בלאט 11 פון 18

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 19, 2013 2:34 pm
דורך derech eretz
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אין א שריט אויף א עמטליכער קנאק קעגן עמעזאן, האט איבעי געמאלדן איבער פרישע מעגלעכקייטן אויף ארויס צו לייגן זאכן אימזינסט, אן קיין ליסטינג טשארדזש.

מקור?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 19, 2013 2:51 pm
דורך פאטאקי08
ווען וועט דאס זיין עוועילבעל?
שכח לכתחילה פאר די שטענדיגע נייעס ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 19, 2013 3:03 pm
דורך derech eretz
2013 Spring Seller Update: Fee update
http://pages.ebay.com/sellerinformation ... ataglanceb

amazon compare to ebay (without paypel) i
http://pics.ebaystatic.com/aw/pics/sell ... ompare.pdf

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 20, 2013 7:10 am
דורך גאלגאן
אז די וויסט נישט ניצן אנדערע פראגראמס קענסטו לייגן די אייטעם אויף דיין וואטש ליסט אין פאר עס לויפט אפ באקומסטו א רעמיינדער אין דאן ביטסטי אליין די לעטסטע פאר סעקענדס

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 20, 2013 5:12 pm
דורך פאטאקי08
יאפ אויספרובירט מען קען ליסטן בחנם אוף איבעי
WOW

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 20, 2013 5:21 pm
דורך שנאפס
וואס איז די WOW? זיי האבן געהויבן די פרייזן אויף די זאכן וואס מען פארקויפט מיט א פערטל, אויב האט מען ביז יעצט געצאלט $75 פאר א אייטעם וואס מען האט פארקויפט, גייט מען יעצט צאלן $100 פארן זעלבן אייטעם, די זעלבע פרייז ווי עמעזאן (אויף רוב זאכן)

לדעתי גייט עס זיי העלפן אז פשוטע מענטשן זאלן צוריק קומען, אבער פרא סעלערס וועלן ענדערש גיין צו עמעזאן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 21, 2013 12:40 pm
דורך derech eretz
פאטאקי08 האט געשריבן:יאפ אויספרובירט מען קען ליסטן בחנם אוף איבעי
WOW

פון א אימעיל פון איבעי
New: List FREE*—Auction-style or fixed price.
Starting April 16, your 50 free listings* per month can be Auction-style or fixed price. You pay one flat 10% final value fee—regardless of how you sell—only when your item sells.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 28, 2013 10:53 am
דורך derech eretz
נישטא קיין מעגליכקייט אויף איבעי פארן קאסטומער אדער סעלער צו קענסלען א ארדער?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 28, 2013 2:28 pm
דורך שנאפס
יא דא פארן סעלער

מיי איבעי

אקאונט/רעזולוציע צענטער

איך וויל קענסלען א טראנזאקציע

דאן לייג אריין די איבעי אייטעם נומער

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 28, 2013 2:33 pm
דורך derech eretz
יישר כח שנאפס, א גאנצע מושב בי"ד מאכן זיי זע איך איבער יעדע שטות

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:55 pm
דורך קארן
איז שייך צוריקצוציִען פּון א ביד? איך בין די העכסטע בידער דערווייל.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 3:06 pm
דורך היימישער איד
לויט איבעי'ס געזעצן, טאר מען נישט צוריקציען פון א ביד סיידן מ'האט א וועליד סיבה אזוי צו טאן. (טוישן די מיינד אינישט א וועליד ריזאן) אויב האט מען בטעות געלייגט מער ווי מ'האט געוואלט אדער א אנדערע חרטה דמעיקרא דאן קען מען יא אויף דעם דאזיגן לינק
http://offer.ebay.com/ws/eBayISAPI.dll?RetractBidShow

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 4:25 pm
דורך יהושע
derech eretz האט געשריבן:נישטא קיין מעגליכקייט אויף איבעי פארן קאסטומער אדער סעלער צו קענסלען א ארדער?

Just refund for the customer, u don't have to open a case and wait for him to accept it

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 4:26 pm
דורך יהושע
קארן האט געשריבן:איז שייך צוריקצוציִען פּון א ביד? איך בין די העכסטע בידער דערווייל.

Send a msg for the seller, if he wants he can cancel it

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 4:27 pm
דורך שנאפס
יהושע האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:נישטא קיין מעגליכקייט אויף איבעי פארן קאסטומער אדער סעלער צו קענסלען א ארדער?

Just refund for the customer, u don't have to open a case and wait for him to accept it


דאס מיינט פארלירן די איבעי טשארדזשעס

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 4:30 pm
דורך יהושע
שנאפס האט געשריבן:
יהושע האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:נישטא קיין מעגליכקייט אויף איבעי פארן קאסטומער אדער סעלער צו קענסלען א ארדער?

