ביטקוין און אנדערע קריפאו-קאררענסיס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

ביטקוין און אנדערע קריפאו-קאררענסיס

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג פאברואר 02, 2015 11:47 am

איך מיין אז די צייט איז שוין געקומען...
דא האט איר עטליכע אויסצוגן

פון דא
מאנ-יימער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:איינער קען אראפ לייגן אין קורצן וואס 'ביטקוין' איז? ס'איז זענען לעצטענס אסאך אין די נייעס אבער איך האב נישט פונקטליך ארויס די קאנצעפט. פון וואס איך פארשטיי איז עס ווי אנליין געלט. מ'האט זיך געהאט געשלאגן צו עס הייסט א געהעריגע קארענסי צו נישט. כ'כאפ נישט פונקטליך וואס וואו ווען.
איינער האט לכתחילה'ס נומבער?

שוין אסאך מאל זיך געוואלט נעמען צו אן ארטיקל איבער ביטקוין, און יעדעס מאל כ'האלט שוין אין גרעסטען ברען און פולען שוואונג (קרעדיט: יחצל) לאזן זיי מיך איבער מיט די צינג אינדרויסן! עס קומט פונקט יעמאלט ארויס א באריכט וואס קען אנדייטן די גענצליכע צוזאם פאל פונען גאנצען בנין.

שוין אבאוט טיים צו שרייבן א אפהאנדלונג איבער דעם, שוין די צווייטע מאל אין איין וואך וואס איך זעה עפעס נייעס דערוועגן, היינט איז באריכטעט אז "פלעקסקוין" א באנק פאר ביטקוינס האט צוגעמאכט נאכן האבן א ריזיגע גניבה ווען העקערס האבן אריינגעהעקט אין זייער אנליין באנק און אויסגעליידיגט זייער אוצר.




און דא שטייט
גימעל האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:דא קענט איר זעהן לייוו Bitcoin טראנזאקציעס איבער די וועלט http://fiatleak.com

און וואס איז ביטקאון? איך האב עס נישט געהעריג ארויס, פארוואס זאל עס א מענטש נוצען?



והא לך ממה שמצאתי כאן
היפאקריט האט געשריבן: אין א בעזונדערע אשכול זאל לכתחלה אדער ווער באריכטן ווער און וואס פאר א שווארץ קאפל ביטקוין איז, ווער ברויך עס, אאו (דוכט זיך עפעס א שייכות מיט די וואס גלויבן נישט אין די אמעריקאנישע וואלוטע ווייל ס'גייט שוין באלד אונטער ל"ע ול"ע)



ממילא עפן איך דעם אשכול ווי מ'זאל באהאנדלן אלעס ארום ביטקוין.

צום ערשט:
ווער איז אויפגעקומען דערמיט?
ווי אזוי ארבעט עס?
ווי באקומט מען עס?
וויפיל איז עס ווערט?
פארוואס האט עס א שוויות?
וואס איז מיט די לעגאלע חלקים פון דעם?
ועוד וכו' וגו' וכדומה

איך לאז איבער די ווארט פאר אייך.

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מאנטאג פאברואר 02, 2015 11:50 am

בעטו ובזמנו, ווען אלעס פאלט (נישט ממש, באט יו געט די פוינט), און ביטקוין ווערט נאר שטערקער או שטערקער

נו, חילי, מיר ווארטן מיא שפאנונג...

חלאבי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:56 am

תגובהדורך חלאבי » מאנטאג פאברואר 02, 2015 6:30 pm

עין טובה האט געשריבן:ווער איז אויפגעקומען דערמיט

Here is just a little on this very vast topic

Someone with the pseudonym (fake name) "Satoshi Nakamoto" developed the core source code. It's not known if "Satoshi Nakamoto" is an individual or a group

The most recent tentative (not certain) identification of "Satoshi Nakamoto" was all over the news last year after a Journalist wrote an article in Newsweek identifying "Satoshi Nakamoto" as Dorian
Nakamoto, a Japanese American physicist from California who once worked as a system engineer for the government

Dorian Nakamoto denied even having any knowledge about Bitcoin

Andreas M Antonopoulos a bitcoin Researcher set up a Bitcoin wallet for Dorian and the Reddit Community donated 2,070 transactions for a total of over 49 bitcoin! - value today: $11,109.26 http://www.reddit.com/r/Bitcoin/comment ... n_nakamoto https://blockchain.info/address/1Dorian ... an6NJ4UrjX

