בלאט 1 פון 1
אריינגיין אין ביזנעס - וויאזוי?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 2:35 pm
דורך קאפעלוטש מאכער
איך בין א יונגערמאנטשיקל פון עטליכע אין צוואנציג, און כ'האב ב"ה אוועקגעלייגט א שיינע פאר טויזענט דאללאר וואס איך קען אינוועסטירן אין א ביזנעס. מיין שאלה איז אזוי, וויאזוי קען מען זיך אריינדראפען אין די ביזנעס וועלט? ס'דא א געוויסע ליין פון פראדוקטן וואס עס ציט מיך גאר שטארק אריינצוטאנצען דערין, אבער איך האב נישט קיין שום קשרים אדער עקספיריענס אין די ליין.
איך וויל פארשטיין וויאזוי די אלע יונגעלייטלעך וואס טאנצען אריין אין ביזנעסער און זענען ב"ה מצליח, וויאזוי טוען זיי דאס? צו מוז מען אלעמאל האבן א שותף, חבר אדער שווער/טאטע וואס טוט שוין אין דעם און האט קשרים אין דעי ליין?
שטייענדיג אזוי פון אינדרויסן, קוקט מיר דער ביזנעס וועלט אויס ממש ווי א בארג וואס איז אוממעגליך איר צו בייקומען. איך בין א פשוטע יונגערמאן, נישט קיין קנאקער מיט א רייכע שווער אדער מיט קשרים צו עפעס גרויסע עשירים, און איך ווייס ממש נישט וויאזוי אנצוהייבן בכלל.
אויב איינער קען מיר געבן עפעס טיפס אדער עצות וויאזוי מ'שטעלט דעם ערשטן פיס, וואלט איך אים גאר שטארק דאנקבאר געווען.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 2:53 pm
דורך פיטום
ס'נישט קיין סוד אז אריין צוגיין אין די ביזנעס ליין ווארט אפ פילע שוועריקייטן וועלכע פירן צו די פארשליסונג, נישט אומזינסט ווערן 98 פראצענט ביזנסער פארמאכט.
די עצה איז ערשטענס ארום צו גיין צו די אלע וועלכע זענען אין די אינדערסטרי וואס ציהט דיר צו זיין אינדעם און זיי אויספרעגן דיטעילד זאכן און די שוועריקייטן וועלכע קומען אונטער
ווייטער קען איך דיר נישט ענטפערן ווייל עס ווענדט זיך וואס די ווילסט טוהן, אין וועלכע אינדעסטרי די ווילסט זיך אריינלייגן און מאכן א שיין פרנסה.
אבער די עיקר איז צו וויסן און פעיסן ריעלעטי אז ס'גייען קומען העווי שטרויכלונגען וועלכע גייען דיר אפטאמאל ממש צווינגען צו פארמאכן! מען דארף זיך האלטן שטארק און וויסן אז מיט ווי מער פאווער וועט מען עס בעסער דורך גיין.
כל התחלת קשות
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 3:04 pm
דורך מילכיגער
לייען זאלער ארטיקלען
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 3:08 pm
דורך יאנקעלע קליגער
מילכיגער האט געשריבן:לייען זאלער ארטיקלען
דא האסטע א מפתח
viewtopic.php?f=26&t=23311
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 3:08 pm
דורך זאל ער קומען
כ'האב געוואלט אריין קומען העלפן זעענדיג א זאלער אלערט, אבער איך זע מילכיגער און יענקעלע האבן מיך שוין אויסגעכאפט. שכח.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 5:15 pm
דורך אט אזוי
וואס מיינט א שיינע פאר טויזענט דולר?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 7:19 pm
דורך good-life
הרב קאפעלוטש
נישט אזוי ווי אנדערע האבן דיך אזוי ביטער אפגעשראקן אז עס לוינט זיך נישט ארייצוגיין אין ביזנעס ווייל די וועסט אדורכפאלן, ניין די וועסט נישט אדורכפאלן, ווייסט פארוואס? ווייל די האסט שוין היינט געטוען די וויכטיגסטע שריט אין ביזנעס, די פרעגסט אנדערע!
אויב זאלסטו דאס ווייטער טוען א גאנץ לעבן וועסטו בעהשי''ת מצליח זיין אין ביזנעס, אבער די דארפסט וויסן וועמען צו פרעגן.
