ביטקוין און אנדערע קריפאו-קאררענסיס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

חלהדעקל
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 2:11 pm

נישט פארגעסן א יאר צוריק Aug האט עס געהאלטן ביי $585 און 2 יאר צוריק אזאז צייט ביי $265
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
טעם וריח
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 5:25 pm

פרייזן פארן צירוק ארויף ווי משוגע.

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 6:45 pm

האט נישט קיין פשט צו שרייבן א תגובה יעדעס מאל ס'גייט אראפ אדער ארויף, ס'איז נאטורליך אז וואלוטע גייט ארויף און אראפ. (לויט די וואס ווילן זאגן אז ביטקוין איז א וואלוטע)

אוועטאר
טעם וריח
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:47 pm

מומחה עצום האט געשריבן:האט נישט קיין פשט צו שרייבן א תגובה יעדעס מאל ס'גייט אראפ אדער ארויף, ס'איז נאטורליך אז וואלוטע גייט ארויף און אראפ. (לויט די וואס ווילן זאגן אז ביטקוין איז א וואלוטע)

במחילת כבודך, ביטקוין האט געכאפט א מיעוסע טראסקע פאריגע וואך נאך די טשעיס הויפט עקזעקעטיוו נייעס, סאיז געפאלן פון כמעט 5 אלפים צו 3 אהאלב, יעצט שטייגט עס אין גרויסן. ווי איידער צו טראסקען א תגובה, זאטש׳ע מסביר פארוואס סגייט יעצט צירוק ארויף.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:50 pm

די וועג וויזוי מ׳האט דא גערעדט האט אויסגעזען ווי ביטקוינס איז א פארגאנגענהייט, ס׳שוין איינמאל א נייעס.

האקט-שיק
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:12 pm

עטס האט ניטאמאל א פערטל ביטקוין, סתם רעדן אין די וועלט אריין קען יעדער.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3244
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:23 pm

און גראדע איז די טראסק ענדערש געקומען פון כינע מיינעך
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

דערבארומדיג'ער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:58 pm

עין טובה האט געשריבן:און גראדע איז די טראסק ענדערש געקומען פון כינע מיינעך

זיכער

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 11:37 pm

איינער דא פארשטייט די סיבה פארוואס ביטקוין זאל בכלל האבן אזא וועליו? ס'איז נישט באזירט אויף קיין עקאנאמיע, און די דימענד איז נאר בעיסד אויף די דימענד (דהיינו, אז קיין "עכטע" נוצןמהאט דאס נישט, נאר אז ס'גייט ארויף לויפט יעדער קויפן).

סך הכל איז דא קרימינאלן וואס זיי דארפן דאס האבן, אבער איך זעה נישט פארוואס דאס זאל נישט קראכן אין פינעף מינוט איינמאל דער עולם ווערט עקסיידעט פאר א נייעם קארענסי.

דורכגעליינט דעם אשכול און דערווייל נישט געטראפן קיין הסבר.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 11:44 pm

זאג, דו האסט א פערטל ביטקוין? אז נישט וועט זיידי באלט קומען שרייען.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 1:11 am

El Rushbo האט געשריבן:איינער דא פארשטייט די סיבה פארוואס ביטקוין זאל בכלל האבן אזא וועליו? ס'איז נישט באזירט אויף קיין עקאנאמיע, און די דימענד איז נאר בעיסד אויף די דימענד (דהיינו, אז קיין "עכטע" נוצןמהאט דאס נישט, נאר אז ס'גייט ארויף לויפט יעדער קויפן).

סך הכל איז דא קרימינאלן וואס זיי דארפן דאס האבן, אבער איך זעה נישט פארוואס דאס זאל נישט קראכן אין פינעף מינוט איינמאל דער עולם ווערט עקסיידעט פאר א נייעם קארענסי.

דורכגעליינט דעם אשכול און דערווייל נישט געטראפן קיין הסבר.

רט. לענ"ד איז דאס א פשוט'ע געמבעל.

כאטש איך פארשטיי מומחה'ס עמאציאנאלע שוואכקייט דערצו, זייענדיג די בעיבי פין די ווירטואלע וועלט, האט דאס אבער למעשה נישט קיין שום דעקונג...!