Here is a video of Dorian (Andreas M Antonopoulos is the one on the right) thanking the 2,000 anonymous bitcoin donors
https://www.dropbox.com/s/seotrjb8ow0us ... y.mp4?dl=0


On October, 2014 a Website called newsweeklied.com was created, supposedly to raise money for an attempt to sue Newsweek over its article on Dorian. This also raised media attention

The Website was most likely a fraud and they never had any intention to act as a lawyer and represent Dorian

Here is what caused my suspicion
When you visit the website you get a message
Website Expired
This account has expired. If you are the site owner, click below to login. SQUARESPACE

The website's Whois information shows the website was registered on October 03, 2014
Internet Archive's Wayback Machine archived copy of the website newsweeklied.com leads to this bitcoin wallet address for donations 1LK3uHXhXPzR6M7AfAMQk4vBgTtQLw2kGC
https://web.archive.org/web/20141014012 ... d.com/home
If you look up the bitcoin address it shows that the wallet received confirmed payment's from Oct 12 to Oct 24
https://blockchain.info/address/1LK3uHX ... 0&filter=0
I don't think it's a coincidence that a SQUARESPACE free trial expires after 14 days and all payments sent to the wallet is within that 14 day period
I believe it was canceled after 14 days or they only paid for a one month subscription because it was a scam

After doing a little research I now see that my suspicion was warranted
The archived website has the name and address of"lawyer" c/o Kirschner & Associates 1100 Echo Park Avenue Los Angeles, CA 90026-4213
That "Lawyer" is crooked and was was most likely trying to cash in on Dorian's situation
http://www.yelp.com/biz/law-office-of-e ... os-angeles

I now found that Andreas M Antonopoulos (who set up the first bitcoin wallet and was in contact with Dorian) also was suspicious
https://twitter.com/aantonop/status/521854456829186048 https://twitter.com/DanielJonss/status/ ... 5156908033
Daniel Jonsson ‏ Oct 13
DanielJonss@
DorianSatoshi @newsweeklied @ethankirschner @aantonop Looks like a scam@ ...

AndreasMAntonopoulos
aantonop‏@
DanielJonss @DorianSatoshi @newsweeklied @ethankirschner This is in fact backed by Dorian Nakamoto@.

AndreasMAntonopoulos
aantonop‏@
DanielJonss @DorianSatoshi It may however be a scam by the lawyer against Dorian. I am highly suspicious of the intentions of the lawyer@



--------

Ross Ulbricht who is now on trial and in the News for operating the illegal Internet black-market .onion website Silk Road(version 1) was once suspected of being linked in some way to Satoshi
Nakamoto the inventor of bitcoin

sarahjeong has been live tweeting the #SilkRoadTrial from the courtroom@
לעצט פאראכטן דורך חלאבי אום מאנטאג פאברואר 02, 2015 9:58 pm, פאראכטן געווארן 9 מאל סך הכל.

חלאבי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:56 am

תגובהדורך חלאבי » מאנטאג פאברואר 02, 2015 7:15 pm

נישט האט געשריבן:בעטו ובזמנו, ווען אלעס פאלט (נישט ממש, באט יו געט די פוינט), און ביטקוין ווערט נאר שטערקער או שטערקער

Bitcoin's value has been going down since last year July...
צוגעלייגטע
c6bac289590b4cc2909280eaacc8f78d.jpg

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

ביטקוין - Bitcoin

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:40 am

זעענדיג אז די ציבור איז שטארק פאראינטערסירט אין די נושא פון ביטקוין, האב איך מיך גענומען די פאר מינוט ארומצונעמען די נושא עד היכן ידי (ונערווען) מגעת.

פאר מ'הייבט אן דארף מען פארשטייט זיך מודיע זיין פאר די וואס ווייסן נאכנישט וואס ביטקוין איז.
אין קורצן: א ווירטואלע וואלוטע, וואס מ'באנוצט זיך (כמעט) בלויז אויף די אינטערנעט.

היסטאריע פון ווירטואלע וואלוטע, און די גרינדונג פון ביטקוין

בשנת תשנ"ח לפ"ק האט א מענטש מיטן נאמען Wei Dai אנגעטראגן א געדאנק אז מ'זאל פראדוצירן עלעקטראנישע געלט וואס זאל זיין ריין פון יעדע אוטאריטעיט.
העכער 10 יאר שפעטער, בשנת תשס"ט לפ"ק, איז איינער אונטערן ניק "סאטושי נאקאמאוטאו" ארויסגעקומען מיט דעם אלעמען באקאנטן ביטקוין. סאטושי האט פארלאזט דעם פראיעקט (אדער געטוישט ניק...) התחלת שנת תשע"א, ער האט נישט איבערגעלאזט צופיל שפורן פון זיך, וואס אין רעזולטאט איז ארויסגעקומען פולע פראגן, ווי למשל, אויב איז עס לעגיטים, פארוואס באהאלטסטו דיך? (פרעג נאר נישט די שאלה פון איינע פון די איי'ניק'לעך.... אונז האבן וואס צו ענטפערן....)
די אידענטיטעיט פון דער וואס איז אויפגעקומען מיט ביטקוין איז פונקט, אדער כמעט אזוי פארהוילן ווי דער וואס איז אויפגעקומען מיט פאפיר....

ווער קונטרולירט ביטקוין?

קיינער איז נישט בעה"ב דערפון! פונקט ווי קיינער איז נישט די אויסשליסליכע בעה"ב פון די טעכנעלאגיע אונטער אימעיל. דהיינו, פונקט ווי גוגל אדער יאהו האבן זייער אימעיל סערוויס געבויט אויף א געוויסע מהלך, אזוי קען יעדע דעוועלאפער מאכן זיינע אייגענע ביטקוינס. נישט ממש אייגענע ביטקוינס, נאר ער נוצט די עצם סופטווער פון ביטקוין, און שפילט זיך ארום דערמיט אביסל ארויף אביסל אראפ, אבער די יסודות איז אויפן זעלבען מהלך. (צום משל: גוגל באנוצט זיך מיט די אימעיל מהלך.) און פונקט ווי יעדע אימעיל באנוצער וועהלט זיך אויס וועלכע סערוויס צו נוצן [גוגל, יאהו], אזוי וועהלט זיך יעדע ביטקוין באנוצער וועמענס סופטווער צו נוצן פארדעם.

ווי אזוי ארבעט עס?

אלץ א באנוצער איז עס נישט צופיל אנדערש ווי פעיפעל אדער גוגל בערזל. און פון אונטער די קוליסן טוט די קאמפיוטער גיין צום 'לעג'ער', גערופן בלאק טשעין. די לעג'ער ענהאלט אלע טראנזאקציעס צו וואלידעיטן די ווארהייט פון דעם ספעציפישען ביטקוין. ס'ארבעט בערך אזויווי ווען דו מאכסט א פעימענט אויף גוגל בערזל אדער פעיפעל וואס די קאמפיוטער מאכט זיכער אז די אקאונט עקזיסטירט. די חילוק איז נאר אז ביי פעיפעל ברויך ער זיכער מאכן אז די אקאונט האט די נויטיגע סכום געלט, משא"כ ביי ביטקוין טשעקט ער די געלט אליין צו ס'איז בעין.

נאכן זעהן (בערך) ווי אזוי ביטקוין ווערט באנוצט, לאמיר אריבערגיין צו די עקענאמישע חלק דערפון

ווי אזוי ווערט נולד ביטקוינס?

פונקט ווי מ'גראבט גאלד די מינער ווי זיי האלטן זיך אויף, אזוי גראבט מען ביטקוינס אין די מינער ווי זיי האלטן זיך אויף....
עה, נישט ממש, די מינע גרוב פון ביטקוין איז בס"ה א ווירטואלע גרוב וואס גיבט ביטקוינס פאר אלע וואס געבן צושטייער פאר די ביטקוין קומיוניטי, ווי למשל פארזיכערן די נעטווארק קעגן אומגעוואונטשענע געסט, וכדו', און אלץ אויסטויש פאר זייער שווערע ארבעט ווערן זיי באצאלט דורך ביטקוינס.
ביטקוינס ווערן פראדוצירט אין א פיקסד רעיט, [כעת 25 פער מינוט] אזוי ארום אז כל הקודם זכה, דאס הייסט, אז ווי מער מינע גרעבער [-קאוד שרייבער] ס'איז דא, אלץ ווייניגער זענען די שאנסן אז דו זאלסט עפעס באקומען.

פארוואס האט ביטקוין א שוויות?

יעדע וואלוטע, האט א שוויות וויבאלד מענטשן טראסטן אין דעם, ס'איז א זאך וואס מענטשען ווייסן אז זיי גייען קענען נוצן פאר ווייטערדיגע טראנזאקציעס.
פארוואס מענטשען טראסטן דעם דאללער? אדער וועגן די גאלד וואס איז (כלומר'שט) אוועקגעלייגט לכבוד דעם, אדער צוליב די נכסים (-פראפערטיס) וואס דער וואס host דעם ספעציפישען דאללאר. ביטקוינס טראסט קומט ווייל ס'איז דא עפעס ארבעט אינוועסטירט אין דעם! ס'איז נישט סתם געשאסן, ס'האט א לימיט וויפיל ס'איז דא, און פארטיג. (איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס דאס האט טראסט, אבער דאס איז עס. היינטיגע דורות.... אויב קענסטו מרחיב זיין את הדיבור, זיי מגיב).

וואס איז מחליט וואס די האסט פרייז פון ביטקוין זאל זיין?

price_chart.png


די פרייז פון ביטקוינס ווענדט זיך אין די סופליי אין דימענד. דהיינו, לויט די פארלאנג וואס איז דא אויף דעם, און לויט וויפיל ביטקוינס ס'איז דא צו באקומען, (ווי שוין ערווענט פריער, האט ביטקוין א לימיט וויפיל ס'איז דא אין סירקולאציע) און וויבאלד ביטקוין איז א קליינע מארקעט (פארגלייכענדיג עס מיט וואס עס וואלט געקענט זיין) רוקט זיך די שוויות דערפון גאר שנעל, ווי מ'קען זעהן אין די בייגעלייגטע בילד.

איז ביטקוין לעולמי עד?

ניין. פונקט ווי אין די פארגאנגענהייט זענען וואלוטעס אונטערגעגאנגען, אזוי קען ביטקוין אויך אונטער גיין.

לאמיר א מינוט אריבערגיין און אנקוקן ביטקוין פון א לעגאלע שטאנדפונקט

איז ביטקוין לעגאל? קען עס ווערן רעגולירט?

כעת, איז ביטקוין לעגאל אין רוב מדינות איבער די וועלט, רעגולאציעס פון עטליכע יוראדאקציעס פרובירן צו רעגולירן די באנוץ פון ביטקוין, ווי למשל די פאראייניגטע שטאטן טרעז'ורי דיפארטמענט האט ארויסגעשטעלט עטליכע מניעות אויף סיי וואס פארא ווירטואלע וואלוטע.

__
כעת האב איך יוצא געווען מיט דעם, אפשר ווען איך וועל האבן צייט [לייען; נערווען] וועל איך אויך אראפשרייבן די פרטי וויאזוי די גרובן גייט צו, ווי אויך נאך פרטי ארום דעם.
פארשטייט זיך אז איך וויל זעהן צו די עולם איז בכלל אינטערסירט דערין.
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7834
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג פאברואר 03, 2015 2:34 pm

WOW נייס!! אזא שיינע און אריכות'דיגע הסבר ;l;p-
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דינסטאג פאברואר 03, 2015 2:53 pm

הערליך שיין, יישר כח.
ווארטען מיר אויפן המשך.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג פאברואר 03, 2015 3:03 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:WOW נייס!! אזא שיינע און אריכות'דיגע הסבר  ;l;p-


אז דו האסט נישט וואס צו צולייגן, כאטשיג ביזטו מחזק...
שקויעך פאר די קאמפלימענט קנאפער,


יאפין האט געשריבן:הערליך שיין, יישר כח.
ווארטען מיר אויפן המשך.

דיר אויך, שקויעך פארן קאמפלימענט, עטס גיבט מיר די כח צו שרייבן ווייטער....

