בלאט 1 פון 2
אראפגעפלאשט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 1:26 pm
דורך שוועמל
זאל די אשכול דינען אלס חיזוק והדרכה פאר די אינגעלייט וואס האבן אינוועסטירט אין א דיעל אדער ביזנעס, ווען (צד א') האט צוגעזאגט א גלענצענדע רעטורן, און אלעס האט געשטימט אויף פאפיר. אבער למעשה נאכן ווארטן א האלב יאר, א יאר, צוויי און דריי, און נאך אלע מינים תירוצים און אמתלאות פון (צד א') כאפט מען זיך אז עפעס איז פישיג און מען פירט דיך ארום, ביז מען הייבט אן פראבירן טוהן וואס מ'קען, רעדן צו פריינט, לויערס, דיינים וכו', אבער מען אנערקענט דעם ביטערן מציאות אז דאס געלט איז אראפגעפלאשט, נישטא מער.
די עיקר, באשרייבט אייער עקספיריענס אין קורצע שטריכן כדי מען זאל וויסן די וועגן זיך צו היטן און זיין פארזיכערט מיט יעדע אינוועסטמענט.
והשי"ת ישפיע עשירות וכל טוב לכל אחד ואחד מעם ישראל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 1:28 pm
דורך הרבטייטעלבוים
איך האב געהאט די זעלבע מעשה נאר נישט מיט געלט, נאר מיט צייט, געמיינט אז כועל אויפטוען וכו' וכו', און דערנאך געזעהן אז עס איז נאר געווען עצת היצר צו ארברענגען די צייט.
די וועג זיך צו היטען, איז לכאורה מיקר זיין די צייט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 1:33 pm
דורך יהיה כן
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:איך האב געהאט די זעלבע מעשה נאר נישט מיט געלט, נאר מיט צייט, געמיינט אז כועל אויפטוען וכו' וכו', און דערנאך געזעהן אז עס איז נאר געווען עצת היצר צו ארברענגען די צייט.
די וועג זיך צו היטען, איז לכאורה מיקר זיין די צייט.
דמיו אינם עוזרים, וימיו אינם חוזרים
געלט ווי ניש ווי, קען נאך צוריק קומען פי כמה, אבער צייט, אוי די טייערע צייט...
אוי לאמיך גיין ארבעטן, די טייערע צייט......
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 3:11 pm
דורך abr
או שוועמעל די ברענגסט ארויף גאר שווערע געפילן ביי מיר
געב כאטש א ביסל חיזיק אויך .
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 3:15 pm
דורך שוועמל
אבר, פון דעם רעד איך טאקע,
קיינער וועט דאס נישט פארשטיין נאר איינער וואס איז עס דורך.
פון די טאקע דארף מען הערן.
און ביטע נישט פארפאטשקענען די "צייט" אין דעם אשכול...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 4:01 pm
דורך טרעף מיך
איך האב אראפגעפלאשט $2000 ביי פראדאקטיוו קורס, כ'ווייס נישט ווי מיין שכל איז געווען... והוא רחום יכפר עון!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 4:05 pm
דורך קיווי סטראבערי
טרעף מיך האט געשריבן:איך האב אראפגעפלאשט $2000 ביי פראדאקטיוו קורס, כ'ווייס נישט ווי מיין שכל איז געווען...
