ביזנעס וואוקס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 1:39 pm
דורך AHA
טייערע חבירים,
איז דא אזא זאך ווי נעטשרעל ביזנעס גראוטה? אויב יא וויפיעל איז די עוורידזש?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 8:33 pm
דורך אפטימיסט
כ'טראכט אז די סיבה פארוואס קיינער האט נאכנישט מגיב געווען דא איז אפשר וועגן דיין שאלה איז נישט גענוג ברייט אויסגעשמועסט, אפשר אז דו וועסט עס מער צעלייגן וועט מען עס פארשטיין און מיטהאלטן. מיט גרויס אכטונג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 9:18 pm
דורך זאל ער קומען
נעטשורל ביזנעס גראוט איז א באגריף, און ווערט אנגערופן 'ארגעניק וואוקס', דהיינו א נאטורליכע וואוקס פון אינעווייניג פון די קאמפאני, וויאזוי א קאמפאני וואקסט געווענליך, קעגן אן אויסערליכע וואוקס ווי למשל א מערדזש מיט אן אנדערע עקזיסטירנדע קאמפאני.
לגבי די עצם פראגע, נישטא קיין כלל! ביזנעס וואוקס איז אנגעוויזן אין די מארקעטינג עפערטס, דער מארקעט פארלאנג, אין די קוואליטי פון די סחורה און די סערוויס, די דעליווערי, די ניווא פון קאסטומער, און נאך אסאך אסאך דירעקטע און אומדירעקטע און אומפאראויסגעשאצטע סיבות.
ס'דא א דערהער פון אן אינדוסטרי וואוקס וואס ווערט געשאצט לויט אן עווערעדזש - און איז אויך געוואנדן לויט צייטן און לויט אינדוסטריעס, אבער אפילו דארט רעכנט מען לויט ווי די גרויסע ביזנעסער אין די אינדוסטרי איז געוואקסן אין דעם ספעציפישן יאר-פערטל אין רילעישן צום וואוקס פון ביזנעס בכלל, און דאס ווערט אויך גערעכנט לויט די גראוס דאומעסטיק פראדאקשן און די עקאנאמיע בכלל.
אפילו אין יעדע אינדוסטרי זענען פארהאן געגענטער וואס איז געווען בעסער אדער ערגער, און אפילו גאסן… און אוודאי און אוודאי אז סתם אזוי "ביזנעס" קען יעדן טאג, אדער בעסער געזאגט יעדע שעה וואקסן און אדער נישט וואקסן.
מ'קען (און מ'דארף - אישי…) האבן א ציל, א פלאן באזירט אויף נומבערס מיט מעגליכקייטן וויפיל מ'וויל פארקויפן, פון וואס, פאר וועמען, און לויט דעם מאכן א שטיקל פלאן וואס דארף געשען אנצוקומען דערצו, און לויט דעם רעכענען צי מ'איז טאקע אנגעקומען דערצו.
דער פלאן קען ווערן אויסגעשטעלט צו וואקסן רואיג געלאסן - נאטורליך ווי דער פותח האשכול רופט עס - אדער גיין ווילדער, מיט פראפאגאנדע און א סעילספאורס איבער די גאסן. אבער די רעכענונג דארף געמאכט ווערן יעדער איינער באזונדער לויט זיינע פארשריפטן און לויט זיינע סיבות.
כ'האף ס'ענטפערט די שאלה גענוג קלאר (און ריכטיג…).
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 11:42 pm
דורך AHA
יא, זאלער האסט זייער גיט אין קלאר געענטפערט.
א גרויסען דאנק פאר אלל יו דו, יו העלפד מי עלאט אלרעדי.