Just refund for the customer, u don't have to open a case and wait for him to accept it


דאס מיינט פארלירן די איבעי טשארדזשעס

Thank you, i didnt know that

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 10:56 am
דורך derech eretz
איינער נוצט דעם Global Shipping Program?
http://pages.ebay.com/sellerinformation ... ogram.html

ס'איז טאקע אזוי נישט-קאמפליצירט ווי זיי זאגן?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 10:59 am
דורך שנאפס
עס איז פיין קאמפליצירט

אויב דו סיינסט זיך אויף, באקומסטו מער נישט קיין אינטערנעשענעל ארדערס, נאר פון די לענדער וואס איבעי שטעלט צו אין דעם פראגראם, דאס איז נאר איינס פון די פראבלעמען

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 6:50 am
דורך חסידי
שנאפס האט געשריבן:
יהושע האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:נישטא קיין מעגליכקייט אויף איבעי פארן קאסטומער אדער סעלער צו קענסלען א ארדער?

Just refund for the customer, u don't have to open a case and wait for him to accept it


דאס מיינט פארלירן די איבעי טשארדזשעס

איך א נייער פארקויפער אין איבעי, און איך האב געגעבען א ריפאנד פאר א קאסטומער, און נישט געפענט א קעיס, און איך האב טאקע נישט צוריק באקומען די טשארזשעס,
מיין שאלה איז אויב איך קען נאך יעצט עפענען א קעיס, צו צוריק באקומען די טשארזשעס, אדער אפשר ווייל איך בין נאך א נייער סעלער איז נישט כדאי, (אגב די קאסטומער האט גלאזט א נאטראל פידבעק, איז אפשר פאר דעם אליין איז יא כדאי?)

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 10:05 am
דורך שנאפס
דאכט זיך אז מען קען עפענען א קעיס ביז 60 טעג,

זיכער פרוביר צו עפענען, א שאד אויף אידיש געלט

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 4:54 pm
דורך חסידי
שנאפס האט געשריבן:דאכט זיך אז מען קען עפענען א קעיס ביז 60 טעג,

זיכער פרוביר צו עפענען, א שאד אויף אידיש געלט

די שאלה איז, צו איבעי וועט עס ליב האבען...
וויל אויב ס'קען מאכן פראפלעמען קען איך באשטיין דערלייגן די פאר דאלער (ס"ה 2.74 $), ווייל איך בין א נייער און איך דארף זיך נאך ארויף ארבעטען.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 5:14 pm
דורך שוועמל
לכתחלה,
דאס אז מען קען ליסטן אומזיסט איז כלל נישט ניי. איך ליסט שוין אומזיסט פאר איבער א יאר צו מער.
די אומזיסטע ליסטינג איז געווען פאר אינדיווידואלע אייטעמס, אויב אבער האב איך ליסטעד אין באלק האט עס יא געקאסט א פי.
קען זיין אז דאס האבן זיי יעצט אויך אראפגענומען.


אין אנדערע נייעס, קען זיין שוין געמאלדן, האט איבעי געטוישט די 'ביי איט נאו' פאליסי.
ביז היצט האט מען געדארפט ליסטן ביי איט נאו מיט 10% העכער פון די סטארטינג ביד, אבער א ניי רול לויטעט מען מוז ליסטן ביי איט נאו מיט גאנצע דרייסיג פערצענט העכער!

איך פרוביר צו דערגרינטעווען די סיבה דערפון, אפשר כדי איבעי זאל מאכן מער געלט וויבאלד א גרעסערע פערצענט קאסטומערס קויפן מיט ביי איט נאו?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 5:24 pm
דורך derech eretz
שוועמל האט געשריבן:לכתחלה,
דאס אז מען קען ליסטן אומזיסט איז כלל נישט ניי. איך ליסט שוין אומזיסט פאר איבער א יאר צו מער.
די אומזיסטע ליסטינג איז געווען פאר אינדיווידואלע אייטעמס, אויב אבער האב איך ליסטעד אין באלק האט עס יא געקאסט א פי.
קען זיין אז דאס האבן זיי יעצט אויך אראפגענומען.

ליסטן אומזיסט אן א איבעי סטאר איז ביז יעצט נאר געווען פאר אוקשענס, יעצט האט ביי איט נאו אויך 50 פרי ליסטינגס, און מיט א סטאר 150 און העכער

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 5:26 pm
דורך derech eretz
וואס איז פשט אז ס'קומט אריין אסאך מאל 2 ארדערס אינעם זעלבען סעקונדע, זייער סיסטעם ריפרעשט זיך נאר איינמאל א שטונדע?...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 2:20 pm
דורך געשמאקער
andrew minalto האט עטליכע וועבסייטס ער לערענט אויס געוואלדיגע איידיעס בעיקר וועגען איבעי, ער איז זייער רילייבעל , איך האב מיך שוין אסאך זאכען געלערענט פון אים
סאיז כדי אויסצישעקען זיינע וועבסייטס
דא זענען זיינע וועבסייטס
http://andrewminalto.com/
http://www.chatwithandrew.com/
http://spicyauctiontemplates.com/