אפשר האט זיך עס מיטגעפלאשט...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 4:11 pm
דורך טרעף מיך
קען נישט זיין, ווען יא האט שוין היינט דער זאגער מיין געלט פלאס שכל..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 4:13 pm
דורך יהיה כן
צו זיין 'פראדאקטיוו', מוז מען קודם אראפפלאשן דאס ביסל שכל וואס מען האט נאך...... [לא לחכמים לחם]
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 4:18 pm
דורך טרעף מיך
יהיה כן האט געשריבן:צו זיין 'פראדאקטיוו', מוז מען קודם אראפפלאשן דאס ביסל שכל וואס מען האט נאך...... [לא לחכמים לחם]

צילייגער איינער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 4:23 pm
דורך אייער_קיכל
אראפגעפלאשט 2000 און די ביה"כ האט זיך נישט פארשטאפט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 4:26 pm
דורך טרעף מיך
די ביה"כ איז געוואוינט דערצו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 4:29 pm
דורך בנימין הלוי
טרעף מיך האט געשריבן:די ביה"כ איז געוואוינט דערצו
אייסטע גוט געזאגט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 5:30 pm
דורך שלום אויש
שוין געהערט אסאך קריטיק אויף די פראדאקטיוו קורסעס איז שוין דא אן אשכול דערוועגן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 5:34 pm
דורך שוועמל
טייערע חברים,
דאס איז א ריין ביזנעס טאפיק, ביטע נישט פארדרייען מיט זייטיגע זאכן.
זעה געלעגערס אשכול: שווייג!
שלום
יא מאך א זוכעניש
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 9:03 pm
דורך מטעמים
כ'האב אינוועסטירט קרוב צו צען אלפים אין פאלשע זשולערי, פאקעט בוקס, אין עלעקטאראניקס צו פארקויפען אנליין אבער א חלק סחורה איז געוועהן גאר א שלעכטע קוואליטעט אז די ריטוירנס האט איבערגעוואויגען די קויפערס (קען נישט זיין, אבער בערך) בין איך אריין צו א דיסקאונט סטאר אין פארקויפט די גאנצע סחורה פאר האלב פרייז.
געגאנגען בעק ענד פארט מיט א ידיד מיינער פאר קרוב צו צוויי יאר אנצופאנגען א נייע קאמפעני. דא האמיר שוין געהאט גיטע רעזאלטס. מען האט שוין דעליווערד אונזער פראדוקט צו אכט - צען קאסטומערס א וועליו פון פונעף אין דרייסיג אלפים אין בערך אכט - ניין חדשים. מיין געהעריגע זשאב האט מיר אבער פראמאטעד אין כאב געמיזט מאכען א דעסיזשען צווישען די צוויי אין איך בין געבליבען ביי מיין געהעריגע זשאב.
איבערגעלייענט אין איך קוק מיך אן ווי א שלומזל. רח"ל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 9:07 pm
דורך derech eretz
אנליין סעלערס, וויפיל מאל זענט איר שוין אריינגעפאלן מיט קלאזאוטס וואס בלייבט שטעקן ווי א שפענדל אונטער די נעגל, און מ'קען גארניט טון דערמיט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 9:22 pm
דורך אט אזוי
א צוויי יאר נאך מיין חתונה האט מיר איינער איינגערעדט וועגן. Disability insurance אז מקען אפקויפן פין א disabled person זיין claim benefit בקיצור to make a long story short יענער איזגגעווען א פשוטער גנב...כהאב קוים מיט צרות צוריק באקומען מיינע 20 אלפים
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 3:17 am
דורך שלום אויש
איך שטיי נאך בעפארן אריינפאלן...
איינער מוטשעט מיר פאר א סכום צו אינוועסטן...
שאלה
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 4:25 am
דורך אינוועסטער
איז שוין דא א אשכול וועגן געבארגט געלט פאר מענטשען און ... איך דארף נישט זאגן ווייטער...?
איך קען נוצן אסאך חיזוק און עדווייס, ישר כח.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 8:40 am
דורך פארוואס נישט...
האב איך מורא אז נאכן האבן "געבארגט און..." איז נישטא מער קיין עדווייס...
חיזוק מסתם יא!?
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 10:29 am
דורך שמעלקא טויב
מטעמים האט געשריבן:כ'האב אינוועסטירט קרוב צו צען אלפים אין פאלשע זשולערי, פאקעט בוקס, אין עלעקטאראניקס צו פארקויפען אנליין אבער א חלק סחורה איז געוועהן גאר א שלעכטע קוואליטעט אז די ריטוירנס האט איבערגעוואויגען די קויפערס (קען נישט זיין, אבער בערך) בין איך אריין צו א דיסקאונט סטאר אין פארקויפט די גאנצע סחורה פאר האלב פרייז.
