בלאט 1 פון 1
ווי אזוי האלט איר חשבון פון אייער געלט
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2014 7:47 pm
דורך ראש הקהל
איך בין שטארק צו פלויגען, געלט קומט געלט גייט, כ'הייב נישט אן צו וויסען, געלט, חשבונות, פון ווי איז געקומען דער דאללער, און ווי איז געגאנגען דער דאללער,
ענדליך וויל איך אנהייבען האבן קאנטראל.
איז מעגליך איינער זאל פאוסטן ווי אזוי זיי האלטן געלט, כ'מיין ס'הייסט א טעפליט.
אזא מיני קוויקבוק נאר פאר היים חשבונות, ווי אזוי אזא זאך קוקט אויס, פארשטייט זיך פריוואטע זאכען זאלן זיין פארמעקט.
שכויח
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2014 8:17 pm
דורך בשבילי נברא
ראש הקהל האט געשריבן:איך בין שטארק צו פלויגען, געלט קומט געלט גייט, כ'הייב נישט אן צו וויסען, געלט, חשבונות, פון ווי איז געקומען דער דאללער, און ווי איז געגאנגען דער דאללער,
ענדליך וויל איך אנהייבען האבן קאנטראל.
איז מעגליך איינער זאל פאוסטן ווי אזוי זיי האלטן געלט, כ'מיין ס'הייסט א טעפליט.
אזא מיני קוויקבוק נאר פאר היים חשבונות, ווי אזוי אזא זאך קוקט אויס, פארשטייט זיך פריוואטע זאכען זאלן זיין פארמעקט.
שכויח
גם אני מצטרף לבקשת הראש הקהל דקהילתינו יר"ה,
איך פלאג מיך שוין לאנג ארום צו טרעפן דעם דרך הישר והראוי צו קענען האלטען חשבון אויף אלע פערזענליכע הוצאות און הכנסות.
איך האב שוין פרובירט מיט Quicken, אבער ער איז עפעס צו גראד און לימיטעד אז אויב דארף מען עפעס אביסל אנדערש פון וואס ער איז געפראגרעמט איז שווער זיך אן עצה צו געבן.
לעת עתה, אזוי ווי איך בין מילא אביסל עוסק אין קוויקבוקס, האב איך באשלאסן צו אויפסעטן א נייע קוויקבוקס פייל פאר מיין פערזענליכע באנוץ, אבער ס'איז ווייט פון א דבר השלם, ע"כ אויב האט איינער עפעס א מראה מקום וויאזוי עס צו אויסשטעלן עצהיו"ט וואלט עס געווען א שטארקע הילף.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2014 8:26 pm
דורך ניק ניק
אויב איז אייער אינקאם און עקספענסעס קעש, האב איך נישט קיין עצה פאר אייך, אויב ניצט איר א באנק איז די עצה שטענדיג צו ניצן נאר ווירטואלע טראנזאקציעס ווי דעביט קארד טשעקס וכדו' אזוי באקומט איר יעדע סוף חודש א פונקליכע באריכט פון די באנק, ס'איז דא בענק וואס געבן אויך א ברעקדאון לויט די קעטעגוריעס
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2014 8:32 pm
דורך דמתה לתמר
איינער פון די חברים האט אמאל געהאט ארויף געשטעלט דא אויפן וועלטעל שיינע געשמאקע בודזשעט שיטס, לייכט צום ניצען, מען ברויך עס אפיר זוכען ביי יענעם אפטיילונג
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2014 8:41 pm
דורך ווישוואש
ניק ניק האט געשריבן:אויב איז אייער אינקאם און עקספענסעס קעש, האב איך נישט קיין עצה פאר אייך, אויב ניצט איר א באנק איז די עצה שטענדיג צו ניצן נאר ווירטואלע טראנזאקציעס ווי דעביט קארד טשעקס וכדו' אזוי באקומט איר יעדע סוף חודש א פונקליכע באריכט פון די באנק, ס'איז דא בענק וואס געבן אויך א ברעקדאון לויט די קעטעגוריעס
That's what i do, And i use the check app to keep track of all transactions across all my accounts/cards
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2014 8:49 pm
דורך פשוט'ער אידל
לאמיר זיך שוין אויסלערנען, אונזער וועלטל האט א-ל-ע-ס.
כ'וואלט אבער טאקע געוואלט וויסן א סך הכל, די החלטות, וועלכע איז די מערסטע נוצבאר און סימפל.
פערסאנעל בודזשעטינג: וויאזוי?
viewtopic.php?f=26&t=12703באדזשעטינג: וועלכע פראגרעם איז גוט פאר חשבונות
viewtopic.php?f=26&t=11919
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2014 11:23 pm
דורך home
פראביר mint
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 12:27 am
דורך מעקל
קודם איז דא צוויי סארט מענטשען די וואס האלטן חשבון אין זענען פונקטליך מסודר נישט קיין נפקא מינא צי דעקט ער דעם חודש צי נישט....
יעצט צי די אנדערע (ליין מדשארעטי) אינקלאדינג אני המעקעלע פעקעלע, זענען די אלע עצות יושעלי גיט פאר א וואך אדער חודש טאפס...
אבער ס׳איז דא א גאר גיטע עצה פארדעם...........כ׳וועל מוזן ענדיגן מארגן ווייליך שלאף איייייי......ן
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 1:05 am
דורך שוועמל
געהערט אמאל אז מינט באלאנגט פאר די גאוו.
מוז נישט זיין אמת אבל יש לחשוש
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 1:30 am
דורך יואל שווארטץ
מינט איז א חלק פון Intuit, די זעלבע קאמפאני אונטער קוויקבוקס.
