חילוקים צווישן סאציאלע וועבזייטלעך
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 8:54 am
היות איך האב א שטיק צייט צוריק אויפגעמאכט א וירטואלן סטאר אויפן "וועלט ברייטער געוועב" האט מען מיר געזאגט אז די קאמפאני'ס דארפן היינט זיין אקטיוו אויף סאציאלע זייטלך כדי צו פראומטען זייערע זאכן, אבער אזוי ווי איך - און נאך אסאך אנדערע - זענען בכלל נישט באקנט וואס די חילוקים זענען פון אלע זייטלעך למיניהם, ווי אויך וועלכע איז באמת דא א צורך אין דעם, על כן עפען איך דא אן אשכול ווי מען זאל ברייט אויסשמועסן דעם ענין, און וויאזוי איז דער ריכטיגע וועג צו צוגיין צו דעם אין ביזנעסס.
איז אזווי "טוויטער" און "פעיסבוק" זענען מער באקאנט וועל איך נישט אנהייבן מיט זיי, נאר ענדערש מיט אנדערע: וואס איז די חילוק צווישן TUMBLR און INSTGRAM ? איז עס בכלל וויכטיג פאר א קאמפעני צו האבן א פלאץ דארטען?