און ניין איך פארמאג נישט קיין פערטל ביטקוין... סאררי.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
טעם וריח
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 5:46 am

וואס קאסט א פערטל ביטקוין? סשטעלט זיך צאם א מנין אינוועסטארס

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 2:02 pm

אזוי זעט עס אויס ווען מ'מאלט וואסער, יאצמעך שענקט טיטלען און אַבּערוואַס ווערט א פסיכאלאג.

לענינינו, ווען איז די לעצטע מאל וואס איר האט זיך פאראינטרעסירט אין די דאלער אדער רובל? דאלארן האט דאך יעדער איז פארוואס עפענט מען נישט אן אשכול וואו מ'וועט רודערן איבער די ווערד פון גאלד אדער דאלער?

נאר עס איז נארמאל אז וואלוטע פארט אראפ און ארויף, ווען זאכן קראכן ווי למשל די פונט נאך די ברעקזיט רעפערענדום, דאן איז עס אינטרעסאנטע נייעס.

ענק האבן נישט קיין ביטקוין, ניטאמאל פארשטייט איר די יסודות פון ביטקוין אדער עקאנאמיע, מ'באבעלט נאך וואס יענער זאגט אין מקוה און אזוי פלוישט מען אראפ און ארויף. יעדע וואלוטע האט א געוויסע באלאנסירטע ווערד וואו עס האלט זיך געווענליך, ביטקוין איז אויך אזוי, וואס די באלאנס איז איז נישט נוגע צו אונזער שמועס. די מציאות איז אז לעצטענס איז ביטקוין געשטיגן העכער ווי עס קען זיך האלטן, דעריבער איז געווען ערווארטעט אז ס'זאל קראכן און צוריקגיין צו די עטוואס באלאנסירטע ווערד.

איז וואו מאכט מען געלט? דאס איז די ארבעט פון א מארקעט שפעקולאנט צו כאפן די סטאקס, וואלוטע וכו' גלייך ביים אנהייב אויפן וועג ארויף און וויסן ווען צו פארקויפן פאר עס הייבט אן אראפצוגיין.

ווער עס ווייסט רעדט נישט, און ווער עס רעדט ווייסט נישט, וכמאמר החכם בקהלת ב, י"ד

און ניין, איך גיי נישט געבן א שיעור אין ביטקוין.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 3:18 pm

אנטשולדיגט מיר מומחה איך בעט דיר איבער, אבער דו נעמסט אייוועלט צו סיריעס, לאו דוקא ביטקוינס.

נישט יעדער איז אזוי געלונגען ווי דיר, אז ווען א זאך פארנעמט העדליינס געט מען א סערטש און מען האט ארויס די זאך דורך און דורך. קומט א ניק און שרייבט אז ס'שפרינגט, נישט ווייל ער האט עס דורך געטוען, נאר ווייל ער האט עס געזען אין די העד ליינס. מיינט נאך נישט אז ער דארף אראפ געריסן ווערן פאר דעם, סך הכל האט ער עס געזען אלס א נייעס וואס קען אינטערעסירן אנדערע.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

חלהדעקל
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 4:34 pm

El Rushbo האט געשריבן:איינער דא פארשטייט די סיבה פארוואס ביטקוין זאל בכלל האבן אזא וועליו? ס'איז נישט באזירט אויף קיין עקאנאמיע, און די דימענד איז נאר בעיסד אויף די דימענד (דהיינו, אז קיין "עכטע" נוצןמהאט דאס נישט, נאר אז ס'גייט ארויף לויפט יעדער קויפן).

סך הכל איז דא קרימינאלן וואס זיי דארפן דאס האבן, אבער איך זעה נישט פארוואס דאס זאל נישט קראכן אין פינעף מינוט איינמאל דער עולם ווערט עקסיידעט פאר א נייעם קארענסי.

דורכגעליינט דעם אשכול און דערווייל נישט געטראפן קיין הסבר.

אין 'דער איד' לויפט די לעצטע פאר וואכן א ארטיקל איבער די 'ביטקוין' דורך א אלטער באקאנטער שרייבער.., איר קענט עס פראבירן מיטצוהאלטן און עס מער ארויסהאבן.
1 + 1 = חלה דעקל...

הצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 11:53 pm

מומחה עצום האט געשריבן:אזוי זעט עס אויס ווען מ'מאלט וואסער, יאצמעך שענקט טיטלען און אַבּערוואַס ווערט א פסיכאלאג.

