איך בין ב"ה זייער א שטאלצער יוד ע"כ וואונדערט מיך אביסל דעי שיעור,
איך וויל קלאר מאכן א הקדמה אז איך פרעג נישט פרעזענדליך אויף הרב איתמר איך האב אים אפאר מאל געהערט אויף קול מבשר ער קוקט אויס צו זיין א אמתע חסידישע יונגערמאן, אין וואס ער טוט איז רוב מאל פשוט ארויס העלפן ביזנעסלייט צו גיין אויף די ריכטיגע בדרך הטבע'דיגע וועג אין די ביזנעס וועלט וואס איז נארמאל אין פארשטענדליך,
דעי נקודות וואס מען האט דא געברענגט איז אביסל טו מאטש, מען רעדט ווען מען וויל מאכן א דיעל א געשעפט אין מען טרעפט זיך, איז אזוי די עיקר איז צו האבן חן פלעין פשוט די זאלסט יענעם געפעלן, די צווייטע איז יענער זאל זיין אין א גוטע מאד רואיג אין צופרידן, דעי 2 זאכן וואלט איך געזאגט איז %90 פין וואס מאכט אויס, ווען די האסט עפעס וואס יענער זוכט, דעי צווי זאכן איז קלאר אין פארשטענליך אז עס איז נישט בידי אדם, חן אין יענעמס אויגן קען מען בעטן ביים בורא עולם גארנישט אנדערשט וועט נישט העלפן, אין יענעמס גוסטע איז דאך זעכער נישט אין דיין הענט, ע"כ די מערסטע עפערט דארף מען אריין לייגן אין דעי %90 וואס דאס איז תפלה תפלה אין תפלה מיט א פאר $ פאר ר' מאיר, נאכדעם אז מען האט די 90% חן אין יענעמס גוטע מאד דארף מען פלעין זיין באמת א מענטש א טראסבארע מענטש אין זיך פירן מענטשלעך וזה הא
מיר האט מען אויסגעלערט פאר מען גייט אויף אזאנע פלעצער אפאר דאללער פאר ר' מאיר, אין מען זאגט די פסוק האזינו השמים ואדברה וכו וואס איז א סגולה פאר חן מיט אפאר קאפיטלעך יודן איך זאג ענק צו עס ארבייט וואונדערלעך
איך האב געטראכט דעי אלע טיפס זענען בעצם פאר אנזעצערס, וויל די מענטשן וואס זענען מצליח טראכטן נישט וואס זיי דארפן טוען, זיי טוען אין אז דער אויבשטער געט חן אין הצלחה מאכט ער געשעפטן אויף א באקסעדיגע טיש ביי זיך אין אפיס מיט די נאז אראפ, דאס משוגע מאכן זיך אויף אזוי ווייט וואספארא שפת הגוף צו מאכן זענען געווענדליך די חברה וואס עס גייט נישט אין זייי פארשטייען נישט פארוואס, יעצט כאפן זיי איך קוק נישט אויס גענוג זיכער, נעקסטע מאל וועל איך לייגן מיין הענט אויפ די רוקן אז איך וועל מיך שיעור איבערדרייען די פארקערטע וועג, וכו'
איך קען סוקסעספולע סעילסלייט וואס קעקעצען, סעילסלייט וואס אין ישיבה האב איך געמיינט אז ער איז שטום, אין נאכדעם קען געוועזנע דורכגעפאלענע סעיללייט וואס זענען געווען משוגע פראפעשינעל גוטע שפראך אין געלערנטע למעשה איז ער היינט א גוטע באס דרייווער, איך קען געלונגענע בראקערס אלע סארטן משוגעים, נערווען קריכערס, נערנים, נודניקס, אין נאכדעם געלונגענע, שארפע באטעמטע אין קלוגע, די אלע זאכן מאכט נישט אייביג אויס
בקיצור די צד השוה איז קלאר נישט דעי נקודות, הרבה עשו כך ולא עלתה בידם והרבה לא עשו כך ועלתה בידם, ביים גוי איז דא אזא מושג אז אלעס ווענד זיך אין דיר, אין יעדע ריר דיינע דארף זיין אויסגערעכנט, אבער ביי אונז ווייסט מען אז א יוד דארף דאווענען פאר דער וואס געט באמת די פרנסה אין נאכדעם דארף ער טוען וואס איז נארמאל נישט אונטערטרייבן אין נישט איבערטרייבן א שאד די אומזוסטע פלאג,
אין היינט מוז אלעס גיין מיט איינעמס סטארי ע"כ ר' איד איך טוע אזוי אין עס ארבייט
כולי עלמא מודי, אן תפלה וסייעתא דשמיא גייט "גארנישט"! ואשרי, פאר דער וואס איז כל כולו אויסגעארבעט במדת הבטחון, און איז מקיים דעם השלך על ד' יהבך מיט די גאנצע תמימות - דעמאלס געשעהט "והוא יכלכלך", אפילו ווען מ'זיצט אין ביהמ"ד איבערגעבויגן איבער'ן גמרא.
