בלאט 1 פון 1

איז גוט צו שיקן א נעסטי אימעיל פאר א קאמפעני?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 23, 2014 11:44 am
דורך חברותה
ווען איך ווארט פאר א ריספאנד פון א קאמפעני און זיי שלעפן מיר ארום, לוינט זיך צו שיקן א נעסטי אימעיל נאכדעים וואס זיי ענפערן נישט אויף קיין נארמאלע אימעיל? אדער אפילו יעצט העלפט עס גייט עס ברענגן מער שאדן פאר שפעטער?

סקומט מיר אויס צו דיעלן מיט קאמפעניס וואס שטעלן צו סערוויסעס, איך האב לעצטענס געהאט אזא מעשה, איך האב געהאט א פראבלעים אכטע ביינאכט און איך האב געדארפט האבן רייטעוועי העלפ פון א סאפטוועיר קאמפעני מיט וועם איך דיל אסאך, די קאמפעני שטעלט אויך צו העלפ ביינאכט, אבער זיי זענען נישט אפישעל אפען, איך האב מיר געאימעילט מיט זיי, איינער האט גענפערט אבער ער האט מיר נישט געקענט געהעריג העלפן, סאיז געווארן נאך צענע און איך האב געוויסט אז אויב זיי ענפערן נישט יעצט דארף איך ווארטן ביז צופרי ניין אזייגער וואס איז שוין צו שפעט פאר מיר, האב איך זיי געשיקט א נעסטי אימעיל היתכן ענק מעכטיגע קאמפעני קענען נישט העלפען קיין קאסטומער?
איך בין געגאנגן שלאפן, אבער צופרי האב איך געזעהן אז צוויי גרויסע חברה פון די קאמפעני האבן געארבעט פאר מיר נאך צוועלעווע ביינאכט אין ריפלייט אז זיי גייען נישט שלאפן ביז סאיז מסודר, און סאיז געווארן מסודר.
צופרי האב איך זיי געשיקט א שכוח מיט אן אמסארי מעסעדזש אז מיין אימעיל איז געווען אביסעל נעסטי, האט מיר די ביג גיי פון די קאמפעני גענפערט מיין אימעיל און אויך געשריבן אז אגב, די האסט נישט קיין דיל מיט אונז אז אונז דארף מיר זיין עוועילעבל ביינאכט, עד כאן המעשה.
אין אנדערע ווערטער האט ער מיר געזאגט אז דאס וואס ער איז אויפגעווען צוועלעווע ביינאכט צו ארבעטן פאר מיר איז נאר געווען וועגן די נעסטי אימעיל..

קום איך צוריק צו מיין שאלה, איז גוט צו שיקן א נעסטי אימעיל פאר א קאמפעני? לכאורה יא, ווייל סהעלפט, פון די אנדערע זייט למשל ביי מיר אין ביזנעס קאסטומערס וואס זענען קאמפלעינארס גייען ארויף אויף מיין ברוינע ליסטע וואס ווען זיי קאלן אריין טרענספערט מען זיי צו די וואויסמעיל וואס מהערט נישט אויס..

איך וויל נישט אויסקוקן די זעלבע ביי די קאמפעניס מיט וועם איך דיל, ווען מעג מען יא און ווען נישט, ווען העלפט עס און ווען מאכט עס שאדן, וואס זענען די גייד ליינס?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 23, 2014 1:07 pm
דורך שנאפס
אמאל אמאל שאדט נישט, עס ווענדט זיך ווי די חמור שטייט

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 23, 2014 1:15 pm
דורך שוועמל
געווענליך העלפט דיפלאמאטיע בעסער פון אומ-פאלייט.
אבער יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 23, 2014 2:11 pm
דורך ווישוואש
שוועמל האט געשריבן:געווענליך העלפט דיפלאמאטיע בעסער פון אומ-פאלייט.
אבער יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל.

מסכים, בענק ספעציעל האלטן חשבון אויף די קאסטומערס און ס׳קען מאכן א גרויסע חילוק שפעטער ווען מדארף פון זיי א טובה