לענינינו, ווען איז די לעצטע מאל וואס איר האט זיך פאראינטרעסירט אין די דאלער אדער רובל? דאלארן האט דאך יעדער איז פארוואס עפענט מען נישט אן אשכול וואו מ'וועט רודערן איבער די ווערד פון גאלד אדער דאלער?

נאר עס איז נארמאל אז וואלוטע פארט אראפ און ארויף, ווען זאכן קראכן ווי למשל די פונט נאך די ברעקזיט רעפערענדום, דאן איז עס אינטרעסאנטע נייעס.

ענק האבן נישט קיין ביטקוין, ניטאמאל פארשטייט איר די יסודות פון ביטקוין אדער עקאנאמיע, מ'באבעלט נאך וואס יענער זאגט אין מקוה און אזוי פלוישט מען אראפ און ארויף. יעדע וואלוטע האט א געוויסע באלאנסירטע ווערד וואו עס האלט זיך געווענליך, ביטקוין איז אויך אזוי, וואס די באלאנס איז איז נישט נוגע צו אונזער שמועס. די מציאות איז אז לעצטענס איז ביטקוין געשטיגן העכער ווי עס קען זיך האלטן, דעריבער איז געווען ערווארטעט אז ס'זאל קראכן און צוריקגיין צו די עטוואס באלאנסירטע ווערד.

איז וואו מאכט מען געלט? דאס איז די ארבעט פון א מארקעט שפעקולאנט צו כאפן די סטאקס, וואלוטע וכו' גלייך ביים אנהייב אויפן וועג ארויף און וויסן ווען צו פארקויפן פאר עס הייבט אן אראפצוגיין.

ווער עס ווייסט רעדט נישט, און ווער עס רעדט ווייסט נישט, וכמאמר החכם בקהלת ב, י"ד

און ניין, איך גיי נישט געבן א שיעור אין ביטקוין.



אפשר געבסטו יא, א שיעור ?
קום אריין קלאר

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3244
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מוצ"ש סעפטעמבער 23, 2017 9:11 pm

געוויסע באריכטן טוהן אנדייטן אז עמעזאן וועט אנהייבן אקצעפטירן ביטקוין.

https://allthepics.net/image/KoNqw
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 2:01 am

מומחה עצום האט געשריבן:אזוי זעט עס אויס ווען מ'מאלט וואסער, יאצמעך שענקט טיטלען און אַבּערוואַס ווערט א פסיכאלאג.

לענינינו, ווען איז די לעצטע מאל וואס איר האט זיך פאראינטרעסירט אין די דאלער אדער רובל? דאלארן האט דאך יעדער איז פארוואס עפענט מען נישט אן אשכול וואו מ'וועט רודערן איבער די ווערד פון גאלד אדער דאלער?

נאר עס איז נארמאל אז וואלוטע פארט אראפ און ארויף, ווען זאכן קראכן ווי למשל די פונט נאך די ברעקזיט רעפערענדום, דאן איז עס אינטרעסאנטע נייעס.

ענק האבן נישט קיין ביטקוין, ניטאמאל פארשטייט איר די יסודות פון ביטקוין אדער עקאנאמיע, מ'באבעלט נאך וואס יענער זאגט אין מקוה און אזוי פלוישט מען אראפ און ארויף. יעדע וואלוטע האט א געוויסע באלאנסירטע ווערד וואו עס האלט זיך געווענליך, ביטקוין איז אויך אזוי, וואס די באלאנס איז איז נישט נוגע צו אונזער שמועס. די מציאות איז אז לעצטענס איז ביטקוין געשטיגן העכער ווי עס קען זיך האלטן, דעריבער איז געווען ערווארטעט אז ס'זאל קראכן און צוריקגיין צו די עטוואס באלאנסירטע ווערד.

איז וואו מאכט מען געלט? דאס איז די ארבעט פון א מארקעט שפעקולאנט צו כאפן די סטאקס, וואלוטע וכו' גלייך ביים אנהייב אויפן וועג ארויף און וויסן ווען צו פארקויפן פאר עס הייבט אן אראפצוגיין.

ווער עס ווייסט רעדט נישט, און ווער עס רעדט ווייסט נישט, וכמאמר החכם בקהלת ב, י"ד

און ניין, איך גיי נישט געבן א שיעור אין ביטקוין.