על אף גארנישט איז נישט אייגענס, איך האב כמעט אלעס געליינט אויף ביטקוין דאט ארג
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

חלאבי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:56 am

תגובהדורך חלאבי » דינסטאג פאברואר 03, 2015 3:16 pm

Overall, that's a well written post
But it seems you're lacking adequate knowledge about bitcion mining, blocks, encryption, cryptographic "proof of work" etc which led you to misunderstand the meaning of receiving bitcoin for "keeping bitcoin secure "
There's many factual errors in this piece

עין טובה האט געשריבן:
ווי אזוי ווערט נולד ביטקוינס?

פונקט ווי מ'גראבט גאלד די מינער ווי זיי האלטן זיך אויף, אזוי גראבט מען ביטקוינס אין די מינער ווי זיי האלטן זיך אויף....
עה, נישט ממש, די מינע גרוב פון ביטקוין איז בס"ה א ווירטואלע גרוב וואס גיבט ביטקוינס פאר אלע וואס געבן צושטייער פאר די ביטקוין קומיוניטי,ווי למשל פארזיכערן די נעטווארק קעגן אומגעוואונטשענע געסט, וכדו', און אלץ אויסטויש פאר זייער שווערע ארבעט ווערן זיי באצאלט דורך ביטקוינס.
ביטקוינס ווערן פראדוצירט אין א פיקסד רעיט, [כעת 25 פער 10 מינוט] (One block is worth is now worth 25 BTC. Approximately 6 blocks are generated in an hour)
אזוי ארום אז כל הקודם זכה, דאס הייסט, אז ווי מער מינע גרעבער [-קאוד שרייבער] ס'איז דא, אלץ ווייניגער זענען די שאנסן אז דו זאלסט עפעס באקומען.


When I have time i'll get back to it
For now you can study this
https://bitcoin.org/bitcoin.pdf
לעצט פאראכטן דורך חלאבי אום דינסטאג פאברואר 03, 2015 3:56 pm, פאראכטן געווארן 9 מאל סך הכל.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג פאברואר 03, 2015 3:18 pm

חלאבי! אדרבה, לאמיר דורכטוהן די נושא עד הסוף!
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דינסטאג פאברואר 03, 2015 6:17 pm

א ריזן דאנק פאר'ן נעמען די מי צו שרייבן איבער דעם הגם איך פארשטיי נאכנישט פונקט וואס דא גייט פאר, וועל איך עס אפשר בעסער כאפן נאכן איבערליינען אדער נאכן בעסער פארשטיין וואס דער דאללער איז
נאכאמאל א ריזן דאנק
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 998
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 1:06 pm

עפעס א מאסיווע גניבה איז פארגעקומען אין האנג קאנג אויף מיליאנען ביטקוינס, ווער קען געבן א באריכט ?
הייליגער באשעפער, מיר ווילן זיך מקשר זיין צו דיר.

תורה לערנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובהדורך תורה לערנער » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 3:38 pm


אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

Zcash

תגובהדורך עין טובה » זונטאג אוקטובער 30, 2016 10:46 am

"זיקעש" איז נארוואס ערשינען ערמעגלעכענדיג פשוט'ע באנוצער צו גראבן געלט, אנדערש ווי ביטקוין וואס די בעסער די קומפיוטער איז די מער געלט האסטו געקענט באקומען.
פאר מער זעה אין ביטקוין מאגאזין.


אין אנדערע -אלטע ביטקוין נייעס
עין טובה האט געשריבן:העכער 10 יאר שפעטער, בשנת תשס"ט לפ"ק, איז איינער אונטערן ניק "סאטושי נאקאמאוטאו" ארויסגעקומען מיט דעם אלעמען באקאנטן ביטקוין. סאטושי האט פארלאזט דעם פראיעקט (אדער געטוישט ניק...) התחלת שנת תשע"א, ער האט נישט איבערגעלאזט צופיל שפורן פון זיך, וואס אין רעזולטאט איז ארויסגעקומען פולע פראגן, ווי למשל, אויב איז עס לעגיטים, פארוואס באהאלטסטו דיך?
די אידענטיטעיט פון דער וואס איז אויפגעקומען מיט ביטקוין איז פונקט, אדער כמעט אזוי פארהוילן ווי דער וואס איז אויפגעקומען מיט פאפיר....


איינער קרעיג רייט פון אסטראליע האט אין מעי מודיע געווען אז ער איז "סאטושי נאקאמאוטאו" די ערפינדער פון ביטקוין.

