בלאט 1 פון 1

אדווערטייזען א סעיל

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 9:51 pm
דורך AHA
טייערע איי וועלט ליינער,

אזוי ווי די גויאישע האלידעי'ס זענען עראונד די קארנער אין זייער א סך היימישע ביזנעסער גרייטען זיך צו די העווי סעילס סיזען, א טייל קאמפעניס קעריען האלידעי אייטעמס אדער גיפט אייטעמס וואס דאס איז דאך ממש א דבר בעתו.

א טייל קאמפעניס זוכען פטור צו ווערן פון סטאק כדאי אריינצוברענגען מער ליקוויד קעש כדאי מען זאל קענען איינקויפען פאר די ספרינג סיעסען, אין א טייל זוכען סתם אזוי צו ווייזען זייער ברענד אין געבן דיסקאונטס אלס אן עפרישיעישאן גיפט.

אלזא, צום פינטעל. ווי קען מען אלס נאטיפייען ענד יוזינג קאסטומערס אדער ריסעילינג קאסטומערס מיט אלע סעילס וואס מיין קאמפעני אפפערט?

אפאר אפשענס וועל איך שרייבען אין איך בעט בכל לשון של בקשה ווער עס האט נאך אפשענס זאל פליז מיט טיילען.

די ערשטע אפשען איז קאלען יעדע קאסטומער עקסטער וואס דעס טוהט מען שוין היינט כמעט נישט, אפשר ראבא קאלס נאך יא.
די צווייטע אפשען איז ארויסשיקען א פלייער צו אלע קאסטומערס, כמה קאמפעניס טוהען עס נאך אין ס'ברענגט סעילס אבער סיז היבש טייער.
די דריטע אפשען איז א אימעיל צו אלע קאסטומערס וואס דאס איז ביליג אבער מען דארף אריינלייגען קאפ אין מוח אין די סאבזשעקט ליין צו זעהן א שטארקע סוקסעס אויב מען שיקט עס גראד צו די ענד יוזערס.
די פערדע אפשען איז נאוטייען קאסטומערס דורעך אלע סאושעל סייטס ווי יעדע קאמפעני קען זיך אויפבויען א פראפייל אין צוביסלעך באקומען א שטארקע פאולאוער בעיס.
טוויטער.
פעיסבוק.
אינסטיגרעם.
לינקדאין.
ועוד ועוד ועוד, ואי אפשר לפרטם כי רבים הם.

נאכדעם איז דא נאך א אפשען וואס דאס זיך איך העלפ פאר, איך וויל מאכען א פופציג פראצענט דיסקאונט אויף אלע אייטעמס וואס ליגט אויף מיין סייט, ווי קען איך עס מארקעטין חוץ מיין אייגענע סייט.
אונז ווייסען פון groupon אבער איך קען נישט אראפגיין מיט מיינע פרייזען אזוי סך ווי זיי פארלאנגען.
עס איז דא א היימישע סייט ווי dansdeals.com דערנאך איז דא slickdeals.com.

ווער ווייסט פון נאך online sites ווי מען קען אלס ליסטען ספעשילס? א סך מאל דארף מען שיקען קאסטומערס זאלען עס ליסטען ווייל זיי ווילען נאר זעהן וואס קאסטומערס האבען ליב אין נישט וואס סעללערס ווילען עדווערטייזען.

אזוי אויך וויאזוי קען מען עדווערטייזען אנליין אז מיינע 20 אייטעמס פון עמעזאן קען מען באקומען א דיסקאונט אויב מען לייגט אריין א געוויסע קיופאן קאוד.

ווער עס קען צולייגען עפעס זאכליכע אינפארמאציע איז מכובד, מיר שטייען גרייט מיט פיהלע כלים מקבל צו זיין.

א דאנק פון פאראויס!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 9:59 pm
דורך green
שכח פארן גיין פתיחה

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 10:34 pm
דורך derech eretz
דיין ערשטע חלק רעדסטו אויך פון עמעזאן אייטעמס אדער פון א אייגענע וועבסייט? אויב עמעזאן האסטו שוין געטרייט עמעזאן עדדס?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 10:46 pm
דורך קהת
עמעזאן וועט לכאורה זיין די גרינגסטע.

עס איז דא גוישע סייטס למשל ווי

dealsofamerica.com
Dealnews.com
Slickdeals.com

און נאך אסאך וואס די קענסט פראבירען זיי צו שיקען די סעיל און אפשר גייען זיי עס לייגען אויב זיי גייען האלטען אז סאיז א גוטע דיעל.

שפעטער האסטו אידישע סייטס ווי למשל

Dansdeals.Com
Kollelbudget.Com
Dealsmaven.com

וואס דארט האסטו לכאורה גרעסערע טשאנסען אז עס זאל ארויף גיין.

די קענסט עס אייביג לייגען אויף די פארומס פין Dansdeals.Com און dan נעמט עס פין דארט און לייגט עס אויף די מעין סייט אויב סאיז ווערט א באגריסונג.

אדער אויב די ווילסט קענסטו אביסל צו צאלען פאר די אלע אידישע און זיי גייען עס לייגען.

יעצט פאר דיין אייגענע סייט איז שוין אפשר אביסל שווערער אבער איך קען דיך נישט זאגען ווייל עס ווענט זיך אויב מענטשן טראסטען דיי סייט.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 11:12 pm
דורך AHA
derech eretz האט געשריבן:דיין ערשטע חלק רעדסטו אויך פון עמעזאן אייטעמס אדער פון א אייגענע וועבסייט? אויב עמעזאן האסטו שוין געטרייט עמעזאן עדדס?

