בלאט 1 פון 1

העלפדעסק, טיקעטינג סיסטעם פאר אלע איבעי, עמעזאן, ראקוטען

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2015 1:53 pm
דורך שוועמל
ווייסט איינער פון א קאנסאלידעיטעד העלפדעסק, אדער קאסטומער סערוויס טיקעטינג אימעיל סיסטעם פאר די וואס פארקויפן אויף מארקעטפלעיסעס ווי איבעי, עמעזאן, ראקוטען, אווערסטאק, וואלמארט ועוד?

איך זוך בעיקר איין מעסטער אימעיל סיסטעם וואס די קאסטומער סערוויס רעפ'ס זאלן דארט אריינלאגן און אלע אימעילס פון אלע מארקעטפלעיסעס זאלן דארט אנקומען.
אקעי דעס אליינס וואלט איך געקענט אויפסעטן אין אוטלוק. אבער איך וויל אויך עס זאל מיטקומען די יוניק אפשענס פון יעדן מארקעטפלעיס למשל עמעזאן'ס "נאו ריספאנס נידעד" וכו' אזוי אז אלעס זאל ווערן געמענעזשד פון איין אינטערפעיס.

נאך א זאך, עס זאל זיין אינטעגרעיטעד מיט די מעיזשאר איקאממערס פלעטפארמס ווי ביגקאמערס, מאזשענטא, וואלוזשען וכדומה.

עני העלפ איז אפריציעטעד

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2015 2:57 pm
דורך הצלחה רבה
Do u mean a CRM system?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2015 2:59 pm
דורך בנימין הלוי

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2015 3:03 pm
דורך שוועמל
Yes.
Salesforce would handle multiple marketplaces, and integrate with third parties?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 08, 2015 10:26 am
דורך הצלחה רבה
sales force is to expensive

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 10:49 am
דורך פאר דוקא
שוועמל האט געשריבן:ווייסט איינער פון א קאנסאלידעיטעד העלפדעסק, אדער קאסטומער סערוויס טיקעטינג אימעיל סיסטעם פאר די וואס פארקויפן אויף מארקעטפלעיסעס ווי איבעי, עמעזאן, ראקוטען, אווערסטאק, וואלמארט ועוד?

איך זוך בעיקר איין מעסטער אימעיל סיסטעם וואס די קאסטומער סערוויס רעפ'ס זאלן דארט אריינלאגן און אלע אימעילס פון אלע מארקעטפלעיסעס זאלן דארט אנקומען.
אקעי דעס אליינס וואלט איך געקענט אויפסעטן אין אוטלוק. אבער איך וויל אויך עס זאל מיטקומען די יוניק אפשענס פון יעדן מארקעטפלעיס למשל עמעזאן'ס "נאו ריספאנס נידעד" וכו' אזוי אז אלעס זאל ווערן געמענעזשד פון איין אינטערפעיס.

נאך א זאך, עס זאל זיין אינטעגרעיטעד מיט די מעיזשאר איקאממערס פלעטפארמס ווי ביגקאמערס, מאזשענטא, וואלוזשען וכדומה.

עני העלפ איז אפריציעטעד

נא עניבאדי?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 9:25 pm
דורך relSMART
די זוכסט xsellco $100 א חודש, טוט דאס וואס די זוכסט, און וואס די טראכסט, און אביסל מער פאר עמי ז'אן און איבעי איך וויס אבער נישט לגבי אנדערע, אבער לכאורה,
ווערט סניצט עס וויל נישט אוועקגיין דערפון

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2015 7:30 pm
דורך פינטל
טריי Zendesk

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 06, 2015 9:48 am
דורך בנימין הלוי
@שוועמל אפדעיט אונז אויב דו האסט געסעטעלט אויף עפעס און וואס דו האסט צו זאגן אויף די פארשידענע סיסטעמס
ש'כח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 10:40 am
דורך האניג
שלום לכם ידידי וחברי קהל עדת קרעטשמע וכל שום וחניכה דאית ליה,