דער יו.עס. מינט מאכט די עכטע געלט. פארשאף גענוג פון זייער ווארע און נידער מיט די חשבון-האלטן קאפוויי...
---
מיר פערזענליך איז ״טשעק״ אסאך באקוועמער און גרינגער ווי ״מינט״.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 7:44 am
דורך derech eretz
די קרן עזר בודזשעט עקסעל שיעט האט איר שוין געטרייט?
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 9:15 am
דורך מי הוא זה
דער בעסטער פראגראם צי ניצען איז
http://www.youneedabudget.com/
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 9:17 am
דורך בילדער
איז דא נאך איינער וואס בענקט זיך נאך ספלעש מאני?
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 9:34 am
דורך שאינו יודע
איך האלט נישט אז די לעזונג פארן זיין צופארן מיט געלט איז א שיעט/סאפטווער וכו'
עס דארף זיין א רצון און א סיסטעם.
וואס איך טו,
איך נעם אראפ איעדע וואך פון מיין געהאלט 1. מעשר פאר צדקה, 2. א פערטל פון מיין רענט און איך לייג עס אריין אין א ענוועלאפ, מען צאלט די לעקטער ביל אונעם טאג וואס עס קומט אן, און די איבעריגע ניצט מען/לייגט אוועק געזונטערהייט.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 2:02 pm
דורך ניק ניק
שאינו יודע האט געשריבן:איך נעם אראפ איעדע וואך פון מיין געהאלט 1. מעשר פאר צדקה, 2. א פערטל פון מיין רענט און איך לייג עס אריין אין א ענוועלאפ, מען צאלט די לעקטער ביל אונעם טאג וואס עס קומט אן, און די איבעריגע ניצט מען/לייגט אוועק געזונטערהייט.
הלואי פאר מיר געווינטשען
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 2:29 pm
דורך יאנקעלע קליגער
דעציט הוצאות וואס איר האט?
וואס טוט זיך מיט גראסערי , שכ"ל , שטוב הילף, וכו' וכו'?
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 4:34 pm
דורך חיים ושלום
פרובירט דעם מעטאד
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 10:23 pm
דורך מעקל
מעקל האט געשריבן:קודם איז דא צוויי סארט מענטשען די וואס האלטן חשבון אין זענען פונקטליך מסודר נישט קיין נפקא מינא צי דעקט ער דעם חודש צי נישט....
יעצט צי די אנדערע (ליין מדשארעטי) אינקלאדינג אני המעקעלע פעקעלע, זענען די אלע עצות יושעלי גיט פאר א וואך אדער חודש טאפס...
אבער ס׳איז דא א גאר גיטע עצה פארדעם...........כ׳וועל מוזן ענדיגן מארגן ווייליך שלאף איייייי......ן
פון דיין געהאלט/קאמישן נעם אראפ 15-20% פאר סעווינגס, וואס דאס איז אנגענימען אז ס׳וועט דיך העלפען באם חתונה מאכן אין ריטייערן, דאס וועט דיך געבען די מעגליכקייט צו ספענדן די איבריגע אן גילטי פילינגס וכדו. ווי אויך קאנסטי בלייבן ציפלויגען און טוהן צו די זאך אין די זעלבע צייט!!
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 11:11 pm
דורך mini van
מעקל האט געשריבן:מעקל האט געשריבן:קודם איז דא צוויי סארט מענטשען די וואס האלטן חשבון אין זענען פונקטליך מסודר נישט קיין נפקא מינא צי דעקט ער דעם חודש צי נישט....
יעצט צי די אנדערע (ליין מדשארעטי) אינקלאדינג אני המעקעלע פעקעלע, זענען די אלע עצות יושעלי גיט פאר א וואך אדער חודש טאפס...
אבער ס׳איז דא א גאר גיטע עצה פארדעם...........כ׳וועל מוזן ענדיגן מארגן ווייליך שלאף איייייי......ן
פון דיין געהאלט/קאמישן נעם אראפ 15-20% פאר סעווינגס, וואס דאס איז אנגענימען אז ס׳וועט דיך העלפען באם חתונה מאכן אין ריטייערן, דאס וועט דיך געבען די מעגליכקייט צו ספענדן די איבריגע אן גילטי פילינגס וכדו. ווי אויך קאנסטי בלייבן ציפלויגען און טוהן צו די זאך אין די זעלבע צייט!!
אין וואס זאל איך טיהן אויב איך דארף די 15-20% פאר יעצטיגע הוצאת
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 11:11 pm
דורך זיי קלוגער
עס איז דא אסאך עצות און מעטאדן וואס איך קען שרייבן פון מיין אייגענעם איקספיריענס. די בעסטע עצה וואס איך האב געזעהן מיט די יארן איז: זעה צו מאכן אזוי-סאך געלט... אז עס זאל דיך נישט צופיל באדערן ווי די געלט גייט, פארשטייט זיך מיט א מאָס.
עס איז גארנישט קיין וויץ, טריי איט אוט, יו וויל בי טענקפול...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2014 12:15 am
דורך מעקל
mini van האט געשריבן:[quote=
אין וואס זאל איך טיהן אויב איך דארף די 15-20% פאר יעצטיגע הוצאת
דאן זעה צו מאכן מער אדער קאטן עקספענסעס עד כדי מופן אויף בלומינגבוורג זשערסי סיטי וכו וכו.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2014 4:02 pm
דורך טאטלע
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 12:11 pm
דורך שלעפשיץ
ענטפער צום קעפל: איך האלט נישט