בלאט 6 פון 18

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 06, 2010 9:53 pm
דורך אךשמח
איך האב ארויפגערוקט עטליכע געשמאקע עפפס פון איבעי אויף מיין באליבטן ענדרויד פאון און זיך גענומען ביד'ן און קויפן זאכן אזש ס'געגאנגען א רויך.

עטליכע זאכן זענען געווען גאנץ נוצבארע און געשמאקע זאכן, אבער אין מיין פלייס צו ביד'ן האט זיך אריינגעכאפט זאכן וואס כ'האב לכתחילה נישט אינזין געהאט צו איינהאנדלען דעם אייטעם.

למשל, איך געזוכט פאר עמיצן א ספרינט פאון און זעענדיג אן אלטן פאלם פאון פאר א צענער האב איך געקלערט, פארוואס נישט? איך האב זיך געפרייט צו זען אז כ'האב עס געוואונען אבער ס'מיר ביטער געווארן ווען ביים באצאלן האב איך דערזען אז איך דארף צולייגן פופצן טאלער פאר שיפינג, און נאך האב איך געזען אז מ'רעדט נאך דא פון אן אלטן פאלם פאון וואס האט נאך דעם אלטן ספרינט סימבאל.

ווען ס'מיין טעות איז איין זאך, אביר אויפן פאדערשטן בלאט איז געשטאנען אז ס'פרי שיפינג, און ערשט יעצט זע איך אנדערש??

איז דא עפעס וואס כ'קען טון דערוועגן????

ביני לביני האט שוין איבעי געעפנט א קעיס קעגן מיר פארן נישט באצאלן.

שיער פארגעסן, איך האב שוין עטליכע מאל געשיקט צום סעלער אז זיי זאלן האבן איינזעעניש און מיר אראפנעמען פון דארפן קויפן, אבער זיי שפירן נישט וויכטיג אפי' צו ענטפערן.. 

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 12:26 am
דורך שוועמל
איך ראט דיר זאלסט נישט האלטן קיין איבריגע צענט אין קיין איינע פון דיינע פעיפעל אקאונטס!!

איבעי\פעיפעל זענען מומחים אין אויסגעפונען אלע דיינע אקאונטס גאנץ שנעל און זיי קענען דאס אפשפארן פאר דיינע געפערליכע חטאים פאר נישט באצאלן.

טויש אייפי, טויש אימעילס, טויש אדרעס, טויש נאמען.. און נאך א צייט מאך א נייע אקאונט. נוץ קיינמאל נישט די זעלבע קרעדיט קארט אדער באנק אקאונט פון דיינע אלטע פעיפעלס.

פארזיכטיג.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 12:58 am
דורך אךשמח
פאוואליע.

צוערשט א הערצליכן דאנק פארן ארויסהעלפן.

צווייטנס, בין איך א געפערליכן מן הארץ אין דעם גאנצן איבעי/פעיפעל געשפענסט. איך האב זיך נארוואס דערין אריינגעטאן נאכן באשאנקן ווערן פון דעם איבעי עפפ וואס דער ענדרויד מארקעט האט מיר צוגעשטעלט.

איך האב שוין כמה פעמים געקלערט איבער טון מסחר אויף איבעי, וואס איך האב א גוטע ליין מיט וואס צו( )האנדלען דערויף. אבער דאס פאר א קומענדיגע געלעגנהייט.

מיין פעיפעל איז אנגעבונדן אין מיין טשעקינג עקאוינט וואס דארט ליגט זעלטן גרויס געלט... און אויך צו א קרעדיט קארד. אינעם פעיפעל קאנטע האביך קיינמאל נישט אריינגעשטעלט קיינע קאפיקע.

אפשר לוינט זיך צו צאלן די פינף און צוואנציגער און פטור אן עסק?

איך האב נאך א פאל וואס כ'האב בטעות גע'ביד אויף אן אייטעם וואס איז נישט ווערד גארנישט..

