בלאט 1 פון 1
עמעזאן: טוישן שיפינג סעטינגס
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 06, 2011 3:37 pm
דורך שאלת_חכם
וויזוי קען איך טוישן אז די שיפינג טיים זאל זיין 3 טעג?
עס קומט יעצט א הייליגער יו"ט, און אזויווי דער הייליגער באשעפער האט באפוילן גיימער נישט ארבעטן ממילא מוז מען טרעפן אן אויסוועג מען זאל נישט מוזן פארמאכן די אקאונט, (ביטע נישט אריינהאקן צו מען מעג צו נישט)
איך לייג נישט ארויף די זאכן דורך אן עקסעל פייל, קען איך טוישן די שיפינג פון אלע אייטעמס אויף איינמאל אויפן וועבסייט?
קען איינער צוהעלפן?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 06, 2011 8:11 pm
דורך leiby
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 06, 2011 8:43 pm
דורך שאלת_חכם
נישטא קיין אפציע צו טוישן די שיפינג סעטינגס פאר דריי טעג
איך וויל טוישן אז ווען דער קונה קויפט זאלער וויסן אז עס וועט נעמען לענגער, דאס הייסט פראסעסינג טיים זאל זיין 3 טעג
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 6:40 am
דורך שאלת_חכם
נא קיינער קען נישט צוהעלפן? עס ווערט שפעט, אויב איך טרעף נישט קיין לעזונג וועל איך מוזן טאן וואס כאב געטאן פסח
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 7:25 am
דורך leiby
כ'קום באלד אן אין אפיס, כ'העל געבן א טשעק.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 7:46 am
דורך bailout
פארוואס פרעגסטו נישט סעלער סופארט?
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 8:01 am
דורך leiby
ניין מ'קען נישט, מוזט עס טיהן ביים אפלאודען די אייטעמס, קענסט גראדע איבער לאודען מיט די פרישע פראסעס טיים אויב די האסט אלעס אויף איין עקסעל שיט אבער ס'א לענגער פראסעס, פלאס העסט מוזן איבער מאכן נאך יו"ט,
איך לעש אויס
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 8:12 am
דורך שוועמל
האסט געפרעגט א שאלה צי דו מעגסט בכלל פארקויפן אויף עמעזאן במשך שבת ויום טוב?
אפשר שפארסטו אפ דיין סטאר אויף די צוויי טאג.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 10:07 am
דורך שאלת_חכם
leiby האט געשריבן:איך לעש אויס
דאס גייט מען אי"ה טאן
שוועמל האט געשריבן:האסט געפרעגט א שאלה צי דו מעגסט בכלל פארקויפן אויף עמעזאן במשך שבת ויום טוב?
אפשר שפארסטו אפ דיין סטאר אויף די צוויי טאג.
ליין איבער די ערשטע תגובה
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 07, 2011 10:09 am
דורך שאלת_חכם
bailout האט געשריבן:פארוואס פרעגסטו נישט סעלער סופארט?
כאב געפרעגט און די קלעצער כאפן נישט וואס איך וויל, זעט אויס זיי פארשטייען נישט ווען א חכם פרעגט
און ר' לייבל א שקויעך און א גוט יום טוב
עמעזאן הילף
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 24, 2011 12:51 pm
דורך derech eretz
anyone know about a option on amazon the PER SHIPMENT CHARGE should b charged PER ITEM when someone ordering more then 1 item, i should not lose on shipping?
(i heard that's is a option somewhere, but seller support didn't understand)
thanks
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 24, 2011 12:58 pm
דורך שאלת_חכם
גיי צו סעטינגס, האלט דעם מויזל וועט אראפקומען א דראפדאון באקס, דריק אויף שיפינג סעטינגס
דארט איז דא אן אפציע צו רעכענען די שיפינג פער ארדער אדער פער וואג
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 24, 2011 1:54 pm
דורך derech eretz
i'm asking when its PER WEIGHT, the PER SHIPMENT CHARGE should b double when its 2 items
פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 03, 2013 10:45 pm
דורך זויער פיקעל
וויסט איינער ווי אזוי מקען מאכען צווןי פרייזען פאר shipping אז ביז 5 pounds איין פרייז אין א צווייטע פרייז העכער דעם
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 9:05 am
דורך שנאפס
זויער פיקעל האט געשריבן:וויסט איינער ווי אזוי מקען מאכען צווןי פרייזען פאר shipping אז ביז 5 pounds איין פרייז אין א צווייטע פרייז העכער דעם
מען קען מאכן אז די שיפינג זאל ווערן גערעכענט לויט די וואג, ד"ה די בעיס פרייז זאל זיין למשל $5.00, און דאן א דאלער פאר יעדע פונט
לויט דעם, א איין פונטיגע זאך וועט קאסטן $6.00, צוויי פונט $7.00, אא"וו
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 11:07 am
דורך אינגערמאן
וואס טוהט מען יעצט מיט די דריי טעג יום טוב???
