בלאט 1 פון 2

life settlement

פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 8:27 pm
דורך אט אזוי
Life settlement used to be a good investment for years and a lot of himisha yidn have gotten quite wealthy but as life expectancy have risen people stopped investing in it but lately it's getting popular again

פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 8:30 pm
דורך מטעמים
איז עס א סטאק?

פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 8:38 pm
דורך אט אזוי
No it's a insurance policy from elderly people age 65 and up

פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 9:12 pm
דורך לכתחילה אריבער
א האקעלער ענין. סיי אידישלעך און סיי לעגאל. וד"ב.

פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 9:32 pm
דורך אט אזוי
Explain why

פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 9:54 pm
דורך לכתחילה אריבער
אט אזוי האט געשריבן:Explain why

אידישלעך איז פשוט - וועט נאך ווערן א גאנצע דעבאטע..... - שטטין און ווארטן אז א איד זאל שטארבן ר"ל. יא כ'ווייס מען קען עס ווייטער פארקויפן. באט סטיל. לעגאל זענען שוין א שיינע צאל אידן שעגאנען אין תפיסה אריין פון די סארט געשעפטן. קען זיין מען קען עס אויסארבייטען לעגאל, אבער עס איז בכלל נישט פשוט.

און וועגן דעם האבעך געשריבן "האקעל". א שווערע געשעפט.

פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 9:58 pm
דורך אויסערן מיניסטער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:Explain why

אידישלעך איז פשוט - וועט נאך ווערן א גאנצע דעבאטע..... - שטטין און ווארטן אז א איד זאל שטארבן ר"ל. יא כ'ווייס מען קען עס ווייטער פארקויפן. באט סטיל. לעגאל זענען שוין א שיינע צאל אידן שעגאנען אין תפיסה אריין פון די סארט געשעפטן. קען זיין מען קען עס אויסארבייטען לעגאל, אבער עס איז בכלל נישט פשוט.

און וועגן דעם האבעך געשריבן "האקעל". א שווערע געשעפט.


אפאר יאר צוריק האט מען "אראפגעשטופט" אן עלטערע איד אלע סטעפס אין סאטמארע ביהמ"ד.... למעשה האט יענער איבערגעלעבט....... נו דארפסט נאך אן עקספלענעישען?

פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 9:59 pm
דורך אט אזוי
I think u have a mistake here...as far as I know it's all legal industry u can Google it for more information

פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 10:03 pm
דורך אט אזוי
כהאב געהערט אז עטליכע יונגעלייט פין קרית יואל האבן געמאכט מעלאנעס די יאר פין אזעלכע פאליסיס

פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 10:13 pm
דורך לכתחילה אריבער
אט אזוי האט געשריבן:כהאב געהערט אז עטליכע יונגעלייט פין קרית יואל האבן געמאכט מעלאנעס די יאר פין אזעלכע פאליסיס

און עטליכע איגעלייט זענען אין תפיסה אויך.

לעגאל איז עס נאר אין זייער א "שמאלע" וועג. כ'ווייס נישט פונקטליך אלע תנאים. כ'מיין עס מוז זיין משפחה, און יענער מוז אינגאנצען מסכים זיין. בקיצור די "מילאנען" קומען נישט אזוי גרינג.

פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 10:21 pm
דורך אט אזוי
מגייט נישט אין תפיסה...אין ערגסטן פאל באקומסטו נישט דאס געלט

פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 10:21 pm
דורך לכתחילה אריבער
אט אזוי האט געשריבן:מגייט נישט אין תפיסה...אין ערגסטן פאל באקומסטו נישט דאס געלט

און אז איך קען יא ווער עס זיצט אין תפיסה?

פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 10:27 pm
דורך אט אזוי
וואס האט יענער געטוהן ראנג

פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 10:30 pm
דורך לכתחילה אריבער
אט אזוי האט געשריבן:וואס האט יענער געטוהן ראנג

כ'ווייס נישט פונקטליך. אזויפיל ווייסעך אז ער האט געהאנדעלט מיט די סארט פאלעסיס. מען האט ארעסטירט א גאנצע גרופע, און א חלק זענען געגאנגען אויף א פלי און א חלק פייטען נאך די קלאגעס. עס איז א באוויסטע פרשה נישט לאנג צוריק.

פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 10:35 pm
דורך זאכליך
איז עס נישט די זעלבע זאך ווי אפקויפן לייפ אינשורענס פאלעסיס?

פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 10:41 pm
דורך אט אזוי
יא די זעלבע

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2015 12:09 am
דורך אויסערן מיניסטער
ווי ווייט איך ווייס איז די מיליאנען געווען א "אומלעגאלע זאך".

חוץ פון דעם איז דא א שטארק קאנטראלירטע לייף סעטלמענט מארקעט, אבער דאס האט גארנישט מיט די מיליאנען צו טאן......