פאר די גייסט אריין אין ביזנעס, פרעג דיך אליין, וואס קען איך די בעסטע וואס פאר די סיבה האלט איך אז איך קען זיין אין ביזנעס אליין?
אן איידיע
א פיינענס בעקגראוינד
איך בין אן עקסעלענט סעלסמאן
א גוטע דיעל קלאוזער
א האסלער
א פראבלעם סאלווער
א גוטע אפיס מענעזדשער
א גוטע דעלעגעיטאר
א גוטע קאארדינעיטאר
(עד כאן וויכטיגע אמת'ע ביזנעס סקילס, מכאן ואילך חושבנא)
א בא'טעמ'טער מענטש וואס יעדער אין קאווע שטיבל פרעגט מיך יעדן צופרי וואס איז נייעס
אן עצה געבער פאר אלע משפחה מיטגעלידער
אן אלעמאל אויספירער (אפילו ווען איך בין נישט גערעכט)
די ערשטער פון מיין כולל וואס האט די נייסטע סעלפאון יעדע האלבע יאר
די בעסטע פאליטיק דיסקאסער
די פארגעשריטענסטער מאנקי באר זדשאמפער
צוריק צום ענין, עפענען א ביזנעס מיינט רוב מאל טוען אליין אלע וויכטיגע פונקציעס וואס א ביזנעס מיז האבן, אדער דאס ארויסגעבן פאר אנדערע פאר געלט.
די וויכטיגסטע פון אלעם איז א קלארע ביזנעס פלאן, רעדט זיך ווייטער אדורך מיט אסאך ביזנעסלייט און ווער געוואויר אלע-ערליי שטרויכלינגען וואס צו ערווארטן, און ווי אזוי די פלאנסט זיי צו סאלווען, (אינקלודעד, צו פארענטפערן די קריטיק וואס דיי ווייב גייט הערן פון אירע ''גוטע פרענדס'' און ווי אזוי די גייסט אנהאלטן איר גוטע מוט זי זאל דיך נישט אראפשלעפן, זייער וויכטיג)
און נישט פארגעסן פון די וויכטיגסטע חלק, פון ווי די גייסט לעבן די קומענדיגע יאר צייט.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 7:57 pm
דורך זאל ער קומען
זייער שיין גוד לייף און זייער אפטאמיסטיש, גוט אזוי.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 8:48 pm
דורך abr
זייער שיין געשריבען גוד לייף
אלס איינער וואס האט לעצטענס אנגעהויבען א אייגענע ביסנעס קען איך דיר זאגן
אז מיט עקשנות און מיט ארומגיין רעדען צו קלוגע מענשען און צו פאזיטיוו מענשען
און הערען גוטע ביסנעס נאליש און געדאנקען און פאקטען וועסטו בעזרת השם מצליח זיין .
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 8:51 pm
דורך נישט
זאל ער קומען האט געשריבן:זייער שיין גוד לייף און זייער אפטאמיסטיש, גוט אזוי.
און איך לייג צו,
שכוח פאר'ן ארויסברענגען די וויכטיגסטע זאך "זיך אדורך רעדן מיט אנדערע"
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 10:17 pm
דורך Iphone
abr האט געשריבן:זייער שיין געשריבען גוד לייף
אלס איינער וואס האט לעצטענס אנגעהויבען א אייגענע ביסנעס קען איך דיר זאגן
אז מיט עקשנות און מיט ארומגיין רעדען צו קלוגע מענשען און צו פאזיטיוו מענשען
און הערען גוטע ביסנעס נאליש און געדאנקען און פאקטען וועסטו בעזרת השם מצליח זיין .
איך זאג דאס זעלבע. זייענדיג אויך איינער וואס האט לעצטענס אנגעהויבן א ביזנעס זעה איך אז זיך דורך רעדן מיט אנדערע איז פון די וויכטיגסטע זאכן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 11:06 am
דורך קאפעלוטש מאכער
שכויח פיטום, גוד-לייף און אלע אנדערע וואס האבן אזוי שיין און גוט גענטפערט. דער זאך איז אז זיך דורכרעדן מיט אנדערע איז נישט אזא פשוטע עצה. קודם כל עניבאדי וואס איז אין דער ליין וואס איך וויל אריינגיין, וועט דאך מיר נישט וועלן געבן קיין שום טיפס און עצות וויל ער זוכט דאך נישט קיין קאמפיטישען. און סתם ארומגיין פרעגן רענדאם קלוגע מענטשן, איז נישט ממש אזא גוטע פלאן.
