בלאט 2 פון 18

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 10:56 am
דורך פאטאקי08
סנייפער איז נאר גוט אויב די גייסט נישט זיין די לעצטע מינוט אויפן קאמפיוטער
אויב גייסטו יא זיין דאן איז די בעסטע עס אליין צו טוהן און שאר מאכען ארויף צו בידן מיט 1.52 מער וויפיל מען וויל דהיינו אויב עס איז יעצט ביי 20 דאללער וועט סנייפער גיין צום מינימום פון 21 איך גיי 22.52 אז אויב דער דזשאו-דזשמאו איבעי בידער ווי דו רופסט אים וועט גיין 22 אדער אפילו 22.50 וועט ער זיך טרעפן מיט רויטן X און האסט אים גוט אפגעטוהן...חחח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 12:52 pm
דורך אלעקסיי
ענדליך א נייער פיטשער אויף איבעי, ביז היינט פלעגט מען קענען אויסשטעלן די בלאט פון נידריג צו הויך אבער פארקערט, אבער נישט אריינגערעכנט די שיפינג קאסטן, וואס דאס פלעגט קענען זיין אין די הויכע ציפערן (עס האט זיך אביסל איינגעשטילט נאכן איינשטעלן צו לייגען עקסטערע פידבעק ווי אזוי מען איז ציפרידען מיט יענעמ'ס שיפינג קאסטן), אבער יעצט איז עס געטוישט געווארן און איבעי שטעלט עס אויס לויט די פרייז און ליפערונג פרייז אינאיינעם!!!

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 04, 2007 9:27 pm
דורך שלמה שמש
איך וויל דא ברבים אויס דריקן מיינע הערצליכע דאנקן פאר הרב אלץ ווייסער ער האט מיך ממש געראטעוועט איך האב קיינמאל פריער נישט געהערט אז עס איז דא אזא זאך איך האב עס שוין היינט גענוצט און מיך באלעקט די פינגער...
שוין אפאר טאג וואס איך וויל קויפן א ספעציפישע זאך אויף איבעי אין איך וויל אבער נישט ארויף צאלן דעראויף איז אויסגעקומען ממש יעדע מאל אז די לעצטע פאר מינוט איז געווארן א מלחמה אין די פרייז איז געווארן אזוי ארויפגעשרויפט אז עס איז געווען א שרעק איך האב עס שוין בכלל נישט געדארפט אבער דאס מאל איז געווען זייער רואיג עס איז געקומען אנדערהאלבן מינוט פארן ענדגין ויבא איינער האט זיך אנגעריקט איך האב מיך אנגעהאלטן דעם אטעם וואס וועט דא זיין עס איז געווארן 20 סעקונדעס 15 סעקונדעס ווי איז אלץ ווייסערס סנייפער דער גרויסער עקס שטייט דארט אין כך הוה ביים לעצטן סעקונדע האט ער אויסגעשריגן די האסט עס געווינען הא הא הא הא הא יו איז דעס גוט
שכח דער זכות זאל דיר ביישטיין...

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 2:23 pm
דורך אנדי פעטיט
איך וויל דא בעטען א טובה.

איך וויל מיך אנהייבען ארום צו שפילען אויף איבעי אבידלץ איך בין נישט אינטרעסירט צו קויפן אויף איבעי ווייל ס'איז נישט ממין סטייל. איך בין אויף נישט אינטרעסירט צו ווערען אן אפיציעלע איבעי סעלער פאר פרנסה.

אבער איך וויל עס טון אלס א האבי. דאס הייסט איך וויל פארקויפען אויף איבעי אזעלעכע גענוצטע אדער נישט גענוצטע אייטעמס וואס ליגן אין מיין הויז אוועק געלייגט נאר אויף צו ווערען אפגעשטויבט א יעדעס יאר פאר פסח.

איך האב אמאל געמאכט אן אקאונט אויף איבעי ווייל איך האב עפעס געקויפט.

היות איך זעה אבער אזוי פול תילי תילין של הלכות אויף די איבעי אינסטראקשענס און איך האב נישט קיין געדולד אלס אדורך צו ליינען, ספעציעל אז איך טו עס נאר אלץ א האבי, וואלט איך געוואלט וויסען אויב איינער קען דא שרייבען די וויכטיגסטע הלכות און אינסטרוקציעס ווי אויך וואס נישט און וואס יא צו טון וכו' וכו'.



יישר כח למפרע.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 3:08 pm
דורך אלעקסיי
גם אני בחלומי מצטרף לבקשת אנדי. א קונה בין איך שוין א גרויסער. יעצט וויל איך הערן הל' מכירה.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 06, 2008 2:42 pm
דורך אלעקסיי
א נייע תקנה אויף איבעי וואס איז ווערט צו באגריסען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 24, 2008 3:26 pm
דורך אלעקסיי
לעצטענס האבן זיי ווידער געמאכט טשענזשעס אויפן סייט, איך גלייך עס אינגאנצען נישט. כדי אנצוקומען צו די "קויף עס יעצט" אפציע, נעמט שוין לענגער ווי מאכען א בורא נפשות. וואס איז פשט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 24, 2008 9:48 pm
דורך מאשקע
אז דיין ברכות מאכן איז נישט אזוי איי איי איי...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 24, 2008 10:20 pm
דורך scy4851
חחחחח!

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 28, 2008 3:55 pm
דורך אלעקסיי
חחח, אהער חחח אהין, מיין בורא נפשות נעמט מיר א 5 סעקונדען לערך, וויפיל נעמט דיינס ר' יוסל? (אפשר מאך איך א שטודיע דערויף [סעקער בלע"ז]?)

ביי איבעי קען מיר עס איצט נעמען קרוב צו 10 סעקונדען ביז איך דערגרייך די אפציע, אנשטאט ווי אמאל אין א סעקונדע?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 29, 2008 10:59 am
דורך גוט_קעפל
איך האב געבידט אויף א אייטעם, און פארשטייט זיך נאכדעם האב איך באמערקט אז סאיז נישט פאר מיר, די ביד ענדיגט זיך ביז א שעה.
איז נאך שייך עפעס צו טוהן?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 29, 2008 11:09 am
דורך thefact

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 29, 2008 11:25 am
דורך גוט_קעפל
א ריזיגע שכוח, האסט מיר געשפאָרט $70.00

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 29, 2008 4:35 pm
דורך אלעקסיי
אילו לא נתייסד קרעטשמע אלא בשביל זה דיינו.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 17, 2009 12:09 am
דורך יגדיל
איך פלעג ניצען די פראגראם פיון אלץ ווייסער איך כהאב טאקע שטארק הנאה געהאט
אבער לעצטענס מאכט ער מיר פראבלעמען
דהיינו וואס איך לייג דארט אריין געווינט ער מיר נישט
אין איך זע ניטאמאל נאכדעם די גאנצע ביד וואס איך אריין געלייגט אין פאר וויפעל עס איז פארקופט געווארן ?
איך מיין אז לעצטענס איז דא בעסערע סנייפערס פין אים אפשער ווייסט איינער פין עפעס בעסערס

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 11:56 am
דורך סתם_אזוי
א גוטן!

איך האב לעצטנס באשלאסן פטור צו ווערן פון אפאר אומוויכטיגע זאכן פון מיין הויז און עס ארויפשטעלן אויף איבעי. אזויווי עס איז די ערטשע מאל איך פארקויף עפעס אויף איבעי האב איך אפאר שאלות, און איך האף דער עולם וועט מיר קענען העלפן.

איך האב ארויפגעשטעלט עפעס א קעיבל אין עס האט זיך ב"ה שיין פארקויפט. (האטס נישט מורא; איך בין נאכנישט קיין עושר....) איך וויל וויסן וואס איך דארף טון נעקסט. פארשטייט זיך אז איך שיק אים עס נישט ארויס ווילאנג איך באקום מיין געלט. דארף איך עפעס טון צו באקומען מיין געלט אדער ער דארף עס אליין צאלן? און וויאזוי ווייס איך אויב ער האט שוין באצאלט?

מן הסתם וועל איך נאך האבן אפאר שאלות, אבער דאס איז עס פאר יעצט.


ביידעוועי: איבעי האט א נייע זאך אז מען קען פארקויפן 5 אייטעמס אין 30 טעג פאר פרי!

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 12:03 pm
דורך Yes_or_no
געווענליך באצאלט מען מיט פעיפעל.
טשעק דיין פעיפעל אויב ער האט שוין בייצאלט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 12:05 pm
דורך סתם_אזוי
נאופ. ער'ט נישט באצאלט. וועט מען מוזן ווארטן.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 12:08 pm
דורך סתם_אזוי
נאך עפעס: עס שטייט
1 item I sold is eligible for a Second Chance Offer.

וואס מיינט סעקאנט טשענס אפפער?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 12:11 pm
דורך סתם_אזוי
אה! איך זעה שוין. איך קען אפפערן פאר די אלע וואס זענען געווארן אויסגעבידט א סעקאנד טשענס צו באקומען די אייטעם.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 12:14 pm
דורך לאז געמאכט
עס מיינט אז אויב די קענסט - מאיזה סיבה שהוא - נישט ענדיגן דעם מקח מיטן לוקח, קענסטו אנטראגן פאר דעם וואס האט געביד פארדעם אז זיי זאלן עס קויפן פאר וויפיל זיי האבן געביד.

עס איז אבער וויכטיג צו וויסן אז די אנדערע בידער'ס זענען נישט מחיוב דאס צו קויפן, די קענסט עס בסך הכל אפערן.

ווילאנג כ'האב עס אפגעטייפט האט שוין סתם אזוי אריינגעהאקט, אבער אז כ'האב שוין געטייפט שיק איך עס.

הצלחה רבה

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 12:51 pm
דורך ליסקא
איך זיך איינער וואס איז גרייט מיט מיר זיך אראפצוזעצן פארנט פון א קאמפיוטער אין מיך אויסלערנן אנגעהויבן פון אלף ווי אזוי מען קען קויפן אדער פארקויפן אויף אי-בעי ביטע זיך מעלדן אישית(אויב פעלט אויס גרייט צו צאלן)

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 12:54 pm
דורך סתם_אזוי
עס איז אמת'דיג נישט קיין גרויסע תורות. פארוואס ביסטו גרייט צו צאלן?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 12:55 pm
דורך סתם_אזוי
אויסער אויב דו ווילסט עס אמת'דיג טון פאר פרנסה. איך טו עס דשאסט פאר די פאן אף איט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 1:05 pm
דורך תמים
סתם_אזוי האט געשריבן:עס איז אמת'דיג נישט קיין גרויסע תורות. פארוואס ביסטו גרייט צו צאלן?

איך גלייב דעמאלטס אז דו וואלסט עס געקענט צו לייגן אויף קליין געלט נאך דערצו ווען דו ווילסט שפארן געלד פאר יענעם