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2015 4:04 pm
דורך קאכעדיגע
לייף סעטעלמענט'ס מיינט, פארקויפן א פאליסי פאר א אינוועסטער, די אינוועסטער געט יעצט א סכום פארן פאליסי owner אין ער ווערט די נייע owner און צאלט ווייטער די פרימיומ'ס ביז יענער שטארבט און ער באקומט די דעד בענעפיט

דאס איז גראד און כשר לעגאל וויא לאנג די זאגסט נישט קיין ליגענט אויפן פאליסי אפליקעישען, וואו למשל די קענסט נישט לעגאל מאכן לייף אינשורענס מער וואו א דריטעל פון דיין וועליו, אז די ווילסט מאכן א 5 מיליאן פאליסי דארף דיין נעט וועליו זיין 15 מיליאן,און אז די שרייבסט ליגענט, איז ביי געוויסע סטעיטס אזוי הארב וואו שרייבן ליגענט אויף א מארטגדש אפליקעישען, אזוי אויך פארשטייט זיך אויב די שרייבסט אז יענער איז געזונט ווען ער איז נישט

אידישלעך איז אויך נישט קיין שום פראבלעם וויבאלד די פארקויפסט עס נאך 2 יאר, אין די אינוועסטער איז א באנק אדער העדש פאנדס און זיי צאלען די פרימיומ'ס, סאו ווארטסטו בכלל נישט אויפן יענעמ'ס שטארבן כמובן.

מאכן מיליאנען איז נישט שייך נאר טאמער יענער איז געווארען שטארק קראנק אין די 2 יאר פונם קויפן, סאו די פאליסי וועליו איז שטארק ארויף, אויב איז יענעמ'ס העלטה געבליבען די זעלבע בערך, וועסטו עס מן הסתם בכלל נישט קענען פארקויפן, אפילו נישט פאר די קרן (קרן מיינט די פרימיומ'ס פון די ערשטע 2 יאר)

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2015 4:17 pm
דורך שלך לחמך

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2015 4:19 pm
דורך שלך לחמך

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2015 4:20 pm
דורך שלך לחמך
עס איז ליידער דא די זעלבע אויף היימישע אויך, עס פאסט נישט ארויפצילייגן

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2015 4:39 pm
דורך קאכעדיגע
איך פארשטיי נישט וואס איר ווילט דא מיט די לינקס! ליינט אדורך וואס פאר א Fraud מען האט דארט געמאכט!! וואס האט דאס מיט די רעגולער לייף סעטעלמענט'ס מארקעט?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2015 4:45 pm
דורך אט אזוי
קאכעדיג איר שיינט צי זיין באהאוונט דערין...אויב איר קענט אינז מסביר זיין ווי אזוי אסאך היימישע יודן זענען נתעשר געווארן פין דעם

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2015 5:15 pm
דורך קאכעדיגע
די וועג וויאזוי א פאליסי וועליו ווערט געשאצט איז Premiums/Life Expectancy דאס מיינט פארשטייט זיך אז וויא א קורצערע Life Expectancy א מענטש האט געהאט איז די פאליסי מער ווערט, קודם איז עס ווייניגער יאר Premiums פלאס גייט די אינוועסטער צוריקמאכן שנעלער ריוח פון זיין אינוועסטמענט (דא מיינט עס די געלט וואס ער האט געגעבן פארן Owner בשעת'ן קויפן די פאליסי)

פאר 8-10 יאר צוריק בערך זענען די Life Expectancy קאמפאניע'ס (די קאמפאניע'ס וואס שאצן וויא לאנג די מענטש גייט לעבן) געווען זייער ליבעראל געשטימט און האבן געגעבען זייער קורצע Life Expectancy אפילו פאר קליינע געזונט פראבלעמען, סאו נאך די 2 יאר ווען האסט געוואלט פארקויפן דיין פאליסי איז עס געווען ווערט גאר אסאך

בערך 2008 האבן זיי געמאכט א מעיאר טשענדש, און האבן פארלענגערט די Life Expectancy, סאו חוץ פון דעם וואס די פאליסי איז בעצם געווארן סאך ווייניגער ווערט, האבן די אינוועסטער'ס באקומען קאלטע פיס, און האבן כמעט געסטאפט צו קויפן

לעצטענ'ס איז דא אסאך מער אינטרעסט ביי די אינוועסטער'ס צו קויפן, אבער צו מאכן מיליאנען איז נישט שייך נאר ביי א גאר שטארקע העלט טשעינדש

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 1:21 pm
דורך חזק
אדר"נ פ"ג: 'הנותן עיניו באשתו שתמות וירשנה או שתמות וישא את אחותה, וכל הנותן עיניו באחיו שימות וישא את אשתו, סוף שקוברין אותו בחייהן עליו הכתוב אומר: חופר גומץ בו יפול, ופורץ גדר ישכנו נחש'. [ובשו"ת חקקי לב יור"ד סימן נ' כתב בשם החיד"א אע"ג דמחשבה רעה אין הקב"ה מצרפה למעשה ומעניש עליו, נראה דהכא הוא מחשבה תדירית ולא יבצר איזה דיבור או המצאה וגילוי דעת, עכ"ל]. ואיתא בסנהדרין נב.: 'וכבר היו משה ואהרן מהלכין בדרך ונדב ואביהו מהלכין אחריהן... אמר לו נדב לאביהו: אימתי ימותו שני זקנים הללו, ואני ואתה ננהיג את הדור, אמר להן הקב"ה הנראה מי קובר את מי'. ובעיון יעקב כתב שלא קיימו 'ואבהת לרעך' מה דעלך סני וכו' עוד כתב החקקי לב בשם החיד"א, דעובר על לאו מדברי קבלה: "אל תחשוב על רעך רעה והוא יושב לבטח אתך" [כיבמות לז:] ולא באתי רק להעיר ולמעשה ישאל שאלת חכם