כ'בין דא געקומען אנזאגן א בשורה טובה. אבער קודם א שטיקל הקדמה. כ'בין א באנוצער פון עקסעלקא יר"ה פאר א תקופה פון אן ערך פון עטליכע חדשים. דער מהלך וויאזוי כ'פלעג פאר דעם האנדלן אימעילס איז געווען א דעזעסטער, ווען א קאסטומער האט מיר געענטפערט אויף אן אלטע אימעיל, האב איך נישט געהאט קיין השגה בעולם וואס ער רעדט וועגן, ס'געוען א גהינם צו גיין זוכן אנדערע מעסעזעס אויף אמאזאן און זען במה דברים אמורים. גערעכט, מ'קען גרינג זוכן אימעילס פון ספעציפישע ארדערס, אבער במה אקדם ובמה אכלה, וואס קומט קודם און וואס נאכדעם איז אייביג געווען א טשאלאנדז. בין איך געזעצן און געזוכט גוגל'ן א לאנגע, לאנגע צייט פאר אלע מינע שפריכווערטער מ'קען נוצן צו טרעפן א טיקעטינג סיסטעם פאר אמאזאן. אבער אין כל ואין מחצה, כ'האב גארנישט געטראפן, ביז כ'בין איינמאל אפירגעקומען צו א וועבזייטל וואס האט געהאט אן עד פאר רעפליי מענעדזער אין די זייט. ס'אויגן איז מיר ליכטיג געווארן, און כ'האב תיכף אריינגעסיינט אלץ א טרייעל.

נאך עטליכע טעג אבער האב איך גלייך געזען אז דאס איז נישט פאר מיר, ווייט פון עס. גערעכט דאס איז טאקע געאייגענט פאר מארקעטפלעיסיס, אבער דער אינטערפעיס האט מיר געשפיגן אין פנים, ס'גאנצע הלך ילך פונ'ם פראגראם (אדער וויזוי מ'רופט אן אזאנס) איז מיר געווען אן עקל. כ'האב מיר שטארק געמוטשעט מיט'ן טאג טעגליכן קאנווערסעיטשען מיט קאסטומערס. כ'האב נישט געקענט זען צופיל אינפארמאציע ווער ס'איז, וואס ער האט געקויפט, וכודומה. כ'האב זיי געאימעילט עטליכע שאלות און פארשלאגן צו פארבעסערען אביסל, אבער זיי האבן געענטפערט כאילוי זיי זענען מייקראסאפט אליינס, "שכוח פאר די פארשלאגן, עמער עס איבערגעבן". און דא האט זיך עס געגעבן א האסטיגען אפשטעל. עכ"פ, נישט פאר מיר. כלל נישט.

האב איך געזוכט א קאמפעטישן צו זיי, און ווי כלל ישראל ווייסט די בעסטע וועגן צו זוכן א קאמפעטשין, האב איך אנבלאקט מיין עד בלאק פאר גוגל סערטש און געזוכט "רעפליי מענעזער", און שטייטזיך ס'ערשטע עד אויבן אן איז געווען עקסעלקא. פון די ערשטער רגע איך האב עס אנגעקוקט איז עס מיר געווען א גרויסע התפעלות, הערליש שיין! מסודר, ניעט, בעטעמט, כ'בין געווען גרייט אריינצלויפן דערמיט העד-פירסט. אבער -- דער פרייז. רעפליי מענעזער האב איך געקענט באקומען פאר $49 חודשלעך פאר אנלימיטעד יוזערס (אדער פאר $29, אויב ביזטו געווען גרייט צו דיליטען יעדען טאג אלטע אימעילס, היות ס'האט געהאט א שטארקע לימיט פון פלאץ). עקסעלקא וואלט מיר געקאסט $109 חודשלעך, פאר איינעם!! האב איך געשיקט אן אימעיל פאר עקסעלקא, און פרובירט צו פארהאנדלען, אבער מיינע געבעטן זענען געפאלן אויף טויבע אוירן, די פרוי האט טאקע זייער שיין און בעטעמט געענטפערט צו אלעס וואס כ'האב געבעטן, און געענפטערט ווי א מענטש. אבער טוישן א פריין? זה בלא. שוין, מיט אן אראפגעלאזטען פנים האב איך איר געזאגט ביי, און בין איך צוריקגעגאנען צו ר"מ. אבער כ'האב נישט געקענט, פשוט נישט געקענט. ביז ס'האט געפלאצט.

כ'בין צוריקגעלאפן צו עקסעלקא און געעפענט א טרייעל. וואס זאל איך אייך זאגן, כ'האב קיינמאל נישט צוריקגעקוקט. ס'האט זיך געלוינט יעדער איינציגסטער דאללער. עקסלעקא ווייסט ווי אזוי צו בויען און אויפהאלטן א וועבזייטל, זיי פארשטייען צו שיינקייט און אנגענעמקייט. ווי ביי ר"מ (רעפליי מענעזער) זעסטו א חזעריי אין יעדער אימעיל (ס'גאנצע אמאזאן ווארענונוג פון אונטען אין יעדען אימעיל. ס'גאנצע אימעיל היסטארי אונטער יעדער אימעיל.) ביז מ'קען ממש צומישט ווערן וואס איז דער אימעיל און וואס איז נישט. איז ביי עקסעלקא ווערט בלויז געוויזן די טעקסט פונ'ם יעצטיגען אימעיל, דער קאנווערסעישן וויואו איז נישט אנגעחזרט מיט אלע מיני טעקסט. נאך מער, יעדער אימעיל האט א סייד-באר מיט פילע אינפארמאציע פון דעם ארדער: קודם אלע קאסטומער אינפארמאציע (נאמען, אדרעסס, טעלעפאן, אפילו א לינק וואס ברענגט צו גראד צו יענעמס הויז אויף גוגל מעפס!) דערנאך דעם ארדער נאמבער, אויף וועלכער מארקעטפלעיס אין וועלכער מדינה ס'געקויפט געווארן. און אפילו א לינק דעם ארדער אויף סעללער סענטרעל. פון אונטער דעם, וואס דער ארדער באשטייט פון, וויפיל דער קאסט, און א לינק צו דעם אייטעם אויף אמאזאן. און אונטער דעם די היסטארי פון דעם ארדער: וואען דער ארדער איז גע'פלעיסד געווארן, פעימענד ריסעיווד, פעימנט עקסעפטד, ווען ס'דארף אנקומען צום קאסטומער, וכודמה. האסט אלעס דארט! און אלעס הערליך שיין אראפגעלייגט און מסודר!

יעצט, צום עיקר, מ'דארף דאך יענעם ענטפערן. האסטו א דראפדאון פון פאראויס-געשריבענע טעמפלעיטס. איי, וועסטו אריינשרייען, ר"מ האט עס דאך אויך! רגע, כ'האלט אינמיטן רעדן. דער דראפדאון האט א סערטש וואו דו לייגסט אריין עני ווארט וואס דער טעמפלעיט נאמען ענהאלט, איז זאלטסו האבן צענדליגע טעמפלעיטס וועט עס דיר תיכף פילטערן צו דעם. יעצט -- ווען דו לייגט אריין דעם טעמפלעיט קען עס מיטקומען מיט דעם ארדער'ס ספעציפישע אינפאמארציע, ווי דער קאסטומער נאמען, דהיינו אטאטמאיש הייבט זיך עס אן "א גוטן, משה יוקל", און נאך עטליכע אינפארמאציע פון דעם ארדער. ווי אויך קען מען מאכן קאסטום "סמארט טעגס" דהיינו אויב נוצטו סערטען ווערטער (אדער סענטענסעס, אפילו גאנצעטע פאראגראעפן) גאנץ אפט, קענסט מיט א קוועטש פון עטליכע קענפעלך האבן דעם גאנצע כאדאראם אינ'ם אימעיל. נעקסט, אויף ר"מ איז נישטא אזאך פון "מארק עס נאו רעפליי נידעד", אויף עקסלעקא אויך נישט, אבער דו קענסט קלאזען א קעיס אן ענטפערן און ס'ווערט פארמאכט אין אמאזאן אויך.

אקיצור, כ'האב נישט קיין כח/צייט צופיל מער צו שרייבן, אבער ס'קיין פארגלייך עקסלעקא מיט ר"מ. כ'האב נאך קיינמאל נישט געהאט קיין שום חרטה געפילן בכלל.

נאך מער, זייער פיל פון די פיעטשערס וואס עקסעלקא האט, האב איך פארגעשלאגן! און געדענק, כ'בין ס"ה דארט עטליכע חדשים!