ר' מומחה, וויט אלל דע רעספעקט, איך בין אפשר נישט אזא 'מומחה' ווי אייך, אבער דאס איז א פשוט'ע זאך אז קיין שום קאררענסי/וואלוטע האט נישט מער כח ווי די אונטערליגענדע דעקונג/רעגירונג. און א אמעריקאנער דאלער איז נאר אזוי לאנג ווערט ווי אמעריקא איז וואס ס'איז און זיי בעקן דאס (און טאקע לויט די פארשידענע גינסטיגע/אומגינסטיגע פרעדיקשענ'ס/פאקטארן, גייט די וועליו אמאל אביסל ארויף און אראפ כסדר), און אזוי איז מיט סיי וועלכע סארט וואלוטע, אויב איז נישטא קיין עקאנאמיע און רעגירונג וואס שטייט דערונטער, האט דאס נישט קיין אמת'ע ווערט, נאר די גאנצע שוויות קומט און גייט "נאר" מיט שפעקולאציע (און נישט ווי געהעריגע וואלוטע וואס האט "אויך" צוטון מיט שפעקולאציע), ופשוט הוא.

אוודאי פארשטייט זיך אז ס'זענען דא נאך שטארקע חילוקים פין געהעריגע וואלוטע ביז ביטקוין, אבער דער שפיץ און דער עיקר איז ווי געשריבן פריער.

אדרבה, אויב האט 'ביטקוין' באיזה אופן באוויזן אויסצומיטן דעם פונדאמענטאלן סיסטעם, און האט א (אמת'ע) שטארקייט אויף אן אנדערען אופן, איז דאס פרעצעדענטלאז! און די וואס פארענטפערן דאס, זענען מכובד מסביר צו זיין פ"וו און וויאזוי דאס קען ארבעטן אין די לאנג ראן.
לעצט פאראכטן דורך אַבּערוואַס אום זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 2:08 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3244
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 2:08 am

גאלד האט א רעגירונג אונטער דעם? העדזש פאנדס?
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 2:14 am

עין טובה האט געשריבן:גאלד האט א רעגירונג אונטער דעם? העדזש פאנדס?

אן אריינצוגיין אין אלע עקאנאמישע יסודות, און פונקטליך וואס די שוויות פין יעדע זאך איז, איז אבער קלאר אז 'גאלד' איז א 'אנגענומענע אלוועלטליכע זאך', און האט דעריבער א יוניווערסיאלע ווערט, אויב ביטקוין זאל ווען זיין אפיציעל אנערקענט ביי די 'אלוועלטליכע רעגירונגען און מענטשהייט' וואלט דאס בלי ספק אוועקגענומען א שטארקע חלק פינעם שוואכקייט, דער פראבלעם איז אבער, אז קיין שום רעגירונג שטיצט דאס נישט אפיציעל (פארקערט גאר, געוויסע ווילן עס אונטערברענגן), און ממילא האט דאס נישט קיין עכטע שוויות.

מיט 'העדזש פאנדס' בינעך נישט באמת באקאנט, אבער אויב רעדט איר פינעם געדאנק פין 'סטאקס' וכדו', איז דאס טאקע נענטער צו געמבל ווי צו עכטע האנדל, און איז טאקע ענליכער צו ביטקוין און דעם זין.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3244
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 2:20 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:אויב ביטקוין זאל ווען זיין אפיציעל אנערקענט ביי די 'אלוועלטליכע רעגירונגען און מענטשהייט'


ביי מענטשן איז עס אנערקענט, און אפילו ביי געוויסע רעגירונגען..
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Legalit ... _territory
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 2:32 am

עין טובה האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:אויב ביטקוין זאל ווען זיין אפיציעל אנערקענט ביי די 'אלוועלטליכע רעגירונגען און מענטשהייט'


ביי מענטשן איז עס אנערקענט, און אפילו ביי געוויסע רעגירונגען..
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Legalit ... _territory

כ'האב נישט קיין עקסעס יעצט צו די לינק, און כ'גלייב אויך נישט אז וואס שטייט דארט איז באמת גענוג שטארק אפצוווענדן די יסוד וואס איך האב פריער געשריבן (ווייל נישט יעדע לאנד אדער גרופע פין מענטשן וואס גלייבן אין א זאך, זענען בכח עס צו מאכן פאר א שוויות).