איך שיק אליינס מיינע אייטעמס, נישט דורך פבא, איך קען אדער אראפנעמען פאר אפאר טעג, אדער אנשטעלן אז די שיפינג גייט זיין דריי טעג נאכ'ן ארדער, איז דא אזא סעטינג עס צו מאכן אויף אלע אייטעמס אויף איינמאל, דדער איך מוז טוישן די שיפינג צייט אויף יעדע אייטעם עקסטער?
און וואס טוט מען מיט די קאסטומער מעסעדזשעס??? מען ריפלייט נישט פאר דריי טעג??
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 1:59 pm
דורך שנאפס
איך מיין אז איך האב שוין אמאל געשריבן דא א עצה דערפאר דורך א פייל, איך טרעף עס אבער נישט
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 2:43 pm
דורך אינגערמאן
שנאפס האט געשריבן:איך מיין אז איך האב שוין אמאל געשריבן דא א עצה דערפאר דורך א פייל, איך טרעף עס אבער נישט
און וואס איז מיט ריפליייען צו מעסעדזשעס?? קען מען ווארטן 3 טעג?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 2:49 pm
דורך שנאפס
מען קליקט no response needed...
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 3:21 pm
דורך יהושע
שנאפס האט געשריבן:איך מיין אז איך האב שוין אמאל געשריבן דא א עצה דערפאר דורך א פייל, איך טרעף עס אבער נישט
ס׳זייער גרינג צו מאכן דורך א פייל אלעס אויף איין מאל, די ברויכסט סל הכל טוישן די שיפינג לידינג טיים.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 5:26 pm
דורך שנאפס
איך געדענק נאר נישט וועלכע פייל
מען דארף דאונלאודן א פייל פון עמעזאן וואס האט אלע אייטעמס און קוואנטיטי, טוישן די שיפינג טיים, און צוריק אפלאודן
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 6:06 pm
דורך יהושע
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 6:29 pm
דורך שנאפס
אקעי, דאס איז די וועג צו טוישן די שיפינג ליעד טיים פאר אסאך אייטעמס אויף איין מאל, אבער מען דארף געדענקען אז פונקט ווי מען קען אסאך אויפטוהן אויף איין מאל קען מען אסאך שאדן מאכן אויך (שוין געהאט איינמאל, ס'איז ביטערע קאפ ווייטאג)
גייט אין סעלער סענטראל צו אינווענטארי דראפ דאון > אינווענטארי ריפארטס > סעלעקט די צווייטע אפציע אקטיוו ליסטינגס ריפארט > ריקוועסט ריפארט
נאך אפאר מינוט מינוט וועט דער ריפארט ווערן אוועילעבל, סעיווט עס אויפן קאמפיוטער
דאן גייט צו
https://sellercentral.amazon.com/gp/hel ... cont_1641#אונטערן ווידיא דריקט דאונלאוד פרייז און קוואנטיטי טעמפלעט
ביים עפענען דעם טעמפלעט עקסעל פייל גייט זיין א סעקיוריטי ווארענונג, דריקט Options און Enable this content
אין די עקסעל פייל, גייט צו Add ins, אימפארט פייל, סעלעקט דעם פייל וואס איר האט פריער אראפגעלאדנט פון עמעזאן
עס גייט ארויפקומען א באקסל "מעטש קאלום העדערס" דארט דארפט איר אריינרוקן צום רעכטן באקסל אלעס וואס איר ווילט טוישן און אוועקנעמען אלעס וואס איר ווילט נישט טוישן
דריקט אוקיי
נאכן טוישן אלעס וואס איר ווילט גייט צוריק צום "add ins" טעב און דריקט אפלאוד
געדענקט אז פארן אפלאוד דארף מען אויסמעקן אלע סקיו'ס וואס זענען FBA פולפילד, אויב לאזט מען עס וועט אלעס ווערן געטוישט צו מערטשענט פולפילד
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 6:57 pm
דורך יהושע
שנאפס האט געשריבן:> ריקוועסט ריפארט
נאך אפאר מינוט מינוט וועט דער ריפארט ווערן אוועילעבל, סעיווט עס אויפן קאמפיוטער
זייער שיין און קלאר, איין קליינע הערה..
מ׳דארף נישט ריקוועסטען די עקטיוו ליסטינג ריפארט, ס׳איז געווענליך אלץ דא א נייע ריפארט פון היינט
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 11:21 am
דורך שנאפס
וואו? דארט זעה איך נישט די אפציע
בד"וו, ס'איז אלס בעסער צו דאונלאודן די שפעטסטע די ריפארט, נישט עפעס וואס איז פון צופרי אדער גאר פון אינמיטן די נאכט, אזוי איז עס מער אקוראט