יעצט, צום בשורה טובה. עקסלעקא האט געטוישט זייר מהלך פון פרייזן! דהיינו, זיי טשארזען מער נישט פער יוזער, זיי טשארדזען יעצט וויפיל טיקעטס דו באקומטסט! איז אויב האסטו אונטער 500 טיעקטס א חודש, צאלסטו א מאקסומעם פון $49! דאס איז עס. אזויפיל ווי ר"מ!

זאג איך אייך, אויב ביסטו אין מיינע שיך, דארפסט א געשמאקע מהלך צו האנטלען עמעזאן טיקעטס (אדער איבעי, אדער מאגענטא, ס'איז אפילו אינטערעדגרעיטעד מיט טשענעל אדווייזער!), דאן פרוביר אויס עקסעלקא. ס'האט זיך מיר געלוינט, און ס'וועט זיך דיר אויך לוינען.

איין מער קלייניגקט, טו מיר דאס טובה, ווען דו שרייבסט זיך אריין נוץ דעם לינק, אזוי וועל איך אויך הנאה האבן: http://goo.gl/PcLqFr, ס'איז זה נהנה וזה לא חסר. יישר כחכם!

הצלחה אויף דיין ביזנעס, זאלסט ווערט א מיליאנעיר!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 1:42 pm
דורך שנאפס
יישר כח פארן אזוי שיין מסביר זיין

זיי ארבעטן מיט ניי-עגג און רעקוטען אויך?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 2:16 pm
דורך האניג
א גוטן ר' שנאפס, יישר כחכם!

קוקענדיג דא (http://www.xsellco.com/fusion) זעט עס אויס ווי זיי סאפארטען רעקוטען, אבער כ'זע נישט ניועגג. אבער כ'האב זיי געשיקט אן אימעיל פרעגענדיג דערוועגן. כ'על דיר לאזן וויסן.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 9:29 am
דורך פאר דוקא
קוקט אויס געוואלדיג, שיק זיי א חינק צו דעם ארטיקל, און גוגל טרעהסלעיט, וייל לכאורה גייסטו זיי שאפן א פיינע פאר קאסטומערס, און די מעגסט עפעס מאכן דערויף, האסט געמאכט א גוטע ארבעט, לכאורה וועל מיר זיל צוטשעפען צו זיי,

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 3:51 pm
דורך האניג
שכוח דוקא'לע! כ'האב זיי גראדע געזאגט אז כ'האב זיי באשריבן, און כ'האב צוגעלייגט אז כ'האב נישט קיין פראבלעם זיי שיקן א לינק, אבער כ'גלייב נישט זיי פארשטייען אידיש. ענטפערט ער מיר א גרויסע שכוח, שיק מיר ביטע א לינק...

עכ"פ בנוגע די שנאפס שאלה, דאס האט מיר געענטפערט:
We handle email from any platform but sales order details are only shown for Amazon, eBay and Magento.

אין אידיש: זיי סופפורטען אימעילס פון אלע פלאטפארמעס (כ'ווייס נישט פונקליך וויאזוי דאס ארבעט, כ'נוץ עס נישט), אבער די סעילס ארדער דיטעליס (אינ'ם סיידבאר) ווערט נאר געוויזן פאר אמאזאן, איבעי און מאגענטא.

כ'האב אים געפרעגט בנוגע ראקוטען און ניועגג, האט מיר געענטפטערט:
Rakuten is on the target list all right but it might be some months before we support it. We haven't had any requests for Newegg so that's not a consideration yet.

אין אידיש: ער ארבעט אויף ראקטוען, אבער ס'קען נאך נעמען עטליכע חדשים, ניועגג האט ער אדערווייל בכלל נישט באקומען קיין פארלאנגען.

אבער למעשה ווי מ'זעט ווי ער שרייבט, און אויך מיט מיין פערזענליכע עקספעריענס מיט אים, איז אויב בעט מען אים, הערט ער זיך שיין צו און ער טוט למעשה. איז אויב דארפסטו עני מארקעטפלעיסיס וואס ער סופפורט נאכנישט, שיק אים אן אימעיל. איך גאראנטי אבער גארנישט, שטייציך, און שפרינג נישט אריין אן א זיכערע ענטפער.

בהצלחה!