אבער נניח אז ס'איז אפי' יא דא מאמענטום ביי א פראצענט מענטשן איבער 'ביטקוין' האט עס ווי געזאגט נאך עטליכע יסודות'דיגע חסרונות אלס וואלוטע וואס דארפן אדרעסירט ווערן בעפאר עס קען ווערן פאררעכנט ווי א געהעריגע שטארקע וואלוטע, אבער דאס צו פארשטיין פארלאנגט זיך בעצם א קלארערע לענגערע אפהאנדלונג צו וואס איך האב נישט די צייט און קלארקייט יעצט, וועל איך דאס ליבערשט לאזן פאר אנדערע.

איך זאג נישט אז "ס'קען" נישט געשען, אבער בעיסד אויף וויאזוי וואלוטע ארבעט ביז היינט איז זייער שווער צו זען "וויאזוי".
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3244
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 2:39 am

הער אויס, איך פארשטיי אויך נישט פונקטליך פארוואס ביטקוין האט א שוויות, אבער אויב זאל די שוויות נאר דארפן קומען ווייל מענטשן טראסטן אין איר דעמאלט איז עס דא. מענטשן טראסטן אין ביטקוין, והא ראי' ס'האט א ווערד. דו פרעגסט וועגן רעגירונגען, נו, ווילאנג זיי שטערן עס נישט איז עס נישט קיין פראבלעם. כל שכן אז זיי אנערקענען עס.

יעצט פארוואס ביטקוין האט טראסט ביי מענטשן? איך פארשטיי נישט פונקטליך, אבער די געדאנק איז אז ס'איז דא עפעס ארבעט אריינגעלייגט אין דעם. ס'איז נישט פלעין געמאכט אין ווארד....
פונקט ווי איך און דו קענעו אפמאכן אז פון היינט און ווייטער גייט מען נוצן אויף אייוועלט X פאר געלט, די X איז עפעס א נייע מין מושג, לאמיר זאגן אז ס'איז א שיין שטיקל גראפיקס וואס מעטשט א געוויסע קריטעריע, איז דאס א וואלוטע? ניין. אבער אז איך שטעל צו א סערוויס פאר מענטשן דא און איך בעט זיי צו באצאלן מיט איין X ווערט עס אוטומאטיש עפעס וואס מענטשן וועלן דארפן, ווייל דאס איז די איינציגסטע זאך וואס איך נעם אן אלס באצאלונג פאר מיין סערוויס, און אז דו דארפסט מיין סערוויס וועסטו עס מוזן זעהן צו שאפן. אזוי קען זיך אויפבויען א וואלוטע צו וואטעווער די נאמען איז.

גוט יאר, גוטע וואך און גוטע נאכט
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:06 am

ר' עין, איך מאך נישט אוועק וואס איר זאגט, אבער דאס איז נישט גענוג אז א זאך זאל באמת זיין ווערט, ס'איז אין בעסטן פאל א בחינה פין 'תלי בדבר אחר', אבער קיין אייגענע רוקנביין האט דאס נישט, און אויב עטליכע דאמינירענדע רעגירונגען וועלן עס מארגן בויקאטן, וועט עס טראסקען אין תהום אריין, און אויב וועסטו נישט צושטעלן דיין סערוויס וועט מען גיין צו א צווייטן, וכו' וכדו', און ניין, א וואלוטע האט נישט מיט וויפיל ארבעט ס'איז אריין אין דעם, נאר דורך וועם/וואס/וויאזוי עס ווערט געדעקט.

און ווי פריער געשריבן מ'דארף פשוט גרונטליכער פארשטיין וויאזוי וואלוטע ארבעט, דאס צו קענען בעסער אנאליזירן און פארשטיין על בריו און זען וואספארא זכות קיום דאס האט יא אדער נישט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
milech fried
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am

תגובהדורך milech fried » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 7:51 am

מומחה עצום האט געשריבן:
פרא-חסיד האט געשריבן:פארוואס זיכער?. לויט ווי איך זעה איז דא ספעציעלע כלים. דער ריטורן צייט איז 3 חדשים. אפילו מיט א גוטן GPU קען זיך לוינען. מסתם פעלט מיר ידיעות, אדרבה ילמדנו רבינו!

זוך אויף גוגל, חוץ אז דו האסט אומבאגרעניצטע עלעקטריק, וועט די פאוער אליין דיר קאסטן מער ווי די אנגעבליכע ספק פון רווח.


דער עולם ווערט געבעטן נישט צו שטערן די ביטקוין שמועס

אויב האב איך אומזינסטע אומבאגרעניצטע עלעקטריק און עקוויפמענט לוינט זיך מיר דאס געשעפט?


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט