בלאט 1 פון 1

וויאזוי מאכט מען געלט אנליין? (מי מנוחות)

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 9:57 pm
דורך זאל ער קומען
א סימפל הקדמה צו פארשטיין אביסל דעם דזשארגאן, די טערמינען כדי צו בקי כזקן ורגיל אין די קאנסעפטס וואס גייען ווערן אויסגעשמועסט אביסל אינעם ארטיקל בס"ד.
א וועבסייט - ווי שיין עס זאל נאר זיין - אויב וויל מען מאכן געלט דערפון הייבט זיך עס אן און ענדיגט זיך ביי מענטשן וואס קומען אהין אין די ריכטיגע צייט - דאס הייסט ווען זיי ווילן קויפן עפעס וואס דו פארקויפסט, און זיי טרעפן עס, באשטעלן עס, און באצאלן. דאס ווערט אנגערופן א קאנווערזשן.

טרעפיק מיינט אז מענטשן קומען צו דיין סייט.
די מענטשן וואס וואס קומען אן צו דיין סייט ווערן אנגערופן וויזיטערס. א פרישער וויזיטער איז נישט מער פון דעם, א וויזיטער וואס איז אריינגעקומען צו דיר אין סייט זיך אומקוקן וואס דו האסט דארט. אויב כאפט עפעס דארט זיין אינטערעס ווערט ער א פראספעקט, א מעגליכער קאסטומער וועמען ס’לוינט זיך צו באארבעטן ער זאל ווערן א צאלנדיגער קאסטומער.
היות אז דו האסט זיך געשאפן א נייעם פראספעקט דורכ’ן סייט, מיינט דאס אז דער סייט האט דיר געברענגט א נייעם ליעד, א שפיץ פון א פאדעם צו ציען און יענעם אריינכאפן אלס קאסטומער.

אלעס וואס זיי זעען אויף די סייט; פיקטשערס, ווערטער, ארטיקלען, קליפס וכו', ווערט אנגערופן קאנטענט.
די ווערטער וואס ברעין-וואשד זיי צו קויפן ווערט אנגערופן קאפי רייטינג.

דער וועג וויאזוי די מענטשן קענען טרעפן דיין סייט איז אדער אז זיי זענען געשיקט געווארן אהין - דורך דיר אדער דורך א צווייטן. אנדערש איז נישט קיין וועג זיי זאלן דיך טרעפן.
‘דורך דיר’ מיינט אז דו שיקסט זיי; פון אפ-ליין, דהיינו די לייגסט דיין אדרעס אין א געפרינטע עד, א פאסט-קארטל, אדער דו געסט זיי דעם לינק, אדער קענען זיי זען דעם אדרעס פון דיין סייט אויף אן אנדערע סייט למשל אויף א פארום (אזוי ווי אייוועלט למשל), אדער דורך א רעקאמענדעישן פון א אנדערן (דאס הייסט בעק-לינקס), אדער פון א עד וואס זיי זעען אנליין און זיי דריקן דערויף, אדער אפילו אויב זיי פרובירן צו לייגן דיין ביזנעס אלץ אן אדרעס - און דורך דעם קומען זיי צו דיר.

אויב זוכט איינער יעצט הילף אדער אינפארמעישן אויפ’ן ‘אינטערנעט’ דורכ’ן עפענען א בראוזער, קראום, סאפארי אדער פייערפאקס וכדו’, וואס פירט אים צו א סורטש ענדזשן, וואס דאס איז א פראגרעם וואס האט א ריזיגע דאטאבעיס מיט אינפארמאציע, די גרעסטע היינט צו טאג איז גוגל, יאהו אדער בינג טוען עס אויך, און אויב זיי ווייזן דיין סייט אלץ דער ענטפער צו יענעם’ס קשיא אדער פראבלעם אין ערשטע פאר שורות, מיינט עס אז דו רענקסט הויך. עס קען געשען אז די סורטש ענדשינס פארשטייען לויט זייערע פארגעשריבענע קאלקולעישנס, אז דו ביזט דער בעסטער ענטפער פאר דעם סורטש, דאס הייסט עס אי או. אדער אז דו צאלסט געלט אז דער סורטש ענדשן זאל דיך ארויף ברענגען ווען איינער מאכט דעם סורטש. דאס הייסט פעי פער קליק.

די גרויסע סורטש ענזשנס האבן אויך היינט אן אייגנגעמאכט סטאר וואו זיי לייגן ארויס חפצים צום פארקויפן גלייך ביים זוכן דאס הייסט א גוגל (אדער יאהו) שאפינג.
אויב דיין ביזנעס איז געהעריג געליסטעד אין אלע דירעקטאריעס (די עלעקטראנישע ווערסיע פון די אמאליגע געפרינטע יעלאו פעידזשעס), קומט דיין סייט ארויף פאר’ן לאקאלן זוכער. די אינפארמאציע איז ביי יעדע געגנט איבער די וועלט אנדערש, ווייל די סורטש ענדזשנס זוכן נאר לאקאלע ביזנעסער. דאס הייסט לאקאל מארקעטינג. (דאס קען געטון ווערן פאר אפ-ליין ביזנעסער אויך. מ’מוז נישט האבן קיין סייט דערצו. עד כאן ההקדמה.

אזויפיל אידן האבן סייטס אנליין און מוטשען זיך עס צו מאכן סוקסעספול, און פלאשן אריין אלפים ורבבות און ווייסן נישט וויפיל נאך ס'גייט זיי קאסטן צו קענען זען עפעס א תכלית. אנדערע אידן וואלטן געוואלט האבן אן אנליין ביזנעס און וואלטן געוואלט וויסן וויאזוי דאס גייט צו; וויאזוי מ'באקומט וויזיטערס, ליעדס, סעילס, וואס איז דאס די אלע שמות נרדפים SEO ,PPC ,Social אא"וו, וועלן מיר פרובירן געבן א נאנטערע בליק אין די נושא וואס א סייט איז, און וואס אנליין מארקעטינג איז, און וויאזוי מ'קען דאס טון דאס שנעלסטע, בעסטע און ביליגסטע.

- וואס איז דאס א וועבסייט?
- שוין. גוט מארגן. וואס הייסט וואס א וועבסייט איז?! ווער ווייסט נישט וואס א סייט איז? האסט אויפגעטראפן א נייע חלק פון אמעריקע אנליין?
- העי, קול דאון. לאמיר צוקומען צום ווארט...
איז אזוי, פארשטייט זיך אז מ'גיימיר נישט פארציילן דא וויאזוי על גאור האט אויפגעטראפן דעם אינטערנעט, מ'רעד מיר צו מענטשן וואס ווייסן אז א וועבסייט איז אן אנליין אדרעס. און יעדער ווייסט אז א אנליין סטאר איז א ווירטואלע געשעפט וואו מ'קען זיך ארויסלייגן פראדוקטן און דער עולם קען קומען איינקויפן.

(גראדע וואלט געווען זייער ראטזאם ארויסצוברענגן די מעלות פון אן אנליין ביזנעס ווערסעס א אופליין (off line) בריק-ענד-מארטער (מאטעריאליסטישע בילדינג) ביזנעס, און די מערערע אפערטוניטיעס און די ספיעד פון אנליין קעגן אופליין, סיי פאר א גענצליך אנליין ביזנעס, סיי פאר א אופליין ביזנעס וואס האט אן אנליין סטאר אויך, אבער דאס פארלאנגט פאר זיך א עקסטערע ארטיקל וואס מ'וועל מיר איבער לאזן פאר א צווייטע געלענגהייט.)

אונז וועל מיר רעדן פון א מציאות וואס מ'ווייסט שוין וואס פאר א סייט מ'וויל עפענען, אדער מ'האט שוין געמאכט דעם סייט, און מ'וויל זען תכלית. געהעריג אנהייבן מאכן געלט, וואס דאס געשעט דורך אנליין מארקעטינג.

נו קום מיר צו אויב אזוי, וואס איז דאס אנליין מארקעטינג?
צו וויסן וואס אנליין מארקעטינג איז, לאמיר געבן א שנעלע לויף דורך פון וואס א סייט אנליין איז בכלל צוזאם געגאסן, און דערנאך וועל מיר אריינגיין עטוואס טיפער צו פארשטיין וואס מארקעטינג פאר א סייט נעמט אריין אין זיך.

א סוקסעספול סייט איז איינגעטיילט אין מערערע חלקים (קאמפאונענטס), וואס די אלע זאכן דארפן ארבעטן גוט אינאיינעם, און ווען אלעס ארבעט - מאכט מען געלט. איך רעד נישט סתם פון זיין ביזי און געלט דרייעט זיך, נאר פון פארשטיין וואס מ'טוט אויף צו זען א ריוח מיט'ן אויבערשטנס הילף.

אר או איי - ריטורן אן אינוועסטמענט
אבער אז מ'דערמאנט דאס ווארט ריוח, דארף איך א גאר קורץ אנרירן דעם טערמין אר או איי. נישט משום החידוש שבו, ווייל דאס איז דאך עכט ביזנעס עז יוזשועל, אבער איך וויל זיך באציען צום פונקט וואס רירט אן אנליין סאך מער ווי סתם א ביזנעס. ועוד אז איינס פון די וויכטיגסטע זאכן צו וויסן וואס אנליין מארקעטינג און א וועבסייט איז, הייבט זיך אן ביים פארשטיין דעם אר או איי פון די אקטיוויטעטן.