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 1:01 am
דורך אךשמח
מיין האום פעידזש ביי איין בראוזער אויף מיין ענדרויד איז אנגעשטעלט אויף 'זוך אקטיווע אשכולות'.

פארוואס קומט נישט דער אשכול ארויף אלס אן אקטיווער אשכול????

פון ווי האט עס הרב שוועמל דערשנאפט?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 1:06 am
דורך שוועמל
בעפארן זיך אריינטון אין איבעי\פעיפעל,
אפשר לייגט איר זיך אריין קודם אין ענדרויד\סמארטפאון?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 1:28 am
דורך אךשמח
ביטע זייט מסביר.

ווילסט עפעס וויסן איבער די כלים, דאן פרעג.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 9:18 am
דורך קהת
אפשר קענסטו עס קויפן און דערנאך געב עס צוריק???

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 10:56 am
דורך אךשמח
וואס הייסט?

ווי קען איך עס צוריקגעבן אויב ס'גוט?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 11:50 am
דורך קהת
זאג עהם אז די האסט געמאכט א טעות

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 1:58 pm
דורך bobke
You will probably not get back the shipping charge & you will need to pay for return shipping

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 7:57 pm
דורך אךשמח
ביים אייטעם וואס כ'האב בטעות גע'ביד, האב איך אריינגעשיקט צום סעללער א בריוו און געבעטן אז מ'זאל מיר אראפנעמען פון די פאראנטווארטליכקייט פון דארפן באצאלן היות ס'געווען א טעות. און, ב"ה ר'האט נאכגעגעבן.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 15, 2010 7:41 pm
דורך דער תהילים איד
איך וויל פארקויפן א גענוצטע (נישט אויסגענוצטע) באגאבא קערעדש, פאר ארום 400 טולער.

צו לוינט זיך צו פרובירן דאס אליינס צו פארקויפן? אדער אזא אייטעם וועט מען נאר קויפן פון איינעם מיט א גוטן פידבעק.

(אויב האלט ד'רוילעם אז יא, וועל מיר מוזן איבערגיין דען אשכול מיט ישוב הדעת, און זיך דערלערנען דעם פאך..)

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 15, 2010 10:58 pm
דורך קהת
וויאזוי קען מען טרעפען א באניצער פון איבעי? ד.ה. למשל מיין חבר הייסט אויף איבעי kehos1234 וויאזוי קען איך זעהן זיין פידבעק סקאר?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 4:31 pm
דורך סתם_אזוי
אויבן אויף די רעכטע זייט שטייט community דארט קענסטו זוכן א יוזער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 4:36 pm
דורך דער תהילים איד
דער תהילים איד האט געשריבן:איך וויל פארקויפן א גענוצטע (נישט אויסגענוצטע) באגאבא קערעדש, פאר ארום 400 טולער.

צו לוינט זיך צו פרובירן דאס אליינס צו פארקויפן? אדער אזא אייטעם וועט מען נאר קויפן פון איינעם מיט א גוטן פידבעק.

(אויב האלט ד'רוילעם אז יא, וועל מיר מוזן איבערגיין דען אשכול מיט ישוב הדעת, און זיך דערלערנען דעם פאך..)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 8:11 pm
דורך קרעמער
פארוואס דוקא אויף איבעי? איך ווייס פון א אינגערמאן וואס זוכט יעצט צו קויפן אזא קערידזש

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 10:07 pm
דורך צייטליך
קרעמער האט געשריבן:פארוואס דוקא אויף איבעי? איך ווייס פון א אינגערמאן וואס זוכט יעצט צו קויפן אזא קערידזש


איך האב פונקט נעכטן געקויפט די נייע באגעבא-בי קערידזש. (כ'האב כמעט גענומען א מארגעזדש דעראויף) און איך בין אביסל געליגן דעראון די לעצטע פאר וואכן. (מ'האט מיך דעראין אריינגעלייגט..) אלזא איך וואלט נישט אפגעקויפט א געניצטע באגעבא קערידזש וויבאלד מ'ברויך צוקומען צו זייערע פארט'ס נאך א שטיק צייט און עס איז זייער טייער. אלזא אונטער די ווערענטי קען מען עס קריגן, אבער דאס קריגט מען נאר ווען מ'קויפט דאס פון א דירעקטע דילער פון באגעבא.