אבער, כל זמן מיר זענען נישט אויסגעארבייט מיליאן פראצענט במדת הבטחון, און מיר דארפן עוסק זיין בפרנסה בדרך הטבע [וועלכע איז פאר זיך א גרויסע מצוה], איז נישט קיין שום חסרון, צו נוצן דרך הטבע'דיגע דרכים, צו פארבעסערן דיינע שאנסן מצליח צו זיין אין ביזנעס.
ס'איז גארנישט אנדערש ווי דער בעה"ב פונעם שיך געשעפט, וואס באשליסט אז אנשטאט זיין אלטע צוהאקטע שווארץ-ווייסע עד, וואס לויפט שוין 35 יאר ברציפות אין די ירושלים'ער אידישע ליכט, וועט ער הייערן א פראפעסיאנאלע גראפיקער איהם צו מאכן א רייסערישע אויג-פארכאפענדע קאלירטע עד. ליגט אין דעם עפעס א חסרון בטחון?
אוודאי, דארף מען וויסן ביים פראבירן די פארשידענע מיטלען, אז לא כוחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה, כי ממך הכל ומידך נתנו לך.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
צדיקים האבן געטייטשט אמונה זו סדר זרעים, ווי תוס' בשם הירושלמי איז מסביר שמאמין בחיי עולם וזורע-דהיינו אפילו ער איז זורע, נאך אלץ ווייסט ער און ער גלייבט אז אלעס קומט פון דער חיי עולם.
די גבול ביז וואו ווייט גייט השתדלות און וואו פאנגט זיך אן בטחון איז א שווערע סוגיא.
פרידן האט געשריבן:בקיצור די צד השוה איז קלאר נישט דעי נקודות, הרבה עשו כך ולא עלתה בידם והרבה לא עשו כך ועלתה בידם, ביים גוי איז דא אזא מושג אז אלעס ווענד זיך אין דיר, אין יעדע ריר דיינע דארף זיין אויסגערעכנט, אבער ביי אונז ווייסט מען אז א יוד דארף דאווענען פאר דער וואס געט באמת די פרנסה אין נאכדעם דארף ער טוען וואס איז נארמאל נישט אונטערטרייבן אין נישט איבערטרייבן א שאד די אומזוסטע פלאג,
סך הכל געזאגט מדייק צו זיין אויף אזאנע קליינע דיטעלס פין די אויסזען פין די טיש אין שפת הגוף איז וועי מער ווי נארמאל, אין העלפט נישט, בפרט ביי ברענגען א געשעפט וואס די עיקר איז חן, אין דעס איז די שפראך ביים גוי ווי אלעס איז אין די מענטשעס הענט, סא דארף מען טרייען ווי מער מען קען, אין איז בכלל נישט די זעלבע ווי א שיינע עד, (וואס אגב די שיינע עד היינט איז די זעלבע געדאנק ווי די מיאוסע אמאל די ציל פין א עד איז מען זאל דיך זעהן צווישן יעדן אמאל איז גענוג געווען קליין בלעק אין ווייט ווייל יעדער איז געווען קליין אין פאר די דעמאלטס'דיגע מענטשן האט עס געארבייט די סעם ווי די היינטיגע עדס פאר די היינטיגע מענטשן סא אז ער טוישט נישט עד מיינט עס אז ער סטאפט זיך עדווערטייזן) עס איז ענדערשט ווי טיפס וועלכע שפת הגוף אין רעדשעסטער טישל די שיך סטאר זאל מאכן, למשל די נקודה פין האבן עפעס יוניק איז בגדר נארמאל אין פארשטענדליך ענליך צו די משל פין א עד, והא ראיה אז עס איז איבערגעטריבענע השתדלות 95% סוקסעפולע שיך סטארס האבן שיינע עדס וכו' אין 95% געלונגענע סעילסלייט בראקערס דיעל מעקירס פאקעס'ען נישט אויף דעי נקודות וואס מען האט דא גערעדט,
שטאלצער יוד האט געשריבן:צדיקים האבן געטייטשט אמונה זו סדר זרעים, ווי תוס' בשם הירושלמי איז מסביר שמאמין בחיי עולם וזורע-דהיינו אפילו ער איז זורע, נאך אלץ ווייסט ער און ער גלייבט אז אלעס קומט פון דער חיי עולם.