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג אוקטובער 30, 2016 6:54 pm

קרעיג רייט איז א שווינדלער און האט נישט געקענט ברענגען באווייזן אז ער איז סאטושי. מען שאצט אז סאטושי איז שוין געשטארבן, ווייל די ערשטע פאר הונדערט ביטקוינס זענען קיינמאל נישט גערוקט געווארן.

אבער באמת מאכט שוין נישט אויס ווער סאטושי איז געווען, ביטקוין און בלאקטשעין טעכנאלאגיע האט געטוישט די וועלט, סיי לטוב אז עס איז מער סעקיור, און סיי לרע אז קרימינאלן קענען עס נוצן און בלייבן אנאנים.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מוצ"ש מאי 20, 2017 11:37 pm

ביטקוין האט געמאכט היסטאריע מיטן אריבערשפרייזן די 2000 דאללער מיילשטיין
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » מוצ"ש מאי 20, 2017 11:44 pm

וואווו שנעל!! א יאר א האלב צוריק איז עס געווען 400 דאלער
............

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » מוצ"ש מאי 20, 2017 11:58 pm

עס לוינט צו אינוועסטירן?

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » זונטאג מאי 21, 2017 12:13 am

ווייסע זאקן האט געשריבן:עס לוינט צו אינוועסטירן?

איך האב הארץ וויי אז כ'האב נישט דעמאלטס געקויפט... יעצט האב איך שוין מורא צו קויפן.
............

אוועטאר
יאצמעך
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג מאי 21, 2017 1:06 am

ווען דו קויפסט ווען וואלט דיר געבאדערט אז דו האסט נישט געקויפט מער.
חרטה האט מען נאר אויף עבירות.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10505
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג מאי 23, 2017 9:37 am

מומחה עצום האט געשריבן:אבער באמת מאכט שוין נישט אויס ווער סאטושי איז געווען, ביטקוין און בלאקטשעין טעכנאלאגיע האט געטוישט די וועלט, סיי לטוב אז עס איז מער סעקיור, און סיי לרע אז קרימינאלן קענען עס נוצן און בלייבן אנאנים.

פארוואס?
איז נישטא איין סענטראלע דעטעבעיס ווי עס ווערן געהאלטן אלע אקאונט נומערען פון ביטקאוינס?
אויב יא קען מען זעהן וועלכע אייפיאדרעסס האט געפענט וועלכע אקאונט נומער?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11699
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג מאי 23, 2017 10:07 am

ווערט ביטקאון באניצט א-חוץ פאר גניבות? אפשר שפארט מען דאס אפ און פטור-נ-עסק

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » דינסטאג מאי 23, 2017 12:02 pm

געלעגער האט געשריבן:ווערט ביטקאון באניצט א-חוץ פאר גניבות? אפשר שפארט מען דאס אפ און פטור-נ-עסק

ס'ווערט געניצט פונקט אזוי ווי דיימאנטען. מענטשען דארפען עס גייט ארויף די פרייז... מ'קען עס נישט אפשטעלען אנלעסס די מענטשהייט דארף עס נישט.
............

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג מאי 23, 2017 4:15 pm

מ'קען טאקע זעהן יעדע ביטקוין פון וועלכע אדרעס צו וועלכע אדרעס ס'איז געגאנגען, אבער דאס אליין איז נישט גענוג צו קענען וויסן ווער ס'שטייט אונטער דעם. אוודאי אויב קויפסט ביטקוין דורך איינע פון די פילע עקסטשעינדזשעס האט יענער דיין אינפארמאציע, אבער אויב דו גראבסט עס אליין איז נישטא קיין שום וועג צו וויסן ווער די גרעבער איז געווען.

ביטקוין ווערט באנוצט אין פילע לעגיטימע געשעפטן א שטייגער ווי מייקראסאפט און נאך.

פילע שטעט און לענדער האבן שוין גערעדט למחצה לשליש ולרביע וועגן איינשטעלן צוימונגען אויף ווירטועלע וואלוטעס אבער ס'איז זייער שווער...
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » דינסטאג מאי 23, 2017 6:03 pm

גראדע אמאל געליינט אז אויספארשער האבן אראפ געטרעקט (איך געדענק שוין נישט וועלעכע סארט) באנדיטען דורך ביטקוין
............


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט