it.
זיי האבן מיר נאכאמאל אינווייטעט האביך מיך נאכמאל אויפגעסיינט, פון די פאריגע מאל זע איך ניט קיין זכר.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 9:39 am
דורך פאטאקי08
לאז געמאכט האט געשריבן:April 1st
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 17, 2009 10:33 am
דורך רויבאט
איך האב עפעס פארקויפט אויף איבעי אויף די דעסקריפשאן איז געשטאנען "איך שיק נאר אין אמערעקע אבער איינער פין שפאניע האט געקויפט אין עס קאסט מיר שיפינג צו שפאניע איך האב עם געשיקט א אימעל מיט זיין טעות אבער ער עקשנט זיך אז ער דארף עס.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט איך עם געדראפט אבער איך נאר מורא פאר נישט א גיטע רעיטינג האב איך עפעס א עצה צו עם?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 17, 2009 10:52 am
דורך ליסקא
יא!!!!! אפשר קען איך האבן פרנסה דערפון עס וואלט נישט געווען קיין שלעכטע עצה. איך פארקויף אויך אביסל אויף amazon איך בין נאך נישט קיין עושר אבער עפעס טאשן געלט מאך איך דערפון. איז קענסטו מיר זיין בייהילפיג וואלט געווען א געוואלדיגע זאך
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 17, 2009 11:59 am
דורך יהיה כן
רויבאט האט געשריבן:איך האב עפעס פארקויפט אויף איבעי אויף די דעסקריפשאן איז געשטאנען "איך שיק נאר אין אמערעקע אבער איינער פין שפאניע האט געקויפט אין עס קאסט מיר שיפינג צו שפאניע איך האב עם געשיקט א אימעל מיט זיין טעות אבער ער עקשנט זיך אז ער דארף עס.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט איך עם געדראפט אבער איך נאר מורא פאר נישט א גיטע רעיטינג האב איך עפעס א עצה צו עם?
רעכן אויס וויפיל עס קאסט שיפינג קייין שפאניע, (טשעק עס אויס ביי USPS) און לייג עס צי צו די איוואויס, און שיק עם אפ די invoice, (מען קליקט אויף send invoice) אזוי וועט ער סייווי נישט קענען באקומען נאר אויב ער באצאלט דעם טאטעל, יאך האב געהאט די זעלבע מיינסע, און כאב זוי געטון, איך ווארט נאך ביז יעצט יענער זאל מיר באצאלן, ביני לביני האב עך עס געריליסטעד און פארקויפט פאר א צווייטן
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 17, 2009 2:04 pm
דורך רויבאט
יא אבער איך האב עם שוין איינמאל געשיקט א אינווויס אין איך זע נישט ווי איך קען עס שיקן נאכאמאל מיט די צוגעלייגטע שיפינג פרייז
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 17, 2009 2:08 pm
דורך יהיה כן
פראביר ביין 'מיי איבעי' דארט ווי עס איז ליסטעד די אייטעםס וואס דו האסט פארקויפט דארף זיין א דראפ דאון ליסט, איינע פון די אפשעןס דארט דארף צו זיין send invoice (כהאב עס אויך נישט גלייך געטראפן, נאכדעם וואס כהאב שוין איינמאל געשיקט א אינוואויס)
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 17, 2009 2:56 pm
דורך רויבאט
יישר כח
אבער דערווייל טרעף איך עס נישט איך וועל טרייען נאכאמאל נאך שבת אבער איך מיין אז לוינט יא צו שיקן אלץ בעסער צו פארלירן 7 דאלאר ווי צו אנזעצן א רעיטינג נאך דערצו אז איך בין נאך ניי אין איך האב נאך ווייניג רעיטינגס נישט אזוי
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 21, 2009 1:13 pm
דורך סתם_אזוי
וואס מיינט וואטשערס?
3 מענטשן וואטשן מיין אייטעם, און קיינער האט נאכנישט געביט.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 21, 2009 1:21 pm
דורך יהיה כן
וואטשן מיינט נאך נישט אז ער גייט עס בידן, ער איז סך הכל אינטרעסירט אין דעם אייטעם, ער וויל אבער נאך נישט לייגן קיין ביד דערויף (צו ווייל ער וויל נישט אז עס זאל ארויף גיין, צו ווייל ער וויל נאר מיטהאלטן דעם ביד על הצד אז עס וועט עם לוינען דער פרייז), דער וואטשער באקומט אין אימעיל א מעלדונג ווען דער אקשען האלט זיך ביים ענדיגן אויב ער וויל אריינווארפן א ביד אדער נישט, ווי אויך אויב עס ווערט געליסטעד ענליכע אייטעםס אויב ער איז אינטרעסירט דערין
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 21, 2009 1:40 pm
דורך רויבאט
אויך גייט עס אריין אין זיין וואטש ליסט אין ער קען עס גראד זען פין זיין אקאונט ווי עס האלט
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 22, 2009 6:38 pm
דורך רויבאט
עס איז דא בערך 3 וועגן צו ליסטן אויף איבעי
1 אקשען
2 פיקסט פרייז
3 סטאר אייטעם
איך בין אביסל צומישט ווי אזוי איז די בעסטע וועג
אין אויך ביי א אקשען זאגט מען אז ווען מען הייבט אן ביי .99 סענטס קימט עס די בעסטע אריין אבער מען קען מורא האבן עס זאל נישט בלייבן צו נידעריג אין אויב עס בלייבט צו נידעריג וואזשע קאן מען טאן
סא וואס טיט מען דא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 23, 2009 8:21 am
דורך סתם_אזוי
וועגן די 3 וועגן איז אזוי: איך לייג עס נאר ארויף דורך אוקשען. דאס איז ווייל דאס גיבן זיי פאר פרי. (די אנדערע האבן א אינסארשן פי). זיי געבן פאר פרי 5 ליסטינגס אין 30 טעג.
וועגן די .99 איז נישט אייביג אזוי. די סירטש פאר די אייטעם וואס דו פארקויפסט, און קוק וואס די ביליגסטע איז. אויב איז די ביליגסטע 9.99 האט נישט קיין שום פשט דו זאלסט עס פארקויפן פאר .99 קענסט עס אפשר פארקויפן פאר 8.99 אז עס זאל ארויפקומען די ערשטע ווען איינער סאורט עס לויט די פרייזן.
----
איך האב יעצט אויך א שאלה. איך האב פארקויפט א אייטעם פאר 3 טעג צוריק, און יענער האט מיר נאכנישט באצאלט. יענער האט א 100% פאזיטיוו פידבעק. איך וויל וויסן וואס איך דארף טון ווייטער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 23, 2009 10:17 am
דורך רויבאט
שכח "סתם אזוי"
אויף די אימעיל וואס דו באקימסט ווען עס ווערט פארקויפט איז דא א באטן סענד אינוואוס אדער קענסטו "סתם אזוי" שיקן א אימעיל א א דערמאנונג
איין זאך איז זיכער אז מען שיקט נישט ארויס פאר'ן באצאלן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 23, 2009 10:21 am
דורך סתם_אזוי
וויאזוי מאך איך אן אינוואויס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 23, 2009 10:45 am
דורך רויבאט
ווען די באקימסט די אימעיל אז איינער האט געקויפט איז דארט דא א באטן סענד אינוואוס אין זיי שטעלן צו אליין א אינוואוס פאלא אינסטראקשנס
עני פראבלעם איי עם רעדי טא העלפ
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 23, 2009 2:57 pm
דורך סתם_אזוי
ווילאנג דארף איך ווארטן צו קענען ריפארטן אז ער'ט מיך נישט באצאלט? אמת'דיג מאכט עס נישט קיין סענס, ער'ט א 100% פאזעטיוו פידבעק.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 23, 2009 3:06 pm
דורך א אידעלע
זיבען טעג
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 12, 2009 2:40 pm
דורך Yes_or_no
איך פלעג אמאל פארקויפן אויף איבעי און איך האב געניצט א וועבסייט וואס פלעגט מיר געבן זייער ניצבארע אינפארמעשאן און איך האב עס פארלוירן.
למשל טאמער האב איך געוואלט פארקויפן א קעמרא האב איך דארט אריינגעלייגט די קעמארא נאמען און עס פלעגט מיר געבן
1) די בעסטע צייט ווען צו ענדיגן די אויקשען פאר די ספעציפיק אייטעם. וויפיל פראצענט ענדיגט זיך זונטאג און מאנטאג און לויט דעם האב איך ביישלאסן ווען אנצוהויבן די אוקשען
2) עס פלעגט מיר זאגן וויפל טעג די אוקשען זאל זיין 1 3 אדער 7 עס פלעגט ווייזן אזוי ווי א סטאטיסטיק וועלכע ליסטינגנס גייט מער. צו פון 1 אדער 3 אדער 7 טעג אוקשעןס
3) עס פלעגט מיר גיבן די בעסטע טייטל וואס צו לייגן ביים ליסטען
4) עס פלעגט מיר גיבן די פרייז רענטש פאר וויפיל די אייטעם פארקויפט זיך בערך
5) עס פלעגט מיר זאגן וויפל פראצענט פון די אייטעם וואס מען לייגט ארויף ווערט פארקויפט
און נאך אסאך נוצבארע אינפארמעשאן. עכ"פ איך האב פארלוירן די וועבסייט אדדרעס. איז אויב איינער ווייסט עס זאל ער מיר עס פליז גיבן.
יישר כוחכם.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 12, 2009 4:08 pm
דורך שמן זית
איך האב פארקויפט א אייטעם בטעות איך האב נישט געוויסט אז ווען די בידינג טיים ענדיגט זיך איז עס אטאמאטיק פארקויפט, און יענער האט שוין באצאלט, וואס טוט מען?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 12, 2009 4:12 pm
דורך אונגארישער
וואס הייסט בטעות ,האסט עס נישט , אדער די ווילסט עס נישט פארקויפן ?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 12, 2009 4:14 pm
דורך שמן זית
tאיך האב עס געוואלט פארקויפן פאר מער ווי איך האב עס געקויפט דערווייל האט זיך די ביד געענדיגט ביי 99 סענטס פלאס איך דארף צאלן שיפפינג סא איך האב שאדן, און יענער טענה'ט חי וקיים אזוי לערנט מען זיך