די גבול ביז וואו ווייט גייט השתדלות און וואו פאנגט זיך אן בטחון איז א שווערע סוגיא.
קודם ש'כח שיינע שטארקע טייטש נישטא אזא זאך ווי השתדלות ענדיגט זיך אין בטחון הייבט זיך אן, בטחון הייבט זיך אן נאך פאר די השתדלות, ווי ערקלערט קלארער אויף א אנדערע פלאטץ איך ברענג א לינק אהין אין מיין פאריגע תגובה, ארבייטן אין מאכן געלט האט גארנישט קייין שייכות אע"פ מוז עס גיין אינאיינעם, דאס הייסט א מענטש דארף ארבייטן ווייל ער דארף ארבייטן, ווייל דאס איז די וועג ווי אזוי ער וועט טוען זיין שליחות פונעם אויבשטען וואס ער זעט אפי' נישט ווי ער טוט, אבער עס געשענט אין דאס איז זיין תפקיד, אין אז ער טוט דאס באקומע'ט ער זיין סכום געלט וואס ער דארף באקומען אזויפיל וויפל עס איז געווען באשערט לכתחלה, אין מען דארף פארשטיין אז זיין השתדלות גייט אים מאכן ראוי אז די אויבשטער זאל אים געבן זיין געלט נישט אז זיינע פעולות גייען אים ברענגען געלט
היות דיין ארבייט איז נאר די וועג דיך צו ארום פירן ווי די דארפסט פאר א צווייטע צוועק, איז אלעס וואס איז נארמאל גייט אריין אין דעי גדר אין מען פארלאנגט אז די זאלסט עס טוען צו באקומען דיין געלט וואס איז דיר באשערט, אבער איבערגעטריבענע פעולות איז איבריגע ארבייט גענומען אויף די אייגענע הענט
פון די היינטיגע שיעור בין איך ארויס צו'דריי'ט מ'מוז אליין הערען די שיעור און נאכדעם קען מען איבער חזר'ן דא. אויב קען מען צוברענגן זאכן וואס איך האב נישט אויף געכאפט און אדארך געלאזט, מה טוב.
די נאמבער דריי איז א קליינע נאמבער אבער מאידך גיסא איז עס שוין דא גענוג און נאך אין דעם. למשל:
צוטיילן א שווערע טעסק אויף דריי קלענערע שטיקלעך. דריי זאכן איז א נאמבער וואס א מענטש קען געדענקן. אויך קען מען טשאנקן און צאמלייגן 3 נאמבערס צוזאמען און אזי געדענקן בעסער. א מענשט קען האלטן אין קאפ דריי משלים. א גוטע גרעפיק דיזיינער ווייסט אז מ'דארף מאכן א עד מיט דריי טשאנקס פון אינפארמעישן. (אלע אינפארמעישן מוז אריינגיין אין דריי גראפס). עס לוינט זיך שטארק צו געבען פאר א קונה 3 ברירות זיך אויסצוועלען, ער פילט אז ער אליין גייט באשלוסן וואס איז גוט פאר אים ווייל ער זעהט מער ווי 2 אפשינס טארכט ער עס גוט אדארך משא"כ ביי מער ווי דריי איז צופיל אינפארמעישין. shipping אין דריי ביזנעס טעג פילט די מענטש אז די זאך איז שוין שוין ביי אים. מ'דארף אייביג אריינטראכטן אין די דריי עיקר סיבות פארוואס מ'זאל יא קויפן אדער דוקא נישט קויפן.
דרך אגב, די באקראונד פון א פלייער מאכט די מענטש פאקעסן אויף די ענין וואס די פיקטשער ווייזט.
טראפן וואסער ביי קידוש, אבות , מדת התפארת, א ניגון מוז האב 3 נאוטס, שלשה שותפין באדם, כהן לוי ישראל, תורה נביאים וכתובים, שלש שאכלו כאחד, מכריע וזבל"א
אין דעם פריעדיעגן שיעור האט איתמר ארום גערעדט וועגן קאלירן. איך האב עס נישט אראפגעשריבן וווייל איך האב נישט פארשטאנען ווי אזוי מ'קען ניצן די ידיעות פאר ביזנעס.
איך האב געהאפט אז דורך די וואך וועט איינער דא עס אויסקלארן. אבער לעת עתה האט נאך קיינער נישט מעורר געווען. אולי יחוס?