בלאט 5 פון 6

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 30, 2014 1:34 pm
דורך בערקא
אלטע איד האט געשריבן:אין מיינע אויגן איז עס אן עקל,
גייט א איד אין מאכט 25 קארטלעך אין ניצט אויס די סיסטעם, אין מאכט המון עם ווארטן אין די שורה פאר א האלבע שעה
מ'דארף וויסן אלץ האט א שיעור

ביי דע וועי די גראסערי ווי איך בין געווען איז געווען אפען גענוג רעדזיסטער ספעיציעל פאר דעם, און זיי האבן דעזיגנירט צוויי רעדזשיסטער בלויז פאר די וואס זענען געקומען געהעריג איינקויפן, און די איבריגע האבן זיך אפגעגעבן מיט די קארטלעך

דאס אז די רעדסט זיך אפ אויף אידישע קינדער וואס נוצן אויס די סיסטעם צו מאכן א גרינגן דאלאר, קודם כל ווער זאגט אז די גוים טוען דאס נישט?! שנית, ווי דאס קומט נאך די פארשריפטן פון די קאמפעני איז דאס נישט קיין גניבה סך הכל איז דאס גוט אויסגעניצט די סיסטעם, ווי שוין אויבן דערמאנט טוט דאס אמעריקן עקספרעסס פאר עדווערטייזמענט, און עס צאהלט זיך זיי אויס ביג טיים, יעדע אנדערע סארט אדווערטייזמענט וואלט זיי געקאסט טייערער, און וואלט אנגעקומען צו ווייניגער מענטשן, ווי באקאנט איז אמעריקן עקספרעסס שוואכער ווי מעסטער קארד און וויזע, צוליב די הויכע טשארדזש וואס זיי בעטן פון די סטארס און אסאך געשעפטן נעמען נישט אהן קיין עמעס קארטלעך, ממילא מוזן זיי אויף עפעס א וועג צוציען צו זיך די געשעפטן, און דאס איז איינס דערפון, און לויט ווי עס קוקט אויס לוינט זיך זיי עס, פון וואנעט ווייס איך? פשוט ווייל פאריאר האבן זיי געגעבן בלויז 10$ פער קארטל און זיי האבן חרטה געהאט, און די יאר האבן זיי עס געהעכערט, אלא מאי מוז זיין אז עס לוינט זיי

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 30, 2014 1:41 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
בערקא האט געשריבן:
ווי באקאנט איז אמעריקן עקספרעסס שוואכער ווי מעסטער קארד און וויזע, צוליב די הויכע טשארדזש וואס זיי בעטן פון די סטארס און אסאך געשעפטן נעמען נישט אהן קיין עמעס קארטלעך, ממילא מוזן זיי אויף עפעס א וועג צוציען צו זיך די געשעפטן.

100 פראצענט, פאר דעם אליינס צו מאכען טויזנטער געשעפטן מוזן אננעמן אמעריקען עקספרעסס האט עס זיך אויסגעצאלט.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 30, 2014 2:07 pm
דורך פאטאקי08
private האט געשריבן:מענין לענין בין איך אמאל געווען ביי טשעיס באנק אין א ברענטש ווי עס איז נאר דא איין ATM שטייט דארט א יודעלע אין די ליין ווען אונטער אים שטייען פינעף גויים, ער האט דעפאזיט טשעקס פאר איבער פיפצען מינוט דע חברה האבן אזוינס געקריצט, איך האב נאר געהאפט אז ער גייט באקומען אזא טיקעט אז ער וועט שוין נישט טראכטן פין טון נאכעמאל אזוינס.

וואס האסטו מער רחמנות אויפן גוי ווי אויפן איד?
למעשה פריידט זיך טשעיס דערפון
און זיי האבן יעצט אדווערטייזט גורלות פון 250 דאללער פאר ווער עס וועט ניצן ATM צו דעפאזיטן און 150$ דאללער גורלות ווער עס וועט ניצן מאביל דעפאזיט
זיי ווילן פשוט פטור ווערן פון די באנק טעללערס און ווילן אז די זאלסט זיך פלאגן 15 מינוט אנשטאט דער באצאלטער באנק טעללער

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 30, 2014 5:43 pm
דורך שנאפס
private האט געשריבן:מענין לענין בין איך אמאל געווען ביי טשעיס באנק אין א ברענטש ווי עס איז נאר דא איין ATM שטייט דארט א יודעלע אין די ליין ווען אונטער אים שטייען פינעף גויים, ער האט דעפאזיט טשעקס פאר איבער פיפצען מינוט דע חברה האבן אזוינס געקריצט, איך האב נאר געהאפט אז ער גייט באקומען אזא טיקעט אז ער וועט שוין נישט טראכטן פין טון נאכעמאל אזוינס.


א איד טאר נישט דעפאזיטן טשעקס? וואט א סעלף העיטינג דזשו יו אר

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 30, 2014 5:59 pm
דורך נישט
שנאפס האט געשריבן:
private האט געשריבן:מענין לענין בין איך אמאל געווען ביי טשעיס באנק אין א ברענטש ווי עס איז נאר דא איין ATM שטייט דארט א יודעלע אין די ליין ווען אונטער אים שטייען פינעף גויים, ער האט דעפאזיט טשעקס פאר איבער פיפצען מינוט דע חברה האבן אזוינס געקריצט, איך האב נאר געהאפט אז ער גייט באקומען אזא טיקעט אז ער וועט שוין נישט טראכטן פין טון נאכעמאל אזוינס.


א איד טאר נישט דעפאזיטן טשעקס? וואט א סעלף העיטינג דזשו יו אר

RT
לכאורה האט ער זיך נישט געכאפט

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 30, 2014 7:21 pm
דורך ווישוואש
אלטע איד האט געשריבן:אין מיינע אויגן איז עס אן עקל,
גייט א איד אין מאכט 25 קארטלעך אין ניצט אויס די סיסטעם, אין מאכט המון עם ווארטן אין די שורה פאר א האלבע שעה
מ'דארף וויסן אלץ האט א שיעור

נישט גערעכט, סאיז דא א חילוק צווישן אויסנוצן די שטאטישע פראגראמען וואס יעדער איינציגע פעני קומט פון איינעמס טעקסעס, און נעמען עדווענטעדזש פון אן אפפער וואס איז דירעקט געווען געצילט אז מזאל עס אויסנוצן און סזאל ציען פובליק אינטערעסע. ווען נישט קענען זיי מאכן זייער גרינג אז עדישענעל קארדס זאלן נישט זיין עלידזשיבל.
אפשר טאר מען אויך נישט קויפן 10 אייטעמס אויף סעיל ווייל 'דו נוצט אויס די סיסטעם'?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 30, 2014 7:34 pm
דורך AHA
שנאפס האט געשריבן:
private האט געשריבן:מענין לענין בין איך אמאל געווען ביי טשעיס באנק אין א ברענטש ווי עס איז נאר דא איין ATM שטייט דארט א יודעלע אין די ליין ווען אונטער אים שטייען פינעף גויים, ער האט דעפאזיט טשעקס פאר איבער פיפצען מינוט דע חברה האבן אזוינס געקריצט, איך האב נאר געהאפט אז ער גייט באקומען אזא טיקעט אז ער וועט שוין נישט טראכטן פין טון נאכעמאל אזוינס.


א איד טאר נישט דעפאזיטן טשעקס? וואט א סעלף העיטינג דזשו יו אר

ראביי, איך נוץ א סך די עי טי עם און ווען איך דארף מאכען אפאר טרענזעקשאנס לאז איך אריין אונמיטען א צוויי דריי ערלים זאלען זיי זענען אז יודען זענען בעסער ווי עוורידזש.
מען דארף עס טאקע נישט אבער סיז א געוואלדיגע קידוש השם.
#מיין מיינונג

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 30, 2014 8:08 pm
דורך ציפקע
מיט וואס האט דער יעניגער אויסגענוצט די סיסטעם, ער האט געטוהן וואס ער איז בארעכטיגט און גענומען דרייסיג טאלער פון יעדער אמעקס קארטל ער פארמאגט.
אגב, די גינסטיגע דעקונג וואס אזא בילד ברענגט פאר אמעקס נאכן ארומלויפן ווי משוגע אויף סאציאלע אוטלעטס איז פאר אמעקס פיל מער ווערד ווי די נארישע פינף אלפים...