איך רעד פון ביידע, עמעזאן קלאדינג קען מען נישט עדווערטייזען עס פאר עס איי עם קאנסערנד.

א דאנק

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 11:13 pm
דורך AHA
יישר כח קהת, דיין אינפאו איז זייער וועליועבל.

די עיקר איז טאקע עמעזאן, אבער איך קען באשטיין אז די פראמאשענס וואס איך געב פאר מיינע אנליין ריסעלערס זאלען ווערן עדווערטייזד אויף א סך סייטס אויף ווי ווייט מעגליך, פארשטייט זיך.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 11:43 pm
דורך קהת
AHA האט געשריבן:יישר כח קהת, דיין אינפאו איז זייער וועליועבל.

די עיקר איז טאקע עמעזאן, אבער איך קען באשטיין אז די פראמאשענס וואס איך געב פאר מיינע אנליין ריסעלערס זאלען ווערן עדווערטייזד אויף א סך סייטס אויף ווי ווייט מעגליך, פארשטייט זיך.

אויב עס איז א מעסיוו דיעל וואס גייט ארויף גיין למשל אויף דענס דיעלס און די עולם גייט זיך צוכאפען און עס גייט שטיין sold out, קענסטו אייביג שרייבען it's still available for this price on www.ivelt.com און איך בין זיכער אז די גייסט האבען וויזיטערס.

וועלעכע קאטעגאריע איז דיין אייטעם?

למשל דענס דיעלס גייט נאר שיקען א דיעל וואס ער וואלט געקויפט פאר זיך אדער פאר זיין זוהן ראפי, יעדע סייט האט זיך זיינע דיעלס וואס זיי ברענגען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2014 7:33 am
דורך AHA
קהת,. אנפארטשענעיטלי איי קענט דו דעיט ביקאויס אויף גילוי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2014 8:37 am
דורך שוועמל
CJ ארבעט גאר גוט פאר דעם!
אויך פאוסטן קיופאנס אויף ריטעילמינאט וכדומה.
דורך CJ אליינס קענסטו רוקן צענדליגער טויזנטער דאלאר אין
די סיזאן.


די פארומס אויף סליקדילס וכו' זענען זייער גוט אבער סיז נישט די פריימערי וועג. ענדערש גיי דורך CJ און מאך א גוטע רילעשאנשיפ מיט דענסדילס, דילס אף אמעריקע וכדומה און זיי וועלן שוין וויסן וואס צו טון.


אבער כדי א אייטעם זאל טאקע גוט גיין דארף עס זיין באמת א גייענדיגע אייטעם, און אויכעט שטארק דיסקאונטעד, למשל נעמען איין צוויי גוטע אייטעמס און 20 30 40 פערצענט ביליגער און עס וועט פארן ווי א באן.


קאלן איז שוין נישט קיין גאנג היינט חוצ ביי היי טיקעטעד אייטעמס. אימעיל קען גאר גוט ארבעטן אין בלעק פריידעי/סייבער מאנדעי פשוט ווייל דער עולם איז גרייט צו ספענדן. די זאך איז נאר מען זוכט דעם "דיעל" מען זוכט דעם קיופאן אפגערעגט פון פרי שיפינג
. אויב טרעפט מען עס ביי דיר איז גוט אז נישט גייט מען צום נעקסטן.

לגבי אימעיל דארף נישט אזויפול קאפ אין מח, עס דארף נאר א גוטן טעמפלעט מיט א שיינע בעננער. די סוזשעקט ליין פאר בלעק פריידעי סייבער גרין וכו' קען זיין עניטינג וואס ענאנסט די סעיל מיט א פעסטקייט אן קיין צווייפעל אומצוויידייטיג.

די אימעיל זאל נישט נאכאמאל פאוסטן די זעלבע CJ אייטעמס נאר זאל רעדן פון אן אנדערן סעיל פון א גרופע אנדערע אייטעמס אויך דיסקאונטעד שטארק. האלט CJ אפגעזונדערט פון די אנסייט פראמאשענס.

און רבותי לאמיך ענק מגלה סוד זיין: די מארקעט רוקט זיך קיין אזיע ספעציעל טשיינע! אויב האט איר די מעגליכקייט צו מארקעטן אין טשיינע לאזט דאס נישט ארויס.

סיז אן אריכות ואכמ"ל. אויך איז שוין יעצט זייער שפעט אנצוהייבן. סיז דא פירמעס וואס פלאנירן חגשים לאנג בלויז אויף די סיזאן.


הצלחה
און טוט עס מיט שכל!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2014 9:05 am
דורך שוועמל
הנ"ל איז כמובן נאר וועליד אויב האסטו א אייגענע. סייט וואס זעט אויס גוט און טראסטבאר און מענטשן ווייסן פון דיר.

אויב אבער פארקויפסטו אויף איבעי עמעזאן איז א באזונדערע מסכת. דארפסט א רילעשאנשיפ מיט איבעי דיין אייטעם זאל ווערן פיטשערד סיז זייער שווער.

אבער קענסט אויך פארקויפן אויף ניו-עגג און ראקוטען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2014 4:36 pm
דורך שנאפס
ניו עגג און רעקוטען זענען זייער שוואך