יעצט איך פארמאג ב"ה אסאך קוואליפאקאציעס. איך קען גאר א גוטן פראפעסיאנאלן ענגליש, איך קען מיך זייער גוט אויס אין קאמפיוטערס, און בדרך כלל האב איך א גוטע שפראך מיט מענטשן, (איך בין א שטארקע Dale Carnegie חסיד פאר דער וואס פארשטייט) און איך האלט אז כ'וועל גוט קענען אנפירן א ביזנעס.
מיין שאלה יעצט איז ריין טעכניש, וואס איז די ערשטע סטעפ? איך קען נישט פערזענליך קיין שום סופלייערס אדער קונים פון יענע ליין. איך ווייס ניטאמאל דער ערשטער שריט וואס מען דארף טון אנצוהייבן א ביזנעס. פארדעם בין איך מסופק צו ס'לוינט אריינצוטאנצען, אדער ענדערש זאל איך קודם ארבייטן ווי א חמור פאר יענעם א פאר חדשים, יארן, אדער גאר מיין גאנץ לעבן?
צו דער וואס האט געפרעגט פון ווי איך וועל לעבן פאר א יאר, איך בין גענוג יונג אז איך קען לעבן אויף מיין ווייב'ס איינקופט אליין פאר כאטש נאך א יאר צוויי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 11:24 am
דורך פיטום
דאס איז אמת אז עס איז זייער שווער צוצוגיין צו א מענטש וועלכע טוט דאס זעלבע.
אבער די קענסט טוהן איז למשל די ווילסט עפענען א שיך סטאר אין וויליאמבסורג (למשל) וועסטו נישט קענען גיין פרעגן די שיך געשעפט אייגענטומער אויפן נעקסטן קארנער דארט אין וויליאמסבורג, איז דא אן עצה גיי פרעג א שיך אייגענטומער פון מאנסי ב"פ וועלכע פאר זיי וועט נישט שאטן (שאטן איז נישט עכט דעם ריכטיגן אויסדרוק ווייל פרנסה איז פאר יעדן באשערט) און בעט אים אביסל עקספריענס.
נאכדעם איז יא דא אזאלעכע פון דיין שטאט וועלכע זענען פיינע מענטשן און וועלן יא איבערגעבן אביסל עקספריענס אין סוקסעס פון זייער ארבעט.
די עיקר איז אז מען דארף האבן סייתא דשמיא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 11:48 am
דורך זאל ער קומען
קאפעלוטש מאכער האט געשריבן:שכויח פיטום, גוד-לייף און אלע אנדערע וואס האבן אזוי שיין און גוט גענטפערט. דער זאך איז אז זיך דורכרעדן מיט אנדערע איז נישט אזא פשוטע עצה. קודם כל עניבאדי וואס איז אין דער ליין וואס איך וויל אריינגיין, וועט דאך מיר נישט וועלן געבן קיין שום טיפס און עצות וויל ער זוכט דאך נישט קיין קאמפיטישען. און סתם ארומגיין פרעגן רענדאם קלוגע מענטשן, איז נישט ממש אזא גוטע פלאן.
ווען אידן זאגן "גיי פרעגן מענטשן" מיינט עס נישט 'סתם ארומגיין פרעגן רענדאם קלוגע מענטשן' ווי דו שרייבסט. עס מיינט צו זאגן בערך אזוי: קודם ווער געוואויר דאס בעסטע וואס דו קענסט וואס ספעציפיש דו ווילסט טון כדי צו מאכן געלט, (באמת צו שטעלן א ווערד פאר'ן פובליק), און נאכדעם פרעג מענטשן - דוקא נישט רענדעם (און דו דארפסט נישט ארויסנעמען די 'קלוגשאפט מעסטער' אויך נישט), זוך נאר דעי סארט וואס דו גלייבסט אז זיי גייען דאס מערסטע הנאה האבן פון דיין סערוויס - און פרעג זיי צי זיי וואלטן טאקע געדארפט דעם סערוויס אדער פראדוקט וכו'. נישט וואס זיי זאגן צו אזא ביזנעס נאר וואס זיי זאגן צו די פראבלעמען וואס דו גייסט זיי סאלוון, און צי זיי וואלטן געצאלט דערפאר.