ווידראום אויב וואלט איך יא געקויפט א גענוצטע, וואלט איך טאקע נאר געקויפט אזא זאך פון איינער וואס האט אסאך פיד בעק'ס און איך פיל זיך גענוג זיכער אז יענער נארט מיך נישט אריין מיט א שיינער בילד אבער אפגעוועטשטער קערידזש.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 19, 2010 3:39 pm
דורך דער תהילים איד
יישר כח צייטליך.

לפי זה וועלן מיר טאקע אנפרעגן דא ווער (אדער וועלכע ניק) עס טוט דאס פאר א גוטן פרייז.

קרעמער: מיינסט צו זאגן כזאל פרובירן עס צו פארקויפן דאהי?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 19, 2010 4:29 pm
דורך קרעמער
קען זיין יענער האט שוין געקויפט, אבער פאריגע וואך האט א אינגערמאן געהאט א קינד און איך האב געהערט אז ער זוכט צו קויפן א באגעבו פאר ביליגער ווי די געווענליכע פרייז

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 30, 2011 1:04 am
דורך ליינער
איך האב פאריגע וואך זיך געעפענט אן איבעי אקאונט אין ארויפגעלייגט די ערשטע אייטעם צום פארקויפען.
און געשריבען אז איך שיק עס נאר אין די יו. עס. עי. און פרייע שיפינג.
צוויי טעג שפעטער באקום איך אן אימעיל אז איינער האט עס געקויפט אין דערנאך באקום איך נאך אן אימעיל ווי יענער שרייבט מיר Hello Am Mrs Suzanne From USA,Presently now am in Spain for a Church program i saw your item above at eBay and I feel like it will be nice to present it as a gift to my son that will be celebrating his birthday this month,He is studying computer science in Nigeria and that is where the item will be going to,i want you to go and get the Shipping cost to Nigeria and your PAYPAL ID i will be paying for the shipping (USPS GLOBAL EXPRESS MAIL EMS)you can Email me (browsuzanne@yahoo.com) Urgent Reply I would like to have the item shipped to the address below: Mike Bryan No 26 Oba Akinjobi st ikeja, lagos 23401 Nigeria

וואס ברויך איך יעצט צו טוהן?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 30, 2011 1:15 am
דורך קרעמער
פארדעכטיגט איז נישט די ריכטיגע ווארט, ווייל פארדעכטיגט מיינט א חשד, און דא האסטו קלאר צוטאן מיט א שווינדלער

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 30, 2011 1:26 am
דורך שוועמל
ענטפער נישט דעם אימעיל, דאס איז א גניבה שטיק

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 30, 2011 1:48 am
דורך ליינער
ווי אזוי ווער איך פטור פון אים אן קיין שום היזוק?
ווי אזוי קען איך צוריק ארויפלייגען די אייטעם אויף איבעי?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 30, 2011 2:03 am
דורך שוועמל
פטור וועסטו ווערן נאר אויב דו ענטפערסט נישט גארנישט, פשוט איגנאריר.

ווער האט דיר אראפגענומען דיין אייטעם פון איבעי?
אויב די ליסטינג האט זיך געענדיגט קענסטו עס ריליסטן פון 'מיי אקאונט'.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 30, 2011 2:12 am
דורך ליינער
איך קען עס ריליסטען אפילו עס שטייט סאלד?

ער האט מכלומרשט אן אמעריקאנע אדרעס (איך האב עס נאכגעזוכט אויף 411.COM און זיי טרעפען עס נישט) אויכעט און א יאהו אימעיל