בלאט 1 פון 1

Amazon A-Z Claims

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 04, 2014 10:19 pm
דורך נישט
כ'וואלט פרעגן מעג מען אפיציעל בעטן א קאסטומער, זאל סטאפן זיין קלעים אין אנשטאט מאכן א געהעריגע ריטורן קלעים

די אויפטוה איז, ווייל אן א-ז קלעים נעמט אראפ 500 פוינטס ווען סקומט צו מאכן די סעלער רעטינג, משא"כ סתם א ריטורן נעמט גארנישט אראפ

עני איידיע וויאזוי מען טוט דאס, אין צו ס'איז אויסגעהאלטן ביי אמעזאן וויל בי אפרישיעדעט

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2014 10:45 am
דורך איךביןשויןגרויס
יא מען מעג. אבער רוב מאל א קאסטומער וואס האט געפיילט א קלעים וויל שוין גארנישט הערן. אבער סאיז דא אמאל וואס ער ווייסט פשוט נישט וואס ער האט געטון. זיי אים שיין מסביר און טריי דיין בעסט

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2014 7:37 pm
דורך נישט
יישר כוח

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 14, 2014 2:46 am
דורך פאר דוקא
עס העלפט נישט גארנישט אז ער מאכט עס, איינמאל ער עפענט די קלעים גייט די פוינטס אראפ, אפילו די געווינסט די קלעים
#עמעזאן

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 14, 2014 12:27 pm
דורך וויכטיג מאכער
ראשית, ווען איינער עפנט א קלעים אבער ער מאכטעס אליין צו עפעקטעס נישט... סאו טריי צו סעטלען...

שנית, אויב א קלעים איז סתם אין די וועלט אריין און שטייצעך דו געווינסט קענסטו נאכדעם אפיעלן די עצם קלעים זאל אראפגיין פון דיין מעטריקס...