געגאנגען בעק ענד פארט מיט א ידיד מיינער פאר קרוב צו צוויי יאר אנצופאנגען א נייע קאמפעני. דא האמיר שוין געהאט גיטע רעזאלטס. מען האט שוין דעליווערד אונזער פראדוקט צו אכט - צען קאסטומערס א וועליו פון פונעף אין דרייסיג אלפים אין בערך אכט - ניין חדשים. מיין געהעריגע זשאב האט מיר אבער פראמאטעד אין כאב געמיזט מאכען א דעסיזשען צווישען די צוויי אין איך בין געבליבען ביי מיין געהעריגע זשאב.
איבערגעלייענט אין איך קוק מיך אן ווי א שלומזל. רח"ל
חס ושלום, א שלומזל? ווען מ'טראגט איינעם אן א שידוך און ס'ווערט נישט איז עפעס שלעכט מיט אים? ניין, ס'איז א טריט נענטער. דאס וואס האסט געטוען ביז יעצט איז א טריט נענטער צו הצלחה, האסט א רצון צו זיין אין ביזנעס און וועסט בעז"ה אנקומען דערצו מיט א גרויסע הצלחה (געדענק אז איך בין דיין חבר).
יעצט זינגסטו ואפילו בהסתרה, נאך אביסל וועט דיר השי"ת געבן צו זינגען ואפילו בהצלחה, גאר בקרוב בעז"ה.
-
איך האב ב"ה קיין געלט נישט געפלאשט, מיין לענדלאר טענה'ט אז ס'מאכט א סוער בעקאפ, אבער טייערע צייט האב איך שוין זייער אסאך מאל ליידער געפלאשט, אוי אוי אוי, ווי נעמט מען די אינגע יארן וכו'.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 10:32 am
דורך הרבטייטעלבוים
אינוועסטער האט געשריבן:איז שוין דא א אשכול וועגן געבארגט געלט פאר מענטשען און ... איך דארף נישט זאגן ווייטער...?
איך קען נוצן אסאך חיזוק און עדווייס, ישר כח.
איין עצה איז דא, פארלאנגען גיטע ערבים, וואס איר זענט זיך סומך אויף זיי, אזוי זענט איר נישט קיין שלעכטער, ואולי איז עס א מצוה אלטס ולפני עור לא תתן מכשול.
פארגעסט אויך נישט צו מאכען א פרוזבל.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 10:36 am
דורך שנאפס
derech eretz האט געשריבן:אנליין סעלערס, וויפיל מאל זענט איר שוין אריינגעפאלן מיט קלאזאוטס וואס בלייבט שטעקן ווי א שפענדל אונטער די נעגל, און מ'קען גארניט טון דערמיט?
המממ
קלאוזאוטס קען זיך פיין לוינען, מען דארף נאר האבן די אויסהאלטונגס קראפט
עס זענען דא אידן וואס מאכן שווערע טויזענטער דערפון, אבער עס איז דא וואס האבן שוין דערלייגט די מכנסיים דערויף
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 10:40 am
דורך פשוט'ער אידל
טרעף מיך האט געשריבן:איך האב אראפגעפלאשט $2000 ביי פראדאקטיוו קורס, כ'ווייס נישט ווי מיין שכל איז געווען... והוא רחום יכפר עון!
און איך ביי ענליכע. ס'איז אפשר א גוטע שטופ אבער א קורס וועט אייך נישט טוישן. "דער איז נאו איזי וועי אוט". טשענדשעס, ניט קיינע חילוק ברוחניות או בגשמיות דארף מען זיך ברעכן שטיקער. א גייסטליכע קולט וועט עס נישט טון ברוחניות און א קורס, נישט בגשמיות.