דאס איז דאך פשוט אז כדי צו וויסן צי מ'האט בכלל א ריוח מוז מען וויסן "נאמבערס", דהיינו פונקטליך וויפיל די הוצאות קאסטן, און וויפיל די הכנסות זענען, און דעם חילוק פון די נאמבערס.
נו, פארשטייט זיך אליין... ווער קען דען נישט זיינע נאמבערס?
כמעט קיינער נישט... ליידער, ס'א ביטער געלעכטער. יא יא, סוף יאר ביים פיילן שטימט אלעס... אבער 90% ביזנעסער ביים היימישן ציבור מאכן נישט עכט זייערע נומבערס זאלן שטימען ביים אנהייב יאר... אויף צו וויסן וואס צו טון, וויפיל און פאר וועם.

ווען מ'רעדט פון הוצאות דארף זיין אינקלודעד "אלע" הוצאות, נישט נאר די קאסטן פון די אינווענטארי, נאר אויך די אפיס רענט, לעקטער און געז, טעלעפאן סיסטעם, קאר און נאכאמאל געז..., פעיראל, אינשורענסעס, און אזוי אויך מארקעטינג, דהיינו דאס אויסגעבן געלט אויף צו אינוועסטן אין די ביזנעס כדי ס'זאל קענען ברענגען מער. דאס הייסט ריטורן אן אינוועסטמענט - וויפיל גייסטו צוריק זען (ריטורן) פון די סומע וואס דו האסט אריינגעלייגט (אן אינוועסטמענט). אין קורצן ווערט עס אנגערופן אר או איי, און ווערט אסאך גענוצט אין ביזנעס, און ספעציעל ביי מארקעטינג.

וואס איז דיין מארקעטינג בודזשעט
- וואס טאקע איז דיין מארקעטינג בודזשעט?
- פרעגסט מיר יעצט עכט?
- יא, צען דאלער, מיליאן דאלער? בערך וואס האלטסטו גייסטו ספענדן היי יאר פאר מארקעטן דיין סייט?
- ר' איד, שפאציר אראפ פון מיינע נערווען. ווילסט מיר פארקויפן סערוויסעס? זאג מיר די פרייזן און איך וועל באשליסן וואס איך וועל ארדערן. קריך נישט אריין אין מיינע קישקעס.

זייער אסאך מאל פרעגן מארקעטינג קאמפאניעס - ספציעל אנליין - וויפיל איז דיין בודזשעט?
מענטשן רעגן זיך אויף. וואס א מין שאלה איז דאס?! וואס גייט דיר אן וויפיל געלט איך האב אוועקגעלייגט פאר מארקעטינג?! ווילסט זיכער מאכן אז דו גייסט פון מיר אויסקעווטשן ס'גאנצע?... וויל איך נישט!

דער אמת איז אז דא איז דא א מיסקאנעקט. א קאמפאני וואס פרעגט אזא שאלה פארשטייט פאר א פשוט'ע זאך אז דער נשאל ווייסט שוין דעם ענטפער אויף די פאלגענדע שאלות: (אויב דיין ענטפער מעטשט מיט די ענטפערס אין די איינגערינגלטע, ווייסטו נאכנישט דעם ענטפער און דו מעגסט רואיג ליינען ביז'ן סוף...) וועמען צילסטו? (יעדן וואס איז גרייט צו קויפן) פארוואס צילסטו אים? (ווייל איך דארף זיין געלט), און וואו גלייבסטו אז דו מוזט אנקומען מיט דעם קאמפיין וואס דו ווילסט יעצט מאכן? (א מיליאן דאלער לכל הפחות). און די שאלה איז נאר וויפיל געלט דו ביסט גרייט אויסצוגעבן כדי אנצוקומען צו דיין באגער (וואס ווייניגער) - און דאס פרעגט ער.

אבער וואס זענען די ריכטיגע ענטפערס אויף די שאלות?
קומיר צוריק צו דעם שרעקדיגן ווארט 'נאמבערס'. אבער קודם לאמיר זיך בעסער באקענען מיט דעם נייעם ווארט:

קאנווערזשן רעיט.
און דאס גייט ענטפערן וויאזוי מ'רעכנט אויס וויפיל מ'מעג אויסגעבן פאר א קאמפעין אויף אזא וועג אז מ’זאל בלייבן מיט א פראפיט בס”ד.
דער ערשטער ציל פון א קאמפיין איז אריינצוברענגען דורך אן עד "מער" פון וויפיל ס'האט געקאסט. אז נישט האט זיך דאך נישט געלוינט דאס גאנצע געשעפט. דאס איז אמת ביי יעדע ביזנעס אויך, דהיינו, אויב די גרעפיקס קאסט בערך טויזנט דאלער, און א פול פעידזש קאליר עד יעדע פון די פיר גרויסע צייטונגען איז ארום אכט הונדערט איטש, האלט מיר שוין ביי אריבער פיר אלפים, נאך פאר אלעם. אויב גייט דער קאמפיין נישט אריינברענגען עטליעסט פיר טויזנט דאלער פלאס, איז די גאנצע זאך געווען א וועיסט אוו טיים ענד מאני.

כדי צו שאצן וויפיל דער קאמפיין גייט ברענגען דארף מער רעכענען א בערך וויפיל דער קאמפיין ‘קען’ צוריק אריינברענגען דעם קומענדיגן חודש, און דער סכום דארף זיין געבעיסד אויף וויפיל קאסטומערס ס'גייען איינקויפן דעם חודש דייקא צוליב דעם קאמפיין, און וויפיל יעדער קאסטומער גייט אויסגעבן אן עווערעדזש אין די צייט.

למשל אז איך וויל אויסגעבן פאר א קאמפיין צו אדווערטייזן מיינע נייע וועקיום קלינערס און איך וויל וויסן וויפיל איך מעג אויסגעבן פאר אדווערטייזמענטס אז ס'זאל זיך האבן געלוינט, דארף איך מאכן בערך אזא קאלקולעישן: אויב "אלע" משפחות אין די היימישע געגנטער גייען זען די עדס, לאמיר זאגן בערך פופציג טויזנט משפחות, גייען קויפן בערך אכט פראצענט מענטשן, (דאס הייסט גראדע א זייער שיינע קאנווערזשן רעיט. און יעדע מארקעט און צו יעדע צייט לויפט עס אנדערש).

'קאנווערזשן רעיט' מיינט אז א נישט-קאסטומער איז איבערקערט געווארן - קאנווערטעד - צו א באצאלנדע קאסטומער, און די רעיט ביי וויפיל פראצענט פלעינע מענטשן ווערן איבערגעדרייט צו קויפן הייסט די קאנווערזשן רעיט. געווענליך איז א רעגולער קאנווערזשן רעיט אין אנהייב ביי א האלבע פראצענט, איין מענטש צו יעדע צוויי הונדערט וואס הערן פון דעם וועקיום קלינער.
(מ'גיימיר אביסל שפעטער צוריקקומען צום קאנווערזשן רעיט - ווייל איינע פון די וויכטיגסטע אנגייענדע צילן פון א ביזנעס איז צו פארבעסערן דעם קאנווערזשן רעיט, וואס דאס מיינט אז מער מענטשן קויפן פון די זעלבע מאס ארבעט און געלט וואס ווערט אריינגעלייגט אין די מארקעטינג, און די זעלבע מאס מענטשן גייען זען די עדס סייווי, דער חילוק וועט נאר כאפן וויפיל פון די מענטשן גייען למעשה קויפן, און דאס הייבט דעם ריטורן אן אינוועסטמענט - וויפיל ריוח מ'זעט קעגן די קאסטן וואס מ'האט אינוועסטעד).

אויב אבער די קאנווערזשן רעיט איז העכער, צי ווייל דו האסט פשוט א גוט מזל, אדער ווייל די ברענד איז שוין ברייט באקאנט, אדער ווייל די באבע וואס נוצט פונקט דעיע האט זייייער אסאך אייניקלעך.... אדער ווייל דיין קאמפיין האט זיך קאנצענטרירט אויף די פסח סיעזן און דיינע עדס האבן מבטיח געווען א סאאך גרינגערן ערב פסח (טארגעטעד קאסטומער, שפעטער מער איבער דעם), און למעשה האסטו געהאט אן אכט פראצענט קאנווערזשן רעיט, מיינט דאס אז דו האסט פארקויפט פיר טויזנט וועקיום קלינערס, אכט פראצענט פון פופציג טויזנט משפחות.
אויב מאכסטו אויף יעדע וועקיום קלינער דרייסיג נישטיגע טאלער, מיינט דאס אז דו האסט געלייזט הונדערט צוואנציג אלפים פראפיט פון דעם קאמפיין.

איז די שאלה וויפיל דו מעגסט אויסגעבן כדי אנצוקומען צו דעם נומער - נישט די הונדערט צוואנציג טויזנט, נאר צו די סומע פון מענטשן וואס האבן געקויפט - די אכט פראצענט פון פופציג טויזנט, וואס נאר דעמאלטס מאכסטו דעם ריוח. דאס הייסט אזוי, אויב גייסטו נישט אויסגעבן קיין געלט כדי צו קענען אנקומען צום גאנצן עולם, גייט דאך קיינער דיר נישט זען, גייסטו גארנישט מאכן... ואם כן פארשטיי אליין אז די גאנצע הונדערט צוואנציג אלפים פראפיט גייסטו סייווי נישט קענען סתם אזוי אריינלייגן אין גמ”ח, ווייל דו מוזט דאך אויסגעבן אויף אנצוקומען צום עולם.

איז די שאלה קודם וויפיל דו ‘דארפסט’ אויסגעבן צו קענען קאווערן אלע היימישע געגנטער מיט עדס כדי "יעדער" זאל דיך זען - וואס נאר דעמאלטס האסטו א בעיס נומער פון פופציג טויזנט מענטשן, און נאר דעמאלט מיינט אן אכט פראצענט קאנווערזשן רעיט: פיר טויזנט שטיק. און די צווייטע חלק פון די שאלה איז, וויפיל ‘מעגסטו’ זיך ערלויבן אויסצוגעבן כדי צו דערגרייכן "יעדן" אין די היימישע געגנטער, אז ס’זאל זיך די האבן געלוינט.

און די תשובה איז אז היות דו שטייסט אויס צו לייזן דרייסיג דאלער פון יעדע איינציגע סעיל, מעגסט זיך ערלויבן אויסצוגעבן אפילו ביז צוואנציג דאלער פער סעיל, וואס דאס איז אכציג טויזנט דאלער פון די הונדערט און צוואנציג אלפים וואס גייסט מאכן, וואס דעמאלטס גייסטו נאך אלץ בלייבן מיט פערציג אלפים ריין פראפיט. (פארשטייט זיך אז דער משל רעדט פון איינעם וואס קען שוין זיינע נומבערס און ווייסט שוין וואס ער מעג טון).

דאס איז אבער נאר אן עקסטרעמע משל, דהיינו אז מ'גיימיר אננעמען אז אויב דו וועסט נישט אויסגעבן קיין אכציג אלפים גייסטו נישט קענען אנקומען צו וואס דו צילסט. אבער אויב דו גלייבסט אז דו גייסט קענען אויף א געוויסע וועג אנקומען צום גאנצן עולם פאר ביליגער, איז קיין שאלה נישט צי דו זאלסט גיין ביליגער. אוודאי זאלסטו זוכן צו מאכן דאס מאקסימום וואס דו קענסט.
און מעגליך אז אפשר זאלסטו צילן נאר צען טויזנט מענטשן און פארקויפן נאר אכט הונדערט שטיק, און דער ריוח וועט זיין נאר פיר און צוואנציג טויזנט, אבער די הוצאות פאר’ן קאמפיין קען זיין נאר למשל פיר טויזנט דאלער (הלואי..), און דו קענסט בלייבן מיט צוואנציג אלפים פראפיט. אבער אין דעם פאל ווייסטו וואס דו מעגסט טון און פארוואס דו ווילסט עס טון.

און אויב האסטו דעם חשבון קלאר און א חבר שלאגט דיר פאר צו אדווערטייזן אויף א בילבאורד - דארט וואו רוב היימישע אידן פארן דורך און ס'קאסט 'נאר' עלעף אלפים פאר א חודש...
געווענליך דארף די ריעקשן זיין: ע-ל-ע-ף ט-ו-י-ז-נ-ט ד-א-ל-ע-ר????!!!! מיט גאר גרויסע אפענע אויגן אז מ'זאל מורא האבן אז ס'גייט ארויספאלן פון די סאקעטס. אבער אויב האסטו דיר געמאכט דיינע חשבונות און דיין ציל איז אנצוקומען צום גאנצן עולם דאס שנעלסטע וואס שייך ווייל באלד איז שוין פסח, און דו ווייסט אויך אז דו מעגסט גיין אפ טו עידי טאוזנד דאלער, איז שוין עלעף טויזנט דאלער נישט 'אזוי' געפערליך. קען גאר זיין אז צוליב דעם וועסטו זיך שפארן א צוויי דריי וואכן עדס אין אלע פארשטופטע נישט-אזוי-פאפולאר מאגאזינען און צייטונגען אן די מורא אז עטליכע אידענעס וואס וואלטן געקויפט אויב זיי וואלטן געוואוסט וועלן נישט וויסן.

לאמיר ווייטער נוצן דעם זעלבן משל אויף די אנליין ארענע. וואס טוט איינער וואס וויל פארקויפן די מאקסימום וועקיום קלינערס פאר יעדן אייביג. וואס גראדע איז דאס מעשים בכל יום. ס’גייט בערך אזוי:
- וואס טוסטו היינט פאר פרנסה?
- אנליין.
- עמעזאן?
- דאס אויך אביסל, אבער היינט האב איך שוין אן אייגענע סייט.
- אה, ברוך השם. וואס פארקויפסטו? אויב מעג איך פרעגן. (עמעזאן ווייסט מען אז מ’טאר נישט....).
- וועקיום קלינערס.
- וועלכע סארט? פאר וועמען? ווען? עמ... וויאזוי ‘טרעפט’ מען קאסטומערס?
- וואס הייסט וועכע? אלע מינע! וואס הייסט פאר וועמען? פאר יעדן! וואס הייסט ווען? אייביג! קאסטומעעעעעערס... דעיס איז שוין א שווערע שאלה... מ'מוטשעצעך טאקע. כ'האב שוין באצאלט פאר א גוטע אינדיען קאמפאני פאר עס אי או, אדער סי אי או עפעס אזוי.... און פאר אן אנדערע גוטע אינדיען קאמפאני פאר אסאך טרעפיק, יעצט דארף נאר דער עולם כאפן אז איך האב גוטע דיעלס און אנהייבן רוקן סחורה. מ'דארף דאך האבן אויף שבת צו מאכן...

ווייס וואס דו טוסט, פארוואס, און פאר וועם
איך האב עס שוין געהערט צענדליגער און הונדערטער מאל, מיט מערערע ווערסיעס, און דער סוחר האט ניטאמאל געכאפט אז ער רעדט פון הוט ארויס.
- וועלכע מינע וועקיום פארקויפסטו?
- אלע מינע...
- וואס הייסט אלע מינע? ווער דארף אלע מינע? קיינער!
- יעדער דארף ----
- איימעניט, ווער איז יעדער? יעדער דארף? קיינער דארף נישט! קום לאמיר אריינגיין אין גרענד סענטרעל סטעישן (דארט וואו סתם 'מענטשן' וואס נוצן די 'אינטערנעט' פאר וועמען דו מארקעטסט און ווארטסט אז זיי זאלן קויפן) און פרעג דעם עולם ווער ס'דארף יעצט א וועקיום קלינער.
איך גלייב אז "קיינער" דארט גייט עס נישט דארפן, ווייל די סארט מענטשן וואס דארפן וועקיום קלינערס זענען אינדערהיים און מוטשען זיך יעצט מיט זייער אלטע... און אויב גייסטו יא טרעפן איינעם וואס וואלט געווען אינטערסירט אין א וועקיום קלינער איז עס נאר ווייל דאס קינד האט זיך פארשמירט און מ'האט אים געדארפט גיין טוישן און וועגן דעם האט זי פארפאסט א קאנעקטינג טרעין.

דו האסט נישט דעם בענעפיט פון דעם פסח סיעזן 'אייביג', און אויב אזוי אפילו אויב 'יעדער' גייט עס זען גייט אויך נאר א האלבע פראצענט קויפן.
און יעצט קומט צו די גאר הארבע שאלה: א האלבע פראצענט פון וויפיל? וויפיל איז יעדער?
ביי די היימישע געגנטער אינעם פריערדיגן משל האסטו געהאט אן אחיזה אינעם מציאות מיט די השערה אז היות יעדער ליינט עפעס א צייטונג אדער הערט מען קאלמע וואסער וועט 'יעדער' עווענטועל זען אדער הערן פונעם סעיל, און וועגן דעם האסטו געהאט א בעיס ליין פון פופציג טויזנט מעגליכע קאסטומערס. אבער אנליין וואו ס'איז דא אפאר ביליאן וועבסייטס, ווער גייט בכלל זען דיין סייט? ווער גייט זען דיין עד?

און אויב דו האסט נישט קיין ענטפער פאר דעם, וויאזוי קענסטו בכלל אנהייבן טראכטן פון אן אמאונט וויפיל דו גייסט מעגן אינוועסטן אין מארקעטן דיין סייט (פאר אינדיאנער, אדער אמעריקאנער, אדער אפילו אידישע קאמפאניעס)? דו האסט דאך נישט קיין בעיס נאמבער פון מענטשן וואס גייען זען דיין עד, וויפיל מענטשן זענען אינטערסירט אין דיינע חפצים, כדי צו קענען בויען אויף דעם א קאנווערזשן רעיט!

- וויפיל פראפיט גייסטו מאכן אויף איין סוקסעספול סעיל?
- דרייסיג דאלער.
- געבעיסט אויף?
- ס'קאסט מיר הונדערט זעכציג און איך פארקויף עס פאר צוויי גלאטע, מיינוס צען וואס איך צאל פאר פרי שיפינג. איקאלס דרייסיג דאלער קליען און גרין.
- און וויפיל האסטו געצאלט פאר מארקעטן דיין סייט?
- עס אי או? עמ... צוויי אלפים פאר דריי חדשים און דריי אלפים פאר צוויי חדשים - כ'געדענק נישט פונקטליך אבער ערגעץ דארט. אבער וואס האט דאס צו טון מיט די נושא דא?
- פון וואס האסטו גענומען די דריי אדער צוויי אלפים פאר די דריי אדער צוויי חדשים אדער ביידע פאר ביידע...?
- אה, דאס איז סתם צו מארקעטן די סייט אז ס'זאל רענקן אויף גוגל.

(רענקן מיינט ווען איינער זוכט עפעס וואס מיין סייט פארקויפט זאל מיין סייט ארויפקומען אויף די ענטפערס פעידזש פון די ערשטע פאר (זעה בילד, קעסטל נומער 2 און 5), כדי אז דער מענטש וואס זוכט זאל קויפן ביי מיר דאס וואס ער וויל סייווי קויפן).

- און האסט גערענקט?
- יא, פאר א חודש, אבער נאכדעם בין איך אביסל געפאלן, אבער ס'איז נאכדעם צוריק ארויף געגאנגען.
- אבער אין די צייט וואס דו ביסט אן טאפ אין רענקינג האסטו געמאכט אסאך סעילס?
- כ'אנישט קיין אאאאנונג.... צו גוט איז קיינמאל נישט געווען - דערווייל.
- איז פארוואס צאלסטו פאר עס אי או?
- ווייל מיין סייט דארף ----- או, דעיס מיינסטע...

כדי צו וויסן וויפיל דו מעגסט אויסגעבן פאר 'רענקן' דיין סייט, דארפסטו שאצן א בערך וויפיל סעילס דו וועסט דארפן מאכן אלץ א רעזולטאט פונעם רענקען, און דאס דארף האבן אין זיך אזוי סאך פראפיט אז דו זאלסט קענען קאווערן די הוצאות פון די עס אי או און נאך אלץ בלייבן מיט א פראפיט ענדע יאר.

און כדי דאס זאל קענען געשען מוזטו וויסן וואו דו ווילסט אנקומען, דהיינו דו מוזט ביי דיר קודם פארשטיין ווער ס'גייט ביי דיר קויפן? למשל נאר משפחות וואס האבן קארפעט אין שטוב. פארוואס ער גייט ביי דיר קויפן, און נישט ביי עמעזאן. צי ווייל למשל דו האסט בעסערע סערוויס, א גרעסערע אויסוואל, פרי נעקסט דעי שיפינג, דו האסט א לעבעדיגן מענטש ביי די קאסטומער סערוויס, דו האסט אינשורעס, אדער דו שיקסט מיט א כשר'ע לאלי. וואטעווער איט איז, דארפסטו דאס וויסן.

יעצט פרעג זיך ווער האט קארפעט און דארף פרי שיפינג מיט א לאלי אדער אינשורענס אדער א לעבעדיגן מענטש? אן עווערעדזש וואו אלט איז זי? וואו דרייט זי זיך אנליין? וואו קויפט זי איין אלע אירע קליינע אפלייענסעס? אד"ג.
פלוצלינג צילסטו שוין נישט "יעדעם", דו צילסט נאר ספעציפישע מענטשן וואס ביי זיי האסטו א טשענס צו פארקויפן עפעס.
יעצט איז שוין די שאלה: וויאזוי קום איך אן נאר צו זיי? ווייל נאר זיי גייען למעשה קויפן, און ס'גייט זיין סאאאך ביליגער צו צאלן נאר אז זיי זאלן מיר זען.
דאס הייסט א טארגעטעד קאסטומער בעיס. נאר צו זיי צילט מען.

קאפי רייטינג
און דא קומט צו נאך א זייער זייער וויכטיגע פוינט - וואס הגם ס'איז אמת לגבי אלע מארקעטינג עפערטס איז עס אבער ממש לעבנסוויכטיג פאר אן אנליין קאמפיין צו קענען זען עפעס א סוקסעס, און דאס איז קאפי רייטינג. דאס הייסט די ווערטער וואס מ'נוצט אויף אן עד.

ווען דו גייסט אין ביהמ"ד אדער אין א סטאר און דו פארקויפסט עפעס פאר איינעם פערזענליך פעיס טו פעיס, קענסטו אפליינען יענעם'ס רעקאציעס צו דעם וואס דו האסט געזאגט און לויט דעם מאנעוורירן דעם שמועס צו פרובירן נישט פארלירן דעם קונה. אמאל אז מ'זעט אז יענער איז געווארן צי פארשטייפט דארף מען אריינווארפן א ווערטל, אמאל זעענדיג אז יענער צעגערט דארף מען אריינווארפן אז מארגן נאכמיטאג איז די פרייז דאפלט וכדומה, אמאל זעט מען אז יענער קוקט מיט א שאטן געט מען אזא זאג אזוי כלאחר יד, די צוויי טויזנט זיבן הונדערט און פינף און פופציג מענטשן וואס נוצן דעם וועקיום קלינער טעגליך קענען עדות זאגן אז דאס איז דאס בעסטע אויף די וועלט.

אין אן עד דארף מען אויך טון די אלע זאכן און אקאמפלישן די אלע רעזולטאטן. פראבלעם איז, דו ביסט נישט דארט ווען די אינטערסירטע מענטשן ליינען דעם עד און דו זעסט נישט זייערע רעאקציעס. און וועגן דעם דארף מען פון פאראויס אויסרעכענען צו קענען קאווערן אלע בעיסעס ביים שרייבן דעם עד כדי ס'זאל זעטיגן דעם הונגעריגן, צופרידנשטעלן דעם אומצופרידענעם, און אונטערצינדן דעם פוילען. און וועגן דעם איז זייער זייער וויכטיג צו וויסן ווער דיין בעסטע קאסטומער גייט זיין ווייל יעדער רעדט זיין אייגנארטיגע שפראך.

יעדע קולטור איז אנדערש, און יעדע עידזש איז אנדערש ביי אלע קולטורן, און יעדע געגנט איז אנדערש ביי יעדע עידזש פון אלע קולטורן, און יעדע שיכט, לעוול אין סטאטוס און אין געלט, איז אויך אנדערש און יעדע געגנט ביי יעדע עידזש פון אלע קולטורן, און יעדע.... יו געט די פוינט. וואס מער דו ווייסט צו וועמען דו ווילסט רעדן, אלץ בעסער גייסטו קענען פלאנען פון פאראויס וואס דו דארפסט זאגן, און וויאזוי.

און נאך אן אינטערסאנטע זאך.
דער מוח פון יעדן לעבעדיגן מענטש באקומט געפיטערט פון אלע פינף חושים פיר ביליאן ביטס אוו אינפארמעישן צו פראסעסן יעדע סעקונדע אין לעבן (בערך), אבער למעשה פראסעסט דער באוואוסטזיניגער חלק פון מוח בסך הכל נאר צוויי טויזנט שטיקלעך אינפארמאציע. דאס איז א חסד ה' כדי מ'זאל מיר נישט אראפגיין פון זינען ח"ו. דער מוח פרובירט זיך צו באשיצן און ער שניידט ארויס און בלאקט כסדר אינפארמעישן וואס ער האלט אז ס'איז נישט רעלעוואנט און דרייט סתם א קאפ...

למשל א בלינדער ל"ע קען מיט די שמיעה וויסן וואו זאכן ליגן אין א שטוב אדער ווי גרויס די שטוב איז. מענטשן מיינען אז ווייל דער רבש"ע האט אים געשטראפט מיט די ראיה האט ער באקומען א בעסערע שמיעה. ס'איז אמת אז דאס איז א חסד ה', אבער נישט נאר דער בלינדער האט באקומען די מתנה, נאר יעדער מענטש אויף דער וועלט האט די זעלבע מעגליכקייט, נאר דער מוח פון א זעעוודיגער מענטש האט געבלאקט די איבריגע חלקים פון אינפארמעישן וואס דער חוש השמיעה שטעלט צו, און נעמט נישט איבער פון אים קיין סימנים איבער די לאקעישן פון זאכן, ווייל די אינפארמאציע באקומט דער מוח פון די ראיה סאך שנעלער און סאך גרינגער.

און דאס איז אמת אויף אסאך אסאך חלקים אין לעבן פונעם מענטש. ובחנוני נא בזאת. עטץ קענטס עס טרייען אליין (אויף לשעבר, ווייל אויף להבא וועט זיין שווער נישט צו טראכטן פון פינקע עלעפאנטן....). האסט געזען א צייטונג אדער א שאפערס רוט/גייד דעם מוצאי שבת? (שבת טאר מען דאך נישט), דיין בני בית האט עס אויך געזען? מאך דיר א שטיקל ליסטע פון אלע עדס וואס דו האסט געזען, און זי זאל אויך מאכן אזא שטיקל ליסטע - מוז נישט זיין אויף פאפיר, מונדליך איז אויך ווירקזאם - און דו וועסט זען אז 'רוב' עדס וואס דו האסט געזען האט זי בכלל נישט באמערקט און 'רוב' עדס וואס זי האט געזען האסטו בכלל נישט געזען!

וויאזוי איז דאס מעגליך? עטץ האטס געקוקט די זעלבע מאס פעיפערס, דורכגעבלעטערט מאור-לעס אין די זעלבע ספיד. נאר וואדען? יעדער מוח בלאקט ארויס זאכן וואס איז אים נישט נוגע. דיין מוח זעט נאר וואס דיר איז אינטערסאנט. און דו האסט שטארק הנאה פון דעם סיסטעם ווייל אזוי מאכן דיר זאכן ווייניגער נערוועז.
אבער ---- ווען דו ביסט אויף די אנדערע זייט פון די מטבע, דו ווילסט יא אריינקריכן איינעם אין קאפ אריין - און עס איז גראדע אין אזא קאפ וואו דו מיט אלע דיינע געברויכן זענען געבלאקט ביי דיפאולט, ווייל דו ביסט א נייע קאמפאני און ער ווייסט נישט ווער דו ביסט אדער וואס דו ווילסט, און אויף דעם מצב וואו דו ביסט יעצט דרייעסטו אים סתם דעם קאפ, ביסטו אויטאמאטיש געבלאקט. וואס קענטסו טון זיך יא אריינצוכאפן אין זיין קאפ?

קאפי רייטינג!
אויב קענסטו כאפן די ריכטיגע ווערטער וואס איז יענעם יא באקאנט, און ס'קוועטשט יענעם יעצט - בשעת'ן ליינען, וועט ער קוקן וואס דו זאגסט נאך פאר ער קוקט ווער ס'רעדט. און אויב האט ער ליב וואס ער זעט איז שוין דיין נאמען נישט אזוי וויכטיג... דער עיקר אז דו רעדסט צו דער זאך! (וואס א חילוק ווער ס’זאגט עס? ‘זאל ער קומען’ אדער סאושלוועבער.קאם?...).
און אז דאס זאל קענען געשען, דארפסטו וויסן צו וועמען דו גייסט רעדן, און רעדן צו אים זיין שפראך, זיין געברויך, און דעקן זיינע אינטערעסן.

און אויב ווילסטו ער זאל געדענקען דיין נאמען אויך, מאך זיכער אז ער זעט דיין נאמען עט ליעסט דריי מאל. ס'ערשטע מאל ערוועקסטו אין אים אן אויפוואכונג צום מציאות פון דיין עקזיסטענץ, דאס צווייטע מאל מרור אין חרוסת - אה נישט דעיע, ס'צווייטע מאל ערוועקסטו אין אים א נייגער צו דעם וואס דו האסטו צו אפערן, און דאס דריטע מאל באקומסטו אנערקענונג און ער וועט דיר געדענקען, און דיר קענען אויפזוכן ביי דיין נאמען אדער דעם נאמען פון דיין ביזענס אדער פראדוקט.

געדענק אז יעדער איז קיינער! ואשר על כן אנלעס דו האסט אפאר ביליאן דאלאר צו קאווערן "יעדעם", דאס הייסט אלע שיכטן פון אלע קרייזן, מיט אלע שפראכן, אין אלע יארגענג, און אלע קולטורן, און אלע לענדער, שטעט, וכו' וכו', און זיכער מאכן אז ס'איז פאר יעדן אינטערסאנט. אז נישט האסטו זייער א קליינע שאנס אז פונקט די פאר טויזנט מענטשן צווישן אפאר ביליאן גייען פונקט טרעפן דיין סייט צווישן אפאר ביליאן סייטס.

טראפיק: וויאזוי, וויפיל און וואו
אז דו ווייסט שוין וואס דו ווילסט אקאמפלישן, דהיינו אז די ספעציפישע גרופע פון מענטשן וואס האבן קארפעטס און האבן אויך עפעס געלט אויסצוגעבן פאר א בעסערע מאדל, און ווערן שוין עטוואס עלטער און זוכן א גרינגערע מאשין, און האבן צוטריט צום אינטערנעט, און האבן קרעדיט קארדס, און נוצן עס אנליין - דארף מען זען וויאזוי איך קען אנקומען נאר צו זיי. און אז נאר זיי זאלן קומען צו דיין סייט און קויפן.
קומען צום סייט הייסט טרעפיק - מענטשן קומען צו גיין צו דיין סייט. און ווען זיי קויפן הייסט דאס קאנווערזשן, ווי שוין דערמאנט.

אלץ א קורצע הקדמה: ס'איז נישטא קיין "אומזיסטע" וועג דאס צו עררייכן. דעיר איז נאו פרי לאנטש (אר עניטינג עלס) אין אמעריקע (אר עני וועיר עלס אין די וועלט)... ס'איז דא מערערע וועגן אנצוקומען צום ציל אבער אלעס קאסט. די שאלה איז וועלכע וועגן קאסטן מער/ווייניגער לגבי די רעזולטאטן אויף די מינוט, און אויפ'ן לענגערן טערמין.

א קורצע פתיחה: נוץ נישט קיין חכמות - ס'ברענגט באמת גארנישט. ס'קאסט אסאך געלט (ווי געזאגט אז אלעס קאסט), און אויפ'ן קורצן טערמין ברענגט עס 'רענק' און אויפ'ן לאנגן טערמין קאפ-וויי... אבער ריוח כמעט קיינמאל נישט.

ונקוט האי כללא בידך, קיינער פון די גאר גרויסע און פאפולערע ‘מעכטיגע’ קאמפאניעס האבן נישט אנגעהויבן ‘מעכטיג’ גלייך אין אנפאנג, אויף אזא מציאות אז זיי האבן זיך נישט געדארפט געהעריג ארויף ארבעטן. דהיינו אויב גייסטו פארקויפן קאפי אין וויליאמסבורג און דו ווילסט זיך שלאגן מיט סטארבאקס אין די גאנצע וועלט האסטו נישט קיין גלייכע מאכט.... ווייל דו האסט איין לעכל און זיי פיר טויזנט שיינע לאקעישנס אין אמעריקע אליין. אבער -- אנליין איז נישטא קיין לאקעישן, נישטא קיין פיפט עוועניו און נישט קיין דרייצנטע עוועניו און אפילו נישט לי עווניו. “יעדער” מוז עפעס טון כדי מ’זאל אים קענען טרעפן אנליין אפילו סטארבאקס.

אוודאי איז אים גרינגער, ווייל ווען איינער ווייסט שוין אז ער וויל א סטארבאקס קאפי גייט אריין טייפן ‘סטארבאקס’ און זיי טרעפן, אבער אויב איינער וויל סתם א ‘געשמאקע פיינע ווארעמע קאווע’ (אה איין מעניט, איך גיי מיר מאכן איינס...) און ער שרייבט דעיס אריין אין גוגל - האסטו פונקט אזא טשענס ארויפצוקומען גאנץ אויבן אויב דיין סייט איז ריכטיג איינגעשטעלט אז אין דעם געגנט פארקויפט עס נאר דו, אפילו אויב דו האסט די זעלבע קליינע לעכל אין אלט וויליאמסבורג.
איז דא צוויי הויפט וועגן וויאזוי צו לאזן וויסן די מאסן איבער דיין עקזיסטענץ:

אוטבאונד און אינבאונד מארקעטינג
אוט באונד מיינט אז מ'מארקעט ארויס צו די גאס - פון דיין ביזנעס צום עולם. דו גייסט ארויס צום עולם שרייען און מעלדן איבער א סעיל, און ספעשל, א נייע אייטעם אדער בכלל דיין ביזנעס. כמעט אלע טראדישנעל 'אדווערטייזינג' וואס אונז זעמיר באקאנט ארבעט אויף דעם וועג.
אן ליין מיינט אוטבאונד סיי וועלכע סארט פארעם פון לייגן עדס. אדער אין די סורטש נעטווארקס (כ’וועל שוין מסביר זיין), אדער דיספלעי עדס (אגעין... וועל שוין אריינגיין אין דעם), אדער עס אי או (יא, יא... דעיס אויך מסביר זיין), אדער סיי וועלכע וועג וואס דו שטופסט זיך אריין אין פראנט פון איינעם וואס דו ווילסט ער זאל ביי דיר קויפן.

אינבאונד מיינט פון דרויסן אויף אריין, דאס הייסט אז דער קאסטומער קומט צו דיר ווי פון זיך אליין ווען ער וויל, צי ווייל ער האט געהערט אז דו ביסט גוט, אדער ווייל ער האט געפילט אז ס'שמעקט דיינע געבעקסן אין די גאס א בלאק ווייט, אדער ווייל ער האט געהערט אמאל פון דיר אן ערקלערונג איבער כשרות און ער האט דעמאלט באשלאסן נאר צו עסן פון דיין הכשר וכו', אדער ווייל ער האט געליינט אין צייטונג אז דיין קאמפאני האט געספאנסערט די גאנצע מלוה מלכה ביי מוסדות לכה דודי - זייער א וויכטיגע צוועק...

אן ליין מיינט געשעט דאס אין פארעם פון שרייבן ארטיקלען (א ווי זאל ער קומען...), שמועסן מיט מענטשן אין אישי אויף סאשל סייטס, שרייבן אין ספעציפשע אינדוסטרי רעלעיטעד פארומס (ווי אייוועלט פאר היימיש-אידיש רעדנדע) וכדומה, ווערן דערמאנט גינסטיג אין די נייעס איבער סיי וואס איז געבינדן צו דיין ביזנעס, ווערן דערמאנט דורך די 'טאטעס' אין דיין אינדוסטרי, געבן עצות און הדרכה איבער דעם וואס קענסט גוט, אא"וו.

יעדע וועג פאר זיך האט זיך זיין מעלה, אבער קאנצענטרירט אין איין שורה איז עס בערך אזוי: פאר א שנעלע ריטורן אן אינוועסטמענט, גיי מיט אוטבאונד. פאר לאנג טורם, שלח לחמך על פני המים, אויפצובויען א טראסט און א היימישקייט אין דיין ביזנעס, גיי מיט אינבאונד.

דאס הייסט אז אויב ווילסטו זיין אין די ליין פאר די לאנג טורם דארפסטו יעצט אנהייבן מיט ביידע פארמען. די אוטבאונד פאר יעצטיגע רעזולטאטן - וואס אימער די רעזולטאטן גייען זיין. און פאר לאנג טורם הייב שוין אן מיט אינבאונד, אז ווען זאכן וועלן אנהייבן פאלן אין פלאץ זאלסטו שוין זיין אביסל אויפגעבויעט אין דיין אינדוסטרי.
דער ציל איז אבער די זעלבע. מענטשן זאלן כסדר קומען צו מיין סייט און קויפן וויפיל ס'לאזט זיך.

אינבאונד מארקעטינג ווערט געצאלט ביים טון דערין. שרייבן ארטיקלען קאסט צייט אדער געלט, אדער ביידע. ענטפערן מענטשן, שמועסן מיט מענטשן קאסט כוח צייט און געלט, אבער - די לעצטע סטעפ אז זיי קומען צום סייט און קויפן, יעצט ממש ווען דאס איז למעשה געשען האט גאאארניש געקאסט... (הגם מ'דארף עס אבער רעכענען אינעם אר או איי פונקט ווי אלע אנדערע מארקעטינג עפערטס). און וועגן דעם הייסט עס מ’כלומר’שט אומזיסטע טרעפיק, וואס די ‘טרעפיק’ קאסט נישט נאר דאס צושטעלן סיבה פארוואס ס’זאל זיין טרעפיק האט געקאסט.
די מעלה פון דעם וועג איז אויך אז איינמאל דו האסט זיך גוט אויפגעבויעט דארפסטו נישט האלטן אין איין אריינלייגן נאך געלט אין מארקעטינג. ביסט אויפגעבויעט און יעדער קען דיר זען און טרעפן, און קומען און קויפן. אבער פון די אנדערע זייט זענען זיי אליין באלעבאס, דו קענסט אויף דעם וועג קיינמאל קיינעם נישט הייסן קומען 'יעצט', זיי קומען ווען זיי האבן באשלאסן אז ס'לוינט זיך זיי פאר וואטעווער ריעזן.

וואס טוט מען אבער ווען איך וויל יא אז מענטשן זאלן 'יעצט' קומען צו מיר קויפן? איז דא צוויי וועגן:
דאס קען געשען אויף אפאר וועגן אבער אונז וועלן רעדן פון די צוויי מערסט גענוצטע וועגן - ארגעניק און באצאלטע סורטש רעזאלטס.

סורטש נעטווארקס: ארגעניק און באצאלט
דער קאנסעפט פון דעם וועג פון טרעפיק איז אז ווען איינער זוכט דיר יעצט בפועל - און דאס מיינט עפ"י רוב אז ער וויל קויפן דאס וואס ער זוכט, צי ממש יעצט אדער אינעם נאנטן צוקונפט - זאל ער דיר טרעפן און קויפן ביי דיר.

היות רוב מענטשן גייען היינט זוכן אויף סורטש ענדזשינס, גוגל יאהו אדער בינג, די אלע האבן ריזיגע ליסטעס פון אאאאאאלע וועבסייטס וואס מענטשן האבן, און זיי קריכן אריין מיט קליינע עלעקטראנישע ראבאטס וואס ליינען אלע אינפארמעישן אויף אלע פעידזשעס פון אלע סייטס, און קאטעגאריזירן די אלע וועבסייטס, און לייגן זיך אוועק וויכטיגע פוינטס אוו אינפארמעישן איבער יעדע פעידזש פון יעדע סייט, אזוי אויך האבן זיי בערג מיט אינפארמעישן אויף יעדן וואס האט שוין אמאל אין לעבן גענוצט איינע פון די סורטש ענדזשינס, און אלעס כדי אז ווען א מענטש - וואס איז שוין אביסל עלטער, און קויפט איין מיט קרעדיט קארדס אנליין - זוכט אן גרינגע וועקיום קלינער וועלן זיי קענען ווייזן פאר יענעם דיין סייט.

דאס קען געשען אויף צוויי וועגן. אדער גייסטו זיך אריינלייגן און זיכער מאכן אז אלע סורטש ענדזשינס - ווען זיי קומען אריין און קוקן איבער דיין סייט צו פארשטיין ווער דו ביסט און וואס דו טוסט - גייען כאפן פונקטליך וועמען דו ווילסט סערוון, און ווען דער מענטש קומט זוכן וועלן זיי אים אויטאמאטיש צושטעלן דיין סייט ווייל דאס איז באמת זיין בעסטער אויסוואל, ווייל דו ביסט דאך טאקע געמאכט ממש פאר דעם. אויף דעם פאל וועסטו זען דיין סייט אויפ’ן פלאץ פון נומער 5 אויפ’ן בילד.

אדער גייסטו אונטערשמירן פאר די גרויסע חברה ווי גוגל וכת דילהון אז יעדעס מאל ווען איינער זוכט א לייכטע וועקיום קלינער זאלן זיי אים אריינפירן אין באד אריין צו דיר אין געשעפט...

די ערשטע וועג הייסט עס אי או, דאס איז ראשי תיבות פאר סורטש ענדזשין אפטימיזעישן, דאס מיינט אפטימייזן/פארבעסערן דיין סייט כדי דער סורטש ענדזשין זאל פארשטיין וואס דו פארקויפסט. דאס באשטייט בעיקר פון אריינלייגן טעגס מיט אינפארמעישן אין די קאוד פון יעדע פעידזש, אין פארעם פון א ספעציעלן נאמען פאר'ן פעידזש וואס שפיגלט אפ די דעטאלן וואס דער פעידזש וויל פארקויפן, און דעטאלירטע אינפארמציע אויף יעדע שטיקל מולטי מידיע ווי בילדער, קליפס, פי די עפס, אד"ג, און מ'לייגט צו א טעג, א נאוט אז גוגל זאל פארשטיין אז דאס איז בסך הכל א פיקטשער פון א לייכטע וועקיום קלינער, און די קליפ ווייזט ווי גוט ס'ארבעט, און די פי די עף איז מסביר די מערערע בענעפיטס פון דעם מאשין איבער די אנדערע פונעם קאמפעטישן.

די צווייטע געשמירטע וועג הייסט פעיד טרעפיק, און דאס קען ווערן צוהאקט אויף גאר אסאך פארעמעס, אבער די מערסטע פאפולער איז די פעי פער קליק - דאס הייסט אז יעדעס מאל איינער גייט זוכן און אריינטייפן אין זיין גוגל סורטש 'לייכטע וועקיום קלינערס' גייט גוגל אים ווייזן דיין סייט, און ווען איינער גייט קליקן אויף די שורה און אנקומען צו דיין סייט גייסטו צאלן כך וכך פער קליק.
מ'קען אויך צאלן פאר פעיסבוק, טוויטער און לינקד אין פאר די זעלבע סערוויס, און דאס מיינט סאשל מידיע פעיד מארקעטינג. ס’איז באצאלט אבער ס’איז געבינדן ספעציפיש צו די סאשל מידיע סייטס. די סיבה פארוואס מ’זאל זיי נוצן איבער גוגל איז ווייל זיי האבן נאך מער אינפארמאציע איבער יעדן באנוצער פון זייער פלעטפארם, און קענען נאך מער צילן ממש צום ריכטיגן מענטש.
'לייכטע וועקיום קלינערס' איז דיין הויפט ווארט, דיין שליסל ווארט, דיין קיווארד... און דו צאלסט אז ווען סיי ווער גייט טייפן דעי ווערטער אין גוגל ביים זוכן עפעס, גייט גוגל זיי ווייזן דיין סייט.
ווי איך האב צוגעזאגט וועל איך דערמאנען דיספלעי עדס אויך. דאס איז די עדס וואס מ'זעט אויף סתם סייטס וואו מ'גייט ארום שנאפן אינפארמעישן אדער איינקויפן. מ'קען זיין אויבן אדער אויף די זייטן ווערטער אדער דעזיינטע סטרייפס מיט עדס - געווענליך פון קאמפאניעס וואו דו האסט לעצטנס באזוכט. די קאמפאניעס צאלן פון גוגל פאר'ן דיספלעיען (פארשטעלן) פאר דיר זייערע עדס.
רוב מאל נוצט מען דעם צוגאנג ביי 'ריטארגעטינג'. דאס הייסט אז אויב איינער איז שוין געווען אויף דיין סייט כאפט גוגל אויף זיין איי פי אדרעס, דאס איז זיין אנליין אידענטיפיקאציע, און וואו אימער ער גייט אנליין און ס’דא דארט א מעגליכקייט צו אדווערטייזן, וועט ער זען דיין קאמפאני ערשיינען אויפ'ן אויבן אן... און צוביסלעך וועט ער כאפן דעם מעסעדזש און קומען קויפן ביי דיר.

ס’איז דא נאך איין פארעם פון מארקעטינג וואס איז נישט באצאלט דירעקט, און דאס איז ספעציעל געמאכט פאר לאקאלע סערוויסעס, און דאס איז וואס ס’קומט ארויף אויפ’ן סורטש פעידזש (בילד קעסטל נומער פיר), וואס גוגל רופט עס די סעוון-פעק - די געפאקטע זיבן, (גיי ווייס פארוואס פונקט זיבן אדער פארוואס ס’איז געפאקט...).

וואס גוגל טוט איז אז זיי זוכן ארויס פון עלקטראנישע דירעקטאריעס, ליסטעס פון די לאקל טשעימבערס אוו קאמערס, און פון סאשל פלעטפארמס וואס זענען שטארק באזירט אויף לאקאלע סטארס ווי למשל יעלפ, אינסטאגרעם און פאור-סקוועיר, די לאקאלע סטארס וואס פיטן די קריטעריע פון די סערוויס וואס דער מענטש זוכט.

די בענעפיט פון דעם איז אז מ’מוז בכלל נישט האבן קיין סייט, ווייל דער ענטפער שיקט דיר נישט דוקא צום סייט נאר דו באקומסט א טעלעפאן נומער מיט אן אדרעס, ווייל ס’איז געמאכט פאר’ן לאקאל’ן קליענט וואס וויל אריבערגיין עפעס איינקויפן.


יעצט, אויב ווייסטו וועמען דו ווילסט האבן אויף דיין סייט, גייסטו נאר צאלן פאר די חברה וואס זוכן דוקא דאס וואס דו ווילסט פארקויפן. דו גייסט טאקע צאלן פאר יעדע 'קליק', נישט נאר פאר א סעיל. אבער היות רוב פון די מענטשן גייען למעשה טאקע דאס קויפן, און וועגן דעם קענסטו מאכן א שטיקל חשבון: אויב איך גיי באקומען פופציג טויזנט קליקס, און צוויי פראצענט פון דעם גייט קויפן, דאס הייסט טויזנט קאנווערזשנס, דאס הייסט אז איך גיי לייזן דרייסיג אלפים אויפ'ן דיעל, מעג איך צאלן ביז צו צען-פופצן אלפים צו באקומען די פופציג טויזנט קליקס.

אויב אבער ווייסטו אליין נישט וועמען ס'וואלט זיך דיר געלוינט צו פארקויפן וועסטו מוזן צאלן פאר גוגל אז זיי זאלן ווייזן דיין סייט פאר "אלע" מענטשן וואס זוכן סתם "וועקיום קלינער" - נישט נאר לייכטע וועקיום קלינערס, און דו גייסט צאלן פאר יעדע 'קליק', נישט נאר פאר א סעיל... און מיליאנען מענטשן גייען קליקן און זיי גייען נישט טרעפן ממש דאס וואס זיי האבן געזוכט, און דו באצאלסט די הויזן... בלייבסטו אפילו נישט מיט א לאך אין טאש...

די זעלבע איז ווען דו גייסט מיט עס אי או און ארטיקלען אבער דו ווייסט נישט פונקטליך וואס דו זאלסט אריינלייגן אין די אינפארמעישן טעגס, און דו לייגסט אריין סתם 'וועקיום קלינער', און גוגל ווייזט דיין סייט פאר "יעדן" וואס זוכט וועקיום קלינער, און יעדער קומט טאקע, און יעדער גייט גלייך אוועק... וואס האסטו פארדינט? אז גוגל זעט אז עפעס שמעקט נישט גוט. ער זאגט אז ער פארקויפט וועקיום קלינערס און קיינער קויפט נישט...

וואס האסטו פארלוירן? דאס געלט וואס דו האסטו געצאלט פאר די אינדיאנער אדער אמעריקאנער קאמפאני וואס האט אריינגלייגט אלע קאודס איין מאל, און גייען דארפן איבערמאכן פון דאסניי יעדעס מאל וואס גוגל עפנט זיך אויגן, און גייט ארויס אין א פענגווין טאנץ... און פארווארפן דיין סייט פונעם ווירטואלן וועלט...

וועגן דעם טאר מען נישט סתם טרייען אנצוקומען אויפ'ן אויבן אן מיט פאפולערע קיווארדס, וואס סיי זיי קענען זיין זייער טייער צו צאלן פאר די סורטש נעטווארקס אויב אסאך קאמפאניעס שלאגן זיך דערפאר, און אויך ווייל ס'קען זיין אז די ספעציפישע הגם פאפולערע קיווארדס גייען דיר גארנישט ברענגען אין סעילס, נו פארוואס זאלסטו זיך שלאגן דערפאר. ווידער סתם רענקן אויף ווערטער וואס קיינער זוכט נישט אבי רענקען לשם רענקען אין די וועלט אריין איז דאך סתם גזל שינה אדער ביטול תורה אדער אלע פון די מינע זאכן - כ'מיין צו זאגן בל תשחית. (דאס איז גאר א טייער ווערטל ביי אסאך אידן... אידיש געלט).

פרוף אוו קאנסעפט
נו וואס איז די עצה?
דערפאר מאכט מען קודם א שטיקל פלאן וועמען מ'צילט, און וואסערע כאראקטעריזעישנס מ'קען צושטעלן צו די גרופע, און מ'צילט נאר זיי, אבער אין אנהויב נאר פאר קליין געלט, און מ’שפילט זיך מיט עדס, מיט ווערטער, מיט דעזיינס, מיט ספעשלס אלעס כדי געוואויר צו ווערן וועלכע פון די זאכן גייען טאקע ‘כאפן’ דעם ריכטיגן מענטש. און נאכדעם וואס מ'האט ווערעפייד אז די ווערטער מיט די עדס מיט פראדוקטס, מיט די קאלירן רעדן צום ריכטיגן קאסטומער, און ס'קאווערט אלעס וואס זיי באדערט, און זיי קויפן טאקע, או אז, דעמאלטס קענסטו פארגרעסערן דעם בודזשעט פאר דיינע באצאלטע עדס, ווייל ס'ברענגט דיר שוין א ריוח, ווייל דו ווייסט וויפיל ס'מעג דיר קאסטן צו ברענגען כך וכך קאסטומערס.

דאס הייסט פרוף אוו קאנסעפט, דו האסט געהאט אן איידיע, אן השערה, א קאנסעפט, און דער עולם האט געשטימט מיט'ן בערזל - מ’האט געקויפט, און דו האסט פרוף אז דאס ארבעט.
און דו קענסט אויך פארבעסערן, אפטימייזן דיין סייט פאר די סורטש ענדזשינס, עס אי או, און דו קענסט אויך שרייבן ארטיקלען און שמועסן און סאושעלייזן (אדער איבערגעבן פאר גוים אז זיי זאלן דאס טון), און בויען פאר לאנג טורם טראסט און קרעדיביליטי, כדי אז ווען דו וועסט סטאפן צאלן פאר אדווערטייזטמענטס וועלן אבער די ריכטיגע מענטשן ווייטער קומען צו גיין.

שרייבן קליינע ארטיקלען און סאושעלי ארויס העלפן מענטשן קען אויך זיין א שטארקע חלק פון העלפן פראוון א קאנסעפט, אויב מ'באקומט שאלות און מענטשן ווערן צופרידן מיט דיינע ענטפערס.

און נאך אלעם ווען מ'האט שוין פרוף אוו קאנסעפט קומט מען צוריק צום קאנווערזשן רעיט און מ'פרובירט צו פארבעסערן דעם רעיט נאך מער. ווייל דו האסט דאך שוין געטראפן די ריכטיגע מענטשן, און זיי קומען שוין סייווי, נו פארוואס זאלסטו נישט אריינלייגן אביסל מער כוח און מוח בעסער צו מאכן זייער עקספעריענס כדי מער פון זיי זאלן קויפן, ס'וועט דיר זיין סאך ביליגער און גרינגער ווי אז דו זאלסט גיין זוכן נאך מענטשן.

ועוד זוכן מער מענטשן איז ווייטער א לאנגע ראד פון אויסגעבן נאך געלט אויף נייע עדס, זיכער מאכן אז די עדס זענען ריכטיג, אויסזייען די ריכטיגע מענטשן און די פארגעבליבענע צוברענגען ביז צום קויפן, משא”כ דא ביים אפטימייזן דעם קאנווערזשן רעיט באקומסטו אן אויסטערלישע ריטורן פאר דיין ארבעט ווייל איין פראצענט העכער אינעם קאנווערזשן רעיט פון די מענטשן וואס קומען שוין סייווי קען מיינען צען אלפים!

און דאס צו עררייכן דארף מען זיך שפילן מער מיט די קאנטענט, די זאכן וואס דו האסט אויפ'ן פעידזש. די ווערטער, די באטנס, די בילדער און די קליפס. און די קאליר פון יעדע איינע פון די זאכן קען אויך אויסמאכן. אזוי אויך קען די פלאץ וואו די זאכן ליגן אויסמאכן - אפילו אויב נאר מיט א קליינע פראצענט, אבער דא ווערן די פראצענטן גערעכט גאר ערנסט...

אויך דארפסטו זיכער מאכן אז ס'גרינג און געשמאק צו קויפן אויף דיין סייט. דאס הייסט אז דער וויזיטער האט א געשמאקע יוזער עקספעריענס. אז יעדער ווייסט אייביג וואו ער איז אויפ'ן סייט, און וויאזוי אנצוקומען צום האום פעידזש, אדער צום הויפט קאטעגארי פעידזש, אדער צום שאפינג קארט, אדער פשוט צו באצאלן, וואס נאר אזוי וועט א מענטש זיך שפירן גענוג רואיג צו קענען אויסגעבן געלט.

ווען דער קאנווערזשן רעיט איז שוין זייער גוט, קען מען נאך טיפער וואקסן... ווייל יעדע סייט - ווי יעדע ביזנעס - קען עכט האבן מערערע טארגעט בעיסעס, דאס הייסט אז אלע אייטעמס וואס דו פארקויפסט אויף די סייט בלייבט די זעלבע, און דער גאנצער איינשטעל אינעם סייט בלייבט די זעלבע, און אלעס וואס ס'פעלט זיך אויס איז נאך א פעידזש וואו די נייע טארגעטעד קאסטומער וועט לאנדן ביים אנקומען די ערשטע מאל צו די סייט, ס'הייסט א לענדינג פעידזש, למשל אויב האב נישט נאר לייכטע וועקיום קלינערס פאר אלטע מענטשן נאר אויך גאר שווערע אבער זייער שטארקע ראובאסט קאמערישל מאשינען אויפצוקלינען א קאנסטראקשן סייט, קענען די פראדוקטן זיין געליסטעד אויף די סייט די זעלבע וועג, אבער מ’מאכט אפגעטיילט קאטעגאריעס, און פון דרויסן מאכט מען עקסטערע אריינגענג, איין פעידזש נעמט אויף די עלטערע לייט וואס ווערן אהין געשיקט און עס ווייזט זיי דעם וועג צו די לייכטע וועקיום קלינערס, און אן אנדערע פעידזש נעמט אויף דעם עולם קאמערשל בילדערס וואס אהין געשיקט, און דער פעידזש ווייזט זיי דעם וועג צו די קאמערשל קאטעגאריע מאשינען.

ממש צום גמר פונעם ארטיקל דארף אנגערירט ווערן נאך איין זייער וויכטיגע פוינט. נישט אלע סייטס האבן בתכלית דעם זעלבן ציל! אויפ’ן שפיץ גאפל איז דא פיר הויפט סיבות פארוואס א קאמפאני זאל האבן א סייט בכלל; פרעזנס, דאס הייסט אנוועזנהייט, וכשמו כן הוא, ווען א קאמפאני גייט אן אין א מארקעט און וויל אז מ’זאל פשוט קענען זען עפעס פון אים אנליין, ער דארף ווייזן אז ער איז אויך דא, האט ער א סייט. און בסך הכל האט ער דארט זיין נאמען, אדרעס און טעלעפאן נומער, און מעגליך אפאר ארטיקלען איבער וואס די קאמפאני שטייט און וואו זיי צילן אנצוקומען, וואס איז זייער אסאך מאל נאר הויך-וועקעביולערי ווערטער וואס קיינער אויסער דעם שרייבער פארשטייען נישט און קערן נישט וואס דארט שטייט.

ברענדינג איז שוין א שטאפל ווייטער, זיי ווילן שוין אז מענטשן זאלן וויסן פון זיי און זען זייער נאמען און געדענקען אז זיי טוען דאס און דאס, כדי אז לעולם ווען א מענטש וועט אמאל זוכן דעם סערוויס אדער אזא פראדוקט זאל ער געדענקען אז ער האט שוין געהערט פון אזא זאך ביי די קאמפאני.

ליעדס האמיר שוין אנגערירט, און דאס איז שוין נאך א שטאפל ווייטער, ווייל דער ציל פון אזא סייט איז כמעט צו קלאוזן א קאסטומער. דער באזוכער איז נאך קאלט און פרעמד, און אויף דעם סייט דארפן ער קענען טרעפן אסאך אינפארמעישן, וואס דאס דארף אים שטופן אויסצושטרעקן א האנט און שיקן אן אימעיל צו די קאמפאני און בעטן א שמועס אדער א פרייז וכדומה. און דער מענטש ווערט א האט ליעד. און די גאנצע סיבה פון די סייט איז נאר צו פארשאפן און טרעפן אזעלכע מענטשן.

און דאס לעצטע איז סעילס וואס איז שוין אויסגעשמועסט געווארן באריכות אינעם ארטיקל, און דאס איז א סייט פאר תכלית... אן קיין חשבונות.. אבער מיט קאלקולעישנס....

ס’איז נאך דא אסאאאך וואס צו רעדן, און איך בעט טאקע אנטשולדיגונג פארן מקצר זיין אדער צומאל צו ווייניג מסביר זיין, ווייל אפילו אין די זאכן וואס איז אנגערירט געווארן קען מען אריינגיין טיפער און טיפער, אבער פאר דעם ארטיקל וועל מיר דא קאנטשען, ועוד חזון למועד. ביז דאן איז דער עיקר: מאכטס אסאך געלט, און געטס אסאך צדק

אינעם מי מנוחות ליגט מער כוחות פון די טייערע באהערדע דא וואס האבן עס שיין אויסגעשטעלט ווי א מענטש, און אויך איז באגלייגט עטליכע דייעגראמען און בילדער, וואלט איך געראטן ווען עס איז אין די מאד זאל עס דארט לייענען.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 10:15 pm
דורך לכתחילה אריבער
רייכע אינפארמעטיווע ארטיקל. טענקס.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 10:25 pm
דורך געלעגער
ליגט אויפן סקעדזשול צו ליינען אינעם מיימע

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 10:47 pm
דורך אַבּערוואַס
בוקמארקד, וועל מיר עס אי"ה דורכליינען מיט ישוב הדעת, מיט'ן אויבנאויף בליק זעט עס אויס רייך און אינפארמאטיוו.

#זאלער עס אלוועיס

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 1:13 am
דורך נא_שכל
א גרויסן דאנק הרב 'זאל ער קומען', דיין ארטיקל קומט מיר צוניץ אויף למעשה.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 1:31 am
דורך זאל ער קומען
נא_שכל האט געשריבן:א גרויסן דאנק הרב 'זאל ער קומען', דיין ארטיקל קומט מיר צוניץ אויף למעשה.

האט זיך פארדעם אליין זיכער געלוינט די יגיעה. שכח פארן באדאנקען.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 2:30 am
דורך שלום אויש
איך האב עס יעצט אפגעשיקט צו אלע מיינע ידידים וואס האנדלען מיט "אנליין" סחורה.
די פיעדבעק וואס זיי שיקן צוריק געבט א שטופ פאראויס צו אפשרייבן דעם דאנק...

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 2:43 am
דורך זאל ער קומען
שלום אויש האט געשריבן:איך האב עס יעצט אפגעשיקט צו אלע מיינע ידידים וואס האנדלען מיט "אנליין" סחורה.
די פיעדבעק וואס זיי שיקן צוריק געבט א שטופ פאראויס צו אפשרייבן דעם דאנק...

א גרויסן דאפעלטע שכח, ביי די וועי כ'זעי עין טובה זאל דיר טאקע אישי'ן פאר ווערטער, דו ביזט גוט.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 3:25 am
דורך AHA
סיז סתם סטופיד אז יעדעס מאל איך באדאנק מיך פאר דיר ניץ איך די סעים אלד צוויי ווערטער: א דאנק!
סיז דא א סך וואס שרייבען גיט און א סך וואס פארשטייען גיט צו ביזנעס און צו אנליין, ריטעיל, מארקעט ריסוירטש, מארקעטינג ענד ברענדינג.

אבער אלל טוגעדער אונטער איין ניק איז א יקר המציאות. די זכות זאל דיר ביישטיין.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 5:03 am
דורך יאפין
זאלער! די ביסט די אומ-אפיציעלע / אפיציעלע ביזנעס קאנסולטאנט פון איי-וועלט.

יישר כח פאר דיזען ארטיקעל.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 9:49 am
דורך שוועמל
יויש רבש"ע וואס דער האט דא אלס צאמגעווארפן. שס ופוסקים.
איין קשיא האסטו נישט פארענטפערט: וויאזוי מאכט מען צייט אנליין?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2014 12:50 am
דורך טאטלע
A++++++++++++

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2014 5:55 am
דורך שמחת עולם
א גרויסן יישר כח הרב זאלער, געשלינגען יעדע ווארט מיט דארשט.
אזוי גוט ארויסצוהאבן אן ענין, איז איין זאך, אבער אראפשרייבן מיט אזא קלארקייט און געשמאק, דאס איז שוין עפעס געוואלדיג.

א דאנק!

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 19, 2014 12:03 pm
דורך מזויף מתוכו
איך זיץ אזוי און איך שטיי און איך ווארט אז זאלסט שוין פאוסטען דעם ארטיקל איך זאל דיך שוין קענען באדאנקן דערויף, דערווייל זעה איך עס זיצט זיך דא אזוי באהאלטן שוין א שטיק צייט..

ס'איז באמת נישטא די ווערטער זיך צו באדאנקן דערויף! אזויפיל סודות פון חדר ארויסגעגעבן מיט אזא קלארקייט און דערצו מיט אזא זיסער געשמאקער שריפט!

ס'איז באמת א קידוש ה' צו זעהן אז א היימישער תוכנדיגער אייוועלט אינגערמאן זאל זיין אזוי געלערנט און אזוי גוט און טיעף ארויסהאבן אנליין מארקעטינג און ביזנעס בכלל, און נאכאלץ היימיש, געשמאק און צוגעלאזן!

קצרתי במקום שאמרו להאריך.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 23, 2014 5:36 pm
דורך נישט
זאלי, כ'האב נישט די ווערטער זיך באדאנקן...................................................................................................................................................................................

אבער RT צו אלע פריעדיגע תגובות

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2015 8:50 am
דורך קנאפער ידען
איז עס צו שפעט צו שרייבן אדער נישט?!....
האמיר נעכטן צוגעענדיגט דער מיימיענוכעס, און אחרון אחרון חביב האמיר דאס געלאזט צום לעצט. וואט שאלד איי טעלל יו דאס איז נישט נישט נארמאל! אזויפיל נוצבארע ידיעות צאמצואווארפן אין איין ארטיקל. ברוך שחלק מחכמתו. און א ריזן יישר הרב זאלער פאר עס דערלאנגען פאר אונז די ליינער אזוי על שולחן מלכים!

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2015 1:36 pm
דורך זאל ער קומען
Wow Wow what a compliment! and from whom... thanks so much. And yes of course its always appreciated.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2015 3:12 pm
דורך ווישוואש
טאטלע האט געשריבן:A++++++++++++

ס'זעט עפעס אויס ווי א eBay פידבעק..

הערליך, קלאר, און רייך באשריבן. שכח!

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2015 7:02 pm
דורך האנטעך
;l;p- זייער שיין געשריבן הרב זאלער!