בלאט 1 פון 1

פראדוקט ענדשענירינג - הילף

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 2:24 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
איך האב נישט געטראפן קיין אשכול מיט הילף אין די נושא פון פראדוקט ענדשענירינג און דיוועלאפמענט, איך שטעל זיך פאר אז די נושא איז נוגע אסאך מענטשן.

למשל איך האב אן איידיע פון א אייטעם (נישט דידשיטעל אדער א עפפ – א טוי למשל), סאיז נאר אין געדאנק אבער איז נישט אויסגעארבעט אויף למעשה, איך ברויך א מעקעניקעל מענטש דאס אויסצוארבעטן אויף למעשה, און אויך אויסשטעלן דייעגרעמס מיט אלע צוגעהערן צו קענען פראדוצירן די אייטעם, און צו קענען טרעידמארקן די אייטעם.

די שאלה איז ווער טוט די זאכען, וויאזוי גייט צו די פראצעדור, און וויאזוי פראטעקט מען זיך אז מען זאל די איידיע נישט קענען גנב'נען.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 3:22 pm
דורך נארפאקטן
זוך פאר Product Development פירמעס ווי למשל http://www.vertexpd.com/index.php/produ ... t-services
זעי צו זיין האבן א BBB (בעטער ביזנעס ביורא) פראפייל
פרוביר צו באקומען רעפערענסעס פון זייער קליענטען
שרייב א NDA None Disclosure Agreement ניץ א פלעינער ביזנעס לויער פאר דאס, פאר דעם קענסטי פרעגן יעדן אידישן ביזנעס מאן ווער זיין לויער איז און אויב ער קען דיר שרייבן אן ענ די עי

א פעטענט וועט דיך קאסטן זייער פיל, הייבסט אן מיט דריי צו פינף טויזנט דאללער און ווען די ביסט שוין זוכה אז דער עקזעמינאר זאל אנקוקן דיין אפליקאציע וועטסטו אנקומען מיט לויער קאסטן ביז דרייסיג טויזנט דאללער. ממילא ראט איך דיך זאלסטוך נישט פארלאזן אויף פעטענטן דיין עיידיע, אנשטאט, ברענג עס שנעל צו מארקעט וועסטו פארדינען פון (FIRST MOVER ADVANTAGE)

אכטונג: בעפאר די ספענדסט א דאללער פאר דעוועלאפען די פראדוקט, לערן די בעסיקס פון מאכן א מארקעטינג פלאן דאס זענען די פינף P's
Position
Product
Price
Placement
Promotion

Position
וואס איז די פראדוקט'ס פאזיציע אין די מארקעט, מיט וועלכע פראדוקט קאמפיטסטו, און מיט וועלכע קאמפעניס, קענסטו אין פינף ווערטער אראפלייגן פארוואס א קאסטומער וועט דאס קויפן אנשטאט די אנדערע פראדוקט אדער אנשטאט פון אנאדערע קאמפעני

Product
דאס איז די דיטאלן פון דיין איידיע, וואספארא סייזעס וועט דאס האבן, ווי אזוי וועט דאס די קאסטומער ניצן, אד"ג

Price
וויפיל וועסטו רעכענען פאר די פראדוקט
ווי שטייט די פרייז אנטקעגען אנדערע פראדוקטן אין די מארקעט
פארקויפסטו ביליג אדער פארקויפסט אנאדערע ווערט
ווי אזוי וועלען דיין דיקאונטס ארבייטן
וואס איז דיין קאסט פאר די פראדוקט, סטריט פרייז, האלסעיל פרייז, געווענליכע פרייז, דיסקאונט פרייז, קאמישאן. וועט דאס דעקען די קאסטן פאר די פראדוקט

Placement
ווי אזוי וועט די פראדוקט אנקומען צו א קאסטומער? ריטעיל סטארס? אנליין? האלסעילערס? אנדערע קאמפעניס וואס קענען אריינווארפן דיין פראדוקט אלס אן "צוגעלייגטע וועליו"

Promotion
ווי אזוי וועט די קאסטומער אויסגעפינען פון די פראדוקט? פרינט עדס? אנליין עדס? מארקעט אינפליוענסערס, ריטעיל סטארס.

מאך א חשבון וויפיל וועט דאס קאסטן און נאכדעם באשליס צו די ווילסט-קענסט נאך אלץ אינוועסטן און פראדוצירן די איידיע

צופיל מענטשן פראדוצירן איידיעס בעפאר זיי טראכטן ווי אזוי זיי גייען דאס ברענגן צו מארקעט.

- מיינע צוויי סענס

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 3:54 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
א דאנק אייך.

לגבי די מארקעטינג איך ווייס נאך בכלל נישט וויפיל עס גייט מיר קאסטן צו פראדוצירן די אייטעם.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 4:12 pm
דורך נארפאקטן
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:א דאנק אייך.

לגבי די מארקעטינג איך ווייס נאך בכלל נישט וויפיל עס גייט מיר קאסטן צו פראדוצירן די אייטעם.


נעם אן עקזעסטירענדע אייטעם וואס איז ענליך צו דיינס, פרעג אזא קאמפאני וויפיל בערך לויפן די נאמבערס וועסטו האבן אן איידיע בעפאר די גייסט אין קאנטראקט מיט זיי

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 11:08 pm
דורך ספיידער
גיב אכט פון אינווענשן קאמפאני׳ס ווי למשל איווענשן ריסאורס אינטערנעשנעל, זיי זענען גנבים