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 01, 2014 1:24 am
דורך שוועמל
פער בריסטאו האט געשריבן:האט דאס עפעס מיט די היינטיגע ביזנעס פון אמעריקען עקספרעסס?
https://www.dropbox.com/s/ait87l5giaiji ... M.mp4?dl=0

כאכאכא די ערשטע מאל כזעה עס, אזוי געלאכט....
א דאנק אייך

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 11:39 am
דורך signout
כ'האב א חבר וואס האט געקויפט נאך 12 אזייגער מיטן סמך וואס אסאך האבען געזאגט אז די אנגעבליכע זמן פין 12 אזייגער איז נאר מאנטען סטענדערט טיים אין האט נאכנישט באקומען זיין קרעדיט,

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 11:41 am
דורך ווישוואש
ער האט באקומען א קאנפירמעישן אימעיל? ער קען עס אויך טשעקען דורך אריינסיינען אנליין און זען צו די אפער איז געווארן redeemed

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 11:42 am
דורך מאנ-יימער
איך האב געסווייפט נאך 12 אזייגער און יא באקומען די קרעדיט.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 11:43 am
דורך ק.נ.א. וועטער
פאר גיפט-קארדס גיבן זיי אויך די קרעדיט?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 12:10 pm
דורך signout
ווישוואש האט געשריבן:ער האט באקומען א קאנפירמעישן אימעיל? ער קען עס אויך טשעקען דורך אריינסיינען אנליין און זען צו די אפער איז געווארן redeemed
ניין ווייל ער האט זיך רעגיסטרירט אויפן טעלעפאון, אבער ער האט זיי יעצט גערופן אין זיי האבען געזאגט אז זיי האפען אז אלע קרעדיט וועלן לכאורה אריינקומען ביז דעצעמבער 7

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 2:38 pm
דורך שנאפס
AHA האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:
private האט געשריבן:מענין לענין בין איך אמאל געווען ביי טשעיס באנק אין א ברענטש ווי עס איז נאר דא איין ATM שטייט דארט א יודעלע אין די ליין ווען אונטער אים שטייען פינעף גויים, ער האט דעפאזיט טשעקס פאר איבער פיפצען מינוט דע חברה האבן אזוינס געקריצט, איך האב נאר געהאפט אז ער גייט באקומען אזא טיקעט אז ער וועט שוין נישט טראכטן פין טון נאכעמאל אזוינס.


א איד טאר נישט דעפאזיטן טשעקס? וואט א סעלף העיטינג דזשו יו אר

ראביי, איך נוץ א סך די עי טי עם און ווען איך דארף מאכען אפאר טרענזעקשאנס לאז איך אריין אונמיטען א צוויי דריי ערלים זאלען זיי זענען אז יודען זענען בעסער ווי עוורידזש.
מען דארף עס טאקע נישט אבער סיז א געוואלדיגע קידוש השם.
#מיין מיינונג


און אויב נישט דארף מען באקומען א טיקעט?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 2:40 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:פאר גיפט-קארדס גיבן זיי אויך די קרעדיט?

עמעצער ווייסט?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 2:58 pm
דורך ווישוואש
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:פאר גיפט-קארדס גיבן זיי אויך די קרעדיט?

עמעצער ווייסט?

האסט געקויפט א גיפט קארד אין א היימישע סטאר? אויב זענען זיי געווען רעדזשיסטערד וועסטו לכאורה באקומען

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 3:40 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ייש"כ פאר די ענטפער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 04, 2014 10:48 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
איך זעה אויף מיין אקאונט אנליין אז סישוין געווארן געקרעדיט די 30 דאלאר,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 04, 2014 11:00 am
דורך וויכטיג מאכער
די קרעדיט קומט ביז 90 טעג, און איך ווייס אז מ'קען ביז 2:00 וואס דאס איז 12:00 מאונטן טיים...

זיי גייט נישט אן וואס מ'קויפט, אויף קויפט מען א גיפט קארד קריגט מען ס'זעלבע... אבער אויב האט מען גענוצט אן עמעקס גיפט קארט צו קויפן, קריגט מעניש צוריק...

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 1:22 pm
דורך צייטונג
די צייטונג האט עס שיין באשריבן און גוט מסביר געווען.
זעט די לעצטע זייט, און אויך אן אינטערעסאנטע עדיטאריעל דערוועגן.
http://www.ditzeitung.com/2809a/index.html#/44

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 8:42 pm
דורך פלעכטער
שוין אלעס צוריק באקומען ב"ה

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 10:35 am
דורך שנאפס
איך אויך ב"ה

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 04, 2015 10:48 am
דורך מי יודע
איך האב נישט צוריקבאקומען, וואס קען עס מיינען? און יא איך האב אריינגעקאלט בעפאר, איז דא עפעס וואס איך קען טון דערצו?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 04, 2015 1:46 pm
דורך ווישוואש
מי יודע האט געשריבן:איך האב נישט צוריקבאקומען, וואס קען עס מיינען? און יא איך האב אריינגעקאלט בעפאר, איז דא עפעס וואס איך קען טון דערצו?

קאל פרעגן פארוואס