קאפעלוטש מאכער האט געשריבן:יעצט איך פארמאג ב"ה אסאך קוואליפאקאציעס. איך קען גאר א גוטן פראפעסיאנאלן ענגליש, איך קען מיך זייער גוט אויס אין קאמפיוטערס, און בדרך כלל האב איך א גוטע שפראך מיט מענטשן, (איך בין א שטארקע Dale Carnegie חסיד פאר דער וואס פארשטייט) און איך האלט אז כ'וועל גוט קענען אנפירן א ביזנעס.
די זאכן וואס דו רעכנסט דא אויס איז זייער גוט פאר אן ארבעטער, און ס'געט נישט קיין סאך צי אלס א ביזנעס אונער, נאר פאר א סעלף עמפלויעד דזשאב. קאמפיוטערס וועט דיר העלפן אין אפיס ווארק, רעדן צו מענטשן וועט דיר העלפן אין סעילס (מעגליך), און דעיל קארנעגי קען דיר העלפן בעסער פארשטיין וואס מיינט ארבעטן אויף די מידות. דאס איז אבער נישט קיין "ביזנעס".
קאפעלוטש מאכער האט געשריבן:מיין שאלה יעצט איז ריין טעכניש, וואס איז די ערשטע סטעפ? איך קען נישט פערזענליך קיין שום סופלייערס אדער קונים פון יענע ליין. איך ווייס ניטאמאל דער ערשטער שריט וואס מען דארף טון אנצוהייבן א ביזנעס.
אז דו האלטסט שוין ביי טעכניש און דו זוכסט שוין סופלייערס, וואס זוכסטו אז זיי זאלן דיר צושטעלן?
וואס דארפסטו?
פארוואס דארפסטו עס?
ווער גייט זיין דיין קונה?
פארוואס ער?
און פארוואס זאל ער קומען צו דיר?
פארוואס זאל ער עס קויפן יעצט?
קאפעלוטש מאכער האט געשריבן:פארדעם בין איך מסופק צו ס'לוינט אריינצוטאנצען, אדער ענדערש זאל איך קודם ארבייטן ווי א חמור פאר יענעם א פאר חדשים, יארן, אדער גאר מיין גאנץ לעבן?
די דריטע אפשן איז, צו פארשטיין די אלע זאכן קודם, מאכן א ביזנעס מאדל און פלען, וויסן וואס דו גייסט טון, פאר וועם, וויאזוי, וויפיל און ווען, און צי ס'לוינט זיך, דהיינו צי ס'איז בכלל דא געלט אין דעם וואס דו האסט באשלאסן, און וואו דאס געלט ליגט, און וואס דו דארפסט טון און וויפיל מאל דו דארפסט עס טון, און דעמאלט וועסטו האבן ענטפערס אויף כמעט אלע 'טעכנישע' זאכן אויך.
אויך קוק אין אישי.
הצלחה רבה און ווי פיטום שרייבט אסאך סייעתא דשמיא.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 5:30 pm
דורך נישט
קאפעלוטש
איך וואלט דיר געראטן, די ערשטע זאך מאך א אפויטמענט מיט זאלער, ער וועט גיידן וואס צו טון
ער גיט פאר יעדן איינעם צעהן מינוט אויפן טעלעפון פריי אן אפצאל, צו זעהן צו סאיז בכלל אינטערסאנט זיך אראפצוזעצן
נאכדעם אז די ווילסט קענסטו מאכן אן אפויטמענט
....
לויט מיין עקספיריענס איז ער זייער זייער גוט, אדרבה שיק אים אן אישי און איבערצייגט דיר אליין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 6:44 pm
דורך abr
נישט . קען מען טאקע מאכן אפוינטמענס מיט זאלער ? א יא מאך איך שוין .
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 6:59 pm
דורך נישט
abr האט געשריבן:נישט . קען מען טאקע מאכן אפוינטמענס מיט זאלער ? א יא מאך איך שוין .
יא
ס קאסט טאקע געלט, אבער ס'איז ווערט יעדע פעני
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 11:12 pm
דורך קאפעלוטש מאכער
אקעי כ'גלייב דעם עולם דא, און כ'וועל מיך מערצעשעם אוועקזעצן מיט זאלער ווען דער טיים איז רייט.