בלאט 1 פון 1

Amazon Elements

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2015 5:13 pm
דורך שוועמל
עמעזאן זעט אויס זוכט אריינצוגיין אין מאנופעקטשורינג ליין.
לויט ווי זיי זאגן ליינען זיי רעוויוס פון קאסטומערס און זוכן די קאנ'ס פון א פראדוקט, זיי מאנופעקטשורן אליינס דעם פראדוקט און פאררעכטן די קאנ'ס.
דערווייל האבן זיי בעבי ווייפס אונטער די ברענד "עמעזאן עלעמענטס". און נאך עקסלוסיוו אייטעמס פון אנדערע ברענדס.

עמעזאן עלעמענטס איז עוועלעבעל עקסלוסיוו פאר "פריים" מעמבערס.
http://www.amazon.com/b?ie=UTF8&node=10166275011

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2015 7:01 pm
דורך מאגר
את אשר יגורנו בא!

די ענדע פון פריוואטע פרייועט קליינע קאמפאניס.

זאלער'ס נביאות אין איינע פון זיינע שיעורים.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2015 7:07 pm
דורך קנאפער ידען
כ'כאפ נישט וואס עס איז ניי יעצט, זיי האבן שוין לאנג לאנג אייגענע זאכן אונטערן 'עמעזאן בעיסיקס' נאמען. [למשל וואס איך געדענק יעצט א קאמפיוטער טאשקע און ווייערלעס מייזל].

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2015 9:08 pm
דורך נישט
קנאפער ידען האט געשריבן:כ'כאפ נישט וואס עס איז ניי יעצט, זיי האבן שוין לאנג לאנג אייגענע זאכן אונטערן 'עמעזאן בעיסיקס' נאמען. [למשל וואס איך געדענק יעצט א קאמפיוטער טאשקע און ווייערלעס מייזל].

און נאך אסאך קליינע טעכלאגיע זאכן וואו קעיבל'ס, און עס די קארדס עטאפטערס, וכו' א לאנגע ליסטע.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 23, 2015 10:17 am
דורך קנאפער ידען
יעצט אויפן מינוט האבן זיי אין דעם קאטעגאריע נאר בעבי-ווייפס, אבער ווען זיי האבן געעפענט דער ווינקל האט עס אויכעט געהאט דייפערס פון זיי. וואס איז געשען דערמיט?....

עמעזאן זאגט אז זיי האבן אראפגענומען די דייפערס פון זייער אייגענע ברענד, און בעיסד אויף פריע קאסטומער פידבעק מאכן זיי דעזיין אימפראוומענט צו די דייפערס. קאנסומער וועלכע האבן עס געהאט געקויפט זאגן אז זיי האבן באקומען אן אימעיל פון עמעזאן אז זיי גייען פארבעסערן דער פראדוקט צוזאמען מיט $25 קרעדיט.

BN-FW171_diaper_G_20141204103227.jpg

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 23, 2015 11:51 am
דורך חיים צבי
עס קומט מיר פאר אז זיי פאנגען אן מיט א פראדוקט וואס האט ריטוירנינג קאסטומערס וואס קענען ווערן לאיאל צו א פראדוקט אויב זיי גלייבען דערינען, דהיינו מאמעס פון אינפענטס וואס וועלן צוריקומען קויפן דייפערס פאר די קומענדיגע עטליכע יאר.

אזוי אויך זענען פרויען מער אויסגעשטעלט צו לאזן דיטעילט פיעדבעק #געליינטערגעץ #עקספיריענס

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 23, 2015 11:54 am
דורך קנאפער ידען
חיים צבי האט געשריבן:עס קומט מיר פאר אז זיי פאנגען אן מיט א פראדוקט וואס האט ריטוירנינג קאסטומערס וואס קענען ווערן לאיאל צו א פראדוקט אויב זיי גלייבען דערינען, דהיינו מאמעס פון אינפענטס וואס וועלן צוריקומען קויפן דייפערס פאר די קומענדיגע עטליכע יאר.

אזוי אויך זענען פרויען מער אויסגעשטעלט צו לאזן דיטעילט פיעדבעק #געליינטערגעץ #עקספיריענס

אין אן אינערסאנטע טוויסט פון זייער רעגולער וועג פון ביזנעס זענען זיי לאו דוקא געווען ביליגער ווי די אנדערע, ווייזט אויס אז זיי ווילן זיך ארויסשטעלן אלץ מער א פרימיום פראדוקט.