ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס
זונטאג ינואר 20, 2013 3:31 pm
שנאפס האט געשריבן:קאפעליטש האט געשריבן:איך בין געווען ביי די פאסט אפיס מיט די טרעקינג נומער און זיי זאגן אז די פעקל האט געוואויגן איינס און א האלב פונט, דאס הייסט אז די באקס איז קלאר נישט געווען ליידיג, און פעי פעל האט יענעם געגעבן די פולע רעכט מיר צו בא'גנב'ענען, אן די מינדעסטע באווייז אז ער האט באקומען א ליידיגע באקס און אן בכלל נאכקוקן וויפיל די באקס האט געוואויגן, סארא חוצפה....!
איך גיי יעצט אפילן די קעיס מיט א קאפי פון די שיפינג אינפארמאציע.
נעקסטיים שיק זיי די אינפארמאציע גלייך אנפאנג, וואלסטו אפשר פארשפארט די עגמת נפש
ווי אויך איז בעסער אז מען רעדט צו זיי לייוו אויפן פאון
די מעשה איז אז אי בעי האט מיר געזאגט אז זיי קענען אליינס נאכגיין די אינפארמאצע,
יעצט וועל איך שוין זיין וואויל אי"ה. שכח פארן מיר ארויסהעלפן ביז אהער.
Advertisement
דינסטאג ינואר 22, 2013 5:01 pm
שאלה
איך האב אסאך אלטע געניצטע עלעקטראניקס וואס מען ניצט שוין היינט נישט
האב איך עפעס פון עס נאך האלטן ביי מיר און יבא יומו וואס איך וועל קענען מאכן געלט דערפון?
לוינט זיך עס ארויף צו לייגן אויף איבעי? (און דערלייגן די ליסטינג קאסטן)
אדער אריין אין מיסט קאסטן?
איז דא עפעס א אנדערע וועג צי מאכן קעש דערפון?
אדער לוינט זיך צי ווארטן ביז די מוזעאמס וועלן עס זוכן?
איך רעד למשל פון
דאס (נישט ממש דאס איז נאר א דוגמה)
דינסטאג ינואר 22, 2013 5:05 pm
לוינט נישט די צייט זיך צו שפילן מיט דעם
אחוץ אויב עס זענען גאר אלט, א שטייגער ווי די אור אלטע טעלעפאנען וואס מען פלעגט נאך דרייען (מיט א פענסיל..) אזוינס קענסטו היינט פארקויפן פאר גוט געלט,
אבער עלעקטראניקס פון די לעצטע צען יאר איז א שאד די צייט
דינסטאג ינואר 22, 2013 6:49 pm
פאטאקי08 האט געשריבן:שאלה
איך האב אסאך אלטע געניצטע עלעקטראניקס וואס מען ניצט שוין היינט נישט
האב איך עפעס פון עס נאך האלטן ביי מיר און יבא יומו וואס איך וועל קענען מאכן געלט דערפון?
לוינט זיך עס ארויף צו לייגן אויף איבעי? (און דערלייגן די ליסטינג קאסטן)
אדער אריין אין מיסט קאסטן?
איז דא עפעס א אנדערע וועג צי מאכן קעש דערפון?
אדער לוינט זיך צי ווארטן ביז די מוזעאמס וועלן עס זוכן?
איך רעד למשל פון
דאס (נישט ממש דאס איז נאר א דוגמה)
עס קען אייביג זיין אז איינער וועט דיקא יא זיכן א געוויסע אלטע אייטעם וואס ווערט שוין נישט גענוצט היינט אזוי אפט,
די שאלה איז וויפיל די ביסט גרייט זיך ארימצישפילן דערמיט.
א חבר מיינער פארציילט מיר אז ער האט איין טאג באשלאסן צו מאכן סדר ביי זיך אין אפיס און היים, און האט ארויפגעשטעלט אסאך אלטע געניצטע זאכן וואס האבן געזאמעלט שטויב ביי אום, און האט געמאכט א שיינע פאר טאלער דערפון.
די קענסט זען וויפיל עס האט זיך לעצטענס פארקויפט פון א געוויסע אייטעם ווען דיר דריקטס די
'קאמפליעט ליסטינג' קנעפל נאכן אריינלייגן די אייטעם.
מיטוואך ינואר 23, 2013 1:07 am
דאס כ'דענק נאך מיין מגי"ש האט עס נישט געלאזט האבן אין ישיבה, לייג עס שוין ארויף, כ'קויף אפ אלע דערפון, א נצחון אין מיין מגי"ש
כ'וואלט דיר געראטן זאלסט בעטן איינער וואס האט א פרימעיום אקאונט אויף איבעי זאל עס ארויף לייגן, ווייל דענסמאל וועט עס דיר נישט קאסטן אזוי סאך, ס'קאסט בערך 5 סענט א ליסטינג.
קוק אויך ביי די סאלד ליסטינגס פארוואס יענע איז יא געווארן פארקויפט, וואס האט ער בעסער געמאכט, די טייטל, דעסקריפשען, שיפינג, ריטערן, הענדלינג טיים וכו'
אמאל איז געווען די סאלד אפטשען נאר ביי עדווענס סערטש, לעצטענס האבן זיי עס ארויס געברענג דארט פון אויבן, א פיינע זאך!
מיטוואך ינואר 23, 2013 1:46 am
קאפעליטש, האסט געהאט אונשורענס פון די פאסט אפיס? מיט זיי דארפט עס מאכען
מיטוואך ינואר 23, 2013 11:17 am
די פאסט אפיס אינשורד נאר די ערשטע הונדערט דאללער
מיטוואך ינואר 23, 2013 1:51 pm
וואס איז די חילוק פון רויט אין גרין?
מיטוואך ינואר 23, 2013 1:52 pm
רויט מיינט ער האט גארנישט פארקויפט, גרין מיינט מען האט יא פארקויפט
זונטאג ינואר 27, 2013 2:40 pm
ביטע הילפט, איך טריי שוין צו בידן אויף א אייטעם עטליכע מאל אין דער לעצטע פאר חדשים, מיט gixion
אבער איך האב נאך קייןמאל געווינען, וואס טיה איך ראנג?.? יישר כח.
זונטאג ינואר 27, 2013 4:19 pm
דער ענדגילטיגער געווינער האט גע'ביד ווייניגער ווי דיר, אדער די?!?
זונטאג ינואר 27, 2013 10:02 pm
ער האט געביד העכער מיר, אבער ווי אזוי געווינט ער אייביג? ניצט ער דען דער סנייפער ? איך ניץ דאך gixeon
מאנטאג ינואר 28, 2013 1:26 pm
איינער וואס האט א שנעלע אינטערנעט קאנעקשאן קען מעניועלי איבערגעווינען די אלע סנייפערס
איך האב שוין כמה פעמים געווינען בידס מיט 2 סעקונדעס
און איך האב טאקע נאכדעם באמערקט אז די אנדערע ניק האט געניצט איינע פון די חברה
מאנטאג ינואר 28, 2013 3:39 pm
קודם כל א יישר כח,
נו, לויט דעם וואס קען איך טון????
2) איז דען דא א סנייפער מיט א שנעלער אינטער נעט קאנעקשן ווי gixeon??
3) ועוד, איך זעה דאך אז ס'איז דא קרעטמערסיטען וואס ניצן דוקא יא gixeon אין זיי זענען מצליח צו געווינען די אייטעם?????
מאנטאג ינואר 28, 2013 3:59 pm
קודם טשעק (דורך sold items) פאר וויפיל אזא אייטעם פארקויפט זיך געווענליך מאקסימום
קיינער גייט דאך נישט בידן אויף עפעס וואס איז נישט ווערד די בידינג פרייז
נאכדעם לייג אריין אין די סנייפער די העכסטע ביד וואס איז שייך
מאנטאג ינואר 28, 2013 7:36 pm
איך נוטץ snip.pl עס קאסט מיר 19 צענט נאר פאר די סנייפס וואס איך געווין און מען קען עס אנשטעלען וויפיל סעקונדעס פארען סוף עס זאל סנייפען.
דינסטאג ינואר 29, 2013 2:03 am
קאפעליטש
וואס איז געווארן למעשה
השם יצילך מהלעבאניזער ערבי הזה
דאנערשטאג ינואר 31, 2013 3:45 pm
gamyuchad האט געשריבן:קאפעליטש
וואס איז געווארן למעשה
השם יצילך מהלעבאניזער ערבי הזה
נאך עטליכע מאל אפיעלן די קעיס, האב איך יעצט ב"ה באקומען א פאון קאל פון פעי פעל אז זיי גייען מיר אריינלייגן די געלט אין מיין אקאונט.
דאנערשטאג ינואר 31, 2013 3:51 pm
ב"ה, א איד טאר קיינמאל נישט אויפגעבן
דאנערשטאג ינואר 31, 2013 5:52 pm
ב"ה
למעשה ווער בלייבט מיט די שאדן?
פעי פעל אדער די קאסטומער?
פרייטאג פבואר 01, 2013 11:12 am
פאטאקי08 האט געשריבן:ב"ה
למעשה ווער בלייבט מיט די שאדן?
פעי פעל אדער די קאסטומער?
פעי פעל. וויבאלט זיי האבן שוין געגעבן די געלט פאר די קאסטאמער. (און ער האט עס שוין לכורה ארויסגענומען)
פרייטאג פבואר 01, 2013 11:27 am
קאפעליטש האט געשריבן:פאטאקי08 האט געשריבן:ב"ה
למעשה ווער בלייבט מיט די שאדן?
פעי פעל אדער די קאסטומער?
פעי פעל. וויבאלט זיי האבן שוין געגעבן די געלט פאר די קאסטאמער. (און ער האט עס שוין לכורה ארויסגענומען)
שאץ זיי נישט אינטער, זיי קענען אפמאכן צי לייגן א האלד אויף די אקאונט (מיט געלט) מיט אלע פענסי ריזענס.
זונטאג פבואר 10, 2013 12:54 pm
not possible to add SKU'S to items selling on eBay?
זונטאג פבואר 10, 2013 1:11 pm
eBay is different from amazon, they've item numbers
זונטאג פבואר 10, 2013 1:15 pm
u mean this 